בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:09 am
דורך לעיקוואד
האב איך דאך געשריבען במפורש אז מען איז מקיים בשבתך וכו'. כאפ מיר נישט אויפ'ן ווארט דער צייטונג ווערסוס גוגל. און א גרויסער גוטער צייטונג נעמט מער ווי א האלבער שעה דורכליינען. און פארשטייט זיך עס איז דא נאך נארישקייטן אויזער דעם. און דער תלמיד חכם צו סתם אוהב דעת וואס ליינט ספרים און שפרינגט מענין לענין צופרידענשטעלן זיין נייגער פאברענגט עפעס ווייניגער צייט אויף דעם ווי דער מגגל גיגולים? סתם אבי מוציא לעז זיין אויף דער הייליגער גוגל. איך וועל דאס נישט צולאזען..

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:16 am
דורך יאיר
נו, רבותי, פירט אויס.
ויאיר?
ולייקווד?
אלא יאיר ג' דגוגל לא קדריש.
ואב"א הא לן והא להו ולא פליגי.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:28 am
דורך זאל_זיין
moti107 האט געשריבן:מ'טרעפט אסאך זאכן אין הלכות שבת וואס זענען אסור אום שבת משום עובדא דחול , אדער אושא מילתא לדוגמא : שניידן גבינה בכלי, ארויסגיין מיט א שירעם , ועוד....


איך האב געוואוסט אז ארויסגיין מיט א שירעם איז אסור משום אוהל, איי מעגליך ער האט דאס געעפענט פאר שבת אבער משום מראית עין איז עס סטיל אסור

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:30 am
דורך קאווע טרינקער
ס'האט מיט עפענען, אדער מיט אויפהייבן אין שבת?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:40 am
דורך זאל_זיין
עפענען, ווייל אויב איינער זעט איינעם גיין מיט א שירעם דארף ער עם דן זיין לכף זכות אז ער האט דאס מסתמה געעפענט פאר שבת

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:48 am
דורך רוזעוולט
איבער דיין שאלה "וואס איז א חילוק פון דראגס צו ליפט" איז עס פשוט ווייל לופט קאסט נישט קיין געלט סא עס האט נישט דע קייט-רעאקציעס ווי דראגס ווי אויך אז עס איז נישט מוצאו מדעתו און ווי אויך אז דאס נעמט מען אליינס אויף זיך משא"כ ליפט.