בלאט 2 פון 5

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:29 am
דורך מאטי
גוי מיינט פשוט "ג'ענטייל. אן קיין פשט'ליך. פארוואס איז בכלל דא אזא ווארט וואס דעפינירט א "נישט איד, איז א שמועס פאר זיך.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:32 am
דורך לעיקוואד
וועל איך דיר מסביר זיין מיט א מעשה. געווען ווען די נייעס פון היטלער ימ"ש'ס רשעות און מעשים איז אנגעקומען אין קעלם, האט דער לעצטער ראש ישיבה דארטן ר' דניאל הי"ד געזאגט אזוי: ווען א קאץ כאפט א מייז, זאגען מיר נישט אז לילי דער קאץ האט אזוי געטוהן, נאר אז דער קאץ טוהט אזוי. דער זעלבער אז מיר זעהן אז א מענטש היטלער טוהט אזעלכע זאכען, דארפען מיר נישט זאגען דער היטלער טוהט אזוי, נאר דער מענטש טוהט אזוי.

ווען א מענטש זעהט א צווייטער מענטש טוהן אן אומרעכט, שאפט דאס גלייך ביי עם א געוויסע אומזיכערקייט, עס מאכט עם כאפן אז ער איז אויך עלול צו טוהן אזא זאך. דער ריכטיגער וועג פון דאס אנקוקען איז מודה זיין אז יא איך בין עלול אויף דעם אלץ מענטש, און זיכען זיך צו היטען פון אנקומען צו דעם. דער מענטש יאז אבער אומבאקוועם מיט דעם, ממילא זיכט ער גלייך פארשידענע תורות און תירוצים מסביר זיין פארוואס יענער איז אנדערש פון עם און עם איז עס נישט נוגע, ווי למשל שרייבען אז יענער איז א גוי, אדער אז יענער איז א אומ-מענטש (אדער אז היטלער איז בכלל געווען א שד, ואכ"מ ענין זה). אלץ נישט צו פעיסען די פשו'טע פאקט אז מענטשען הר'גנען, רצח'נען, רויבען, און טוהן די אלע זאכען.

דער מאן וואס האט געשטאכען א גאנצע משפחה, האט דאס נישט געטוהן מדין גוי, אדער מדין ועל חרבך תחיה, אדער מדין כינעזער, אדער ווייסאיך פאר וואסארא סיבה, ער האט עס געטוהן פראסט און פשוט מדין מענטש. אלע סארטען מענטשען פון אלע שיכטען קרייזען פעלקער און ג'ענדערס טוהן אזוינע זאכען.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:32 am
דורך רויטע וואנצעס
נזכר לעיל:
א כינעזער פעמילי איז דערשטאכן געווארן צום טויט אין בארא פארק, די אומגעקומענע זענען, הו, הא, היי, און האיו,

דיסלייק

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:34 am
דורך דער (פינטעל) איד
איך לייק דעם דיסלייק.....

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:42 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:סאנסעט פארק איז שטארק כינעזער געגענט, זיי זענען זייער שטיל און וואויל, זייער לאו קריים.

ער איז מסתמא געווען פארדראגג'ט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:44 am
דורך רויטע וואנצעס
לעיקוואד האט געשריבן:וועל איך דיר מסביר זיין מיט א מעשה. געווען ווען די נייעס פון היטלער ימ"ש'ס רשעות און מעשים איז אנגעקומען אין קעלם, האט דער לעצטער ראש ישיבה דארטן ר' דניאל הי"ד געזאגט אזוי: ווען א קאץ כאפט א מייז, זאגען מיר נישט אז לילי דער קאץ האט אזוי געטוהן, נאר אז דער קאץ טוהט אזוי. דער זעלבער אז מיר זעהן אז א מענטש היטלער טוהט אזעלכע זאכען, דארפען מיר נישט זאגען דער היטלער טוהט אזוי, נאר דער מענטש טוהט אזוי.

ווען א מענטש זעהט א צווייטער מענטש טוהן אן אומרעכט, שאפט דאס גלייך ביי עם א געוויסע אומזיכערקייט, עס מאכט עם כאפן אז ער איז אויך עלול צו טוהן אזא זאך. דער ריכטיגער וועג פון דאס אנקוקען איז מודה זיין אז יא איך בין עלול אויף דעם אלץ מענטש, און זיכען זיך צו היטען פון אנקומען צו דעם. דער מענטש יאז אבער אומבאקוועם מיט דעם, ממילא זיכט ער גלייך פארשידענע תורות און תירוצים מסביר זיין פארוואס יענער איז אנדערש פון עם און עם איז עס נישט נוגע, ווי למשל שרייבען אז יענער איז א גוי, אדער אז יענער איז א אומ-מענטש (אדער אז היטלער איז בכלל געווען א שד, ואכ"מ ענין זה). אלץ נישט צו פעיסען די פשו'טע פאקט אז מענטשען הר'גנען, רצח'נען, רויבען, און טוהן די אלע זאכען.

דער מאן וואס האט געשטאכען א גאנצע משפחה, האט דאס נישט געטוהן מדין גוי, אדער מדין ועל חרבך תחיה, אדער מדין כינעזער, אדער ווייסאיך פאר וואסארא סיבה, ער האט עס געטוהן פראסט און פשוט מדין מענטש. אלע סארטען מענטשען פון אלע שיכטען קרייזען פעלקער און ג'ענדערס טוהן אזוינע זאכען.


האסט געשריבן דיין תגובה מדין לעיקוואד אדער מדין אדם?

מיין פוינט איז אז אינטעלעקשולי ביסטו גערעכט, אויך אין דעם פאל פון גוי-איד-מענטש הער איך, אבער נישט צו לעבלען א ספעציפשע מעשה לשבח אדער לגנאי אז ס'איז געווען דער אדער יענער, איז נישט פראקטיש אין די רעלוסטישע וועלט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:48 am
דורך לעיקוואד
מדין לעיקוואד. דער תגובה איז אביסעל צו הויך גערעדט אויף וואס איך האב דא געמיינט :? . למעשה קוק איך עס אן קליינקעפיג אז מען דארף שרייבען אין קעפל ' גוי' און עס איז נישט גענוג סתם א מאן, אוודאי מעג מען וויסען ווער דאס איז און וואס זיין בעקגראונד איז וכו'. ווי אויך זענען אוודאי דא צדיקים און רשעים וכו'.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:50 am
דורך דער (פינטעל) איד
די סטאטיסטיקס ווייזן א אנדערע בילד. שטעכערייען קימען פאר יעדן טאג ביי די שאינו בני ברית, און ביים איד קימט עס נישט פאר. מוז איך זאגן אז סהאט צו טון מיט מער ווי בלויז מדין מענטש.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:54 am
דורך מאטי
לעיקוואד, אויב א חסידישער איד שטעכט אפ פינעף נפשות וואלסטו אויך פאראכטן צו "מאן" ?

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:55 am
דורך לעיקוואד
שוין נו קוק נאך די פילע שמועסען שהיו בענין זה בשטיבלתנו בין ישראל לעמים כו'. כהאב נישט קיין כוח איבער'חזר'ן דא.

אין איין ווארט: דארפסט איבערלערנען סטאטיסטיקס. יעדער מאל דו וועסט נעמען א געוויסע קליינע קבוצה און רעכענען אנטקעגן די גאנצע וועלט וועט אויסקומען אז יענער קבוצה איז פיל בעסער פון די גאנצע וועלט, פשוט ווייל אין די וועלט איז דא אזויפיל פראבלעמען אז דאס רעכענט זיך צאם און מאכט דיין קבוצה אויסקוקען גוט. די זעלבע קענסטו זאגען אז ווייסע מענטשען צווישען פינף און דרייסיג און זעקס און דרייסיג וואס וואוינען אין קאליפארניע הרג'נען כמעט נישט משא"כ אין די גאנצע וועלט איז דא יעדער טאג רציחות. פארשטיי אליינס אז צו רעכנען 'די גאנצע וועלט' קעגן איין קליינע קבוצה זאגט נאך גארנישט.


@מאטי: יא.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:57 am
דורך רויטע וואנצעס
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:די סטאטיסטיקס ווייזן א אנדערע בילד. שטעכערייען קימען פאר יעדן טאג ביי די שאינו בני ברית, און ביים איד קימט עס נישט פאר. מוז איך זאגן אז סהאט צו טון מיט מער ווי בלויז מדין מענטש.


לפי דעם איז מיר פארענטפערט פארוואס די צייטונגען שרייבען א איד, א ראביי וכדומה האט מען געפאקט גנב'ענען, שווינדלן וכו, זאלסט דעמאלסט נישט האבן קיין טענות, ווייל די סטאטיסטיקס ווייזן דעם בילד.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:58 am
דורך דער (פינטעל) איד
אדרבה. זיי שרייבן ראביי גנבט אין א בחינה פון man bites dog, (אויב איז עס נישט ריין אנטיסעמיטיזם)

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:10 am
דורך גאולה
וואס מיינט HIT JOB?

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:18 am
דורך רויטע וואנצעס
גאולה האט געשריבן:וואס מיינט HIT JOB?


איינער וואס איז געשיקט, באצאלט אדער אומבאצאלט, נקמה צו נעמען און א שונא משום איזה סיבה.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 10:23 am
דורך איינגעמיירעט
לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס איז מער שרעקעדיג אז א איד הרג'ט איינער ווי אז א גוי הרג'ט?

ווייל פארשידענע פון די באזוכער דא, גלייבען און תורת משה און דארט שטייט אז יודען וואס זענען נאמן צו תורה ומצוות, ווערען א ממלכת כהנים און גוי קדוש און זיי ווערען מער דערהויבען, און מער אויסגעאיידעלט,און פירען מער א upper clase לעבן.
און ממילא ווען מזעעט יודען וואס לעבן נישט מיט דיע potential וואס זיי וואלט וועין געקענט לעבן טוט עס וויי.
פארשטייט זיך סטוט נור וויי פאר איינער וואס גלייבט אז די אויבערשטער האט בוחר געווען און די יודען.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:07 am
דורך פרישער
@לעיקוואד,מאך זיך נישט טעמיש, ווען מיר זאגן אז א גוי האט ג'מארד'ט איז עס א מינדערוויכטיגע נייעס, מיר אידן דרייען זיך איבער אויפן צווייטן זייט, דו פרימערע מירמן כן יאבדו, מאנכע ניצן עס אלס כפרה, אבער ווען א איד מעדערט, למשל לוי אראן ימ"ש, דאן פארשייט אפילו דער גוי אז דאס איז הויפט נייעס, אזא זאך פאסירט נישט, נאר אמאל אין א יובל, איך בין נישט חושד אז די האסט דאס נישט געוויסט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:15 am
דורך איש צדיק תמים
לעקוואד ביסט אזוי שטארק אבסעססט אז מען זאל אינז ח״ו ארויסינגלען אחס יודן און מיר זאלן זיין ממש די זאלבער ווי דעם גוי אז אפי׳ דא ביי א שטעכעריי באדערט דיך אז דער עולם איז ריליוויד אז עס איז געווען א גוי וואס האט דאס געטאן.
א רחמנות אויף דיין קאפ...

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 12:06 pm
דורך איך אויך
גיי פארשטיי פארוואס עס האט עם אזוי געעגבערט ווען איך האב עם מייעץ געווען זיך צו שמד'ן ,עס איז פשוט די בעסטע סאלושן סיי פאר עם און סיי פאר עם ישראל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 12:07 pm
דורך דענקער
יאסל ראקאווער האט געשריבן:א כינעזער פעמילי איז דערשטאכן געווארן צום טויט אין בארא פארק, די אומגעקומענע זענען, הו, הא, היי, און האיו,

עס איז נישט די פאסיגע צייט צו מאכן אזיאנע וויצן ווען די טראגעדיע איז נאך אזוי פריש.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 12:10 pm
דורך אויס מענטש
פארשטיי איך לעיקוואדען,
וואס זאגט ער דען
אז א מענטש קען קומען לידי רציחה נו איז דאס נישט אמת?
והלא נצטוונו על זאת בלאו דלא תרצח
און נאך מער א ריכטיגער איד דארף ווען זיין העכער פון סתם מענטש און רציחה זאל טאקע נישט זיין שכיח ביי אים

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 12:11 pm
דורך איך אויך
איינער זאגט דען אז נישט?

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 12:18 pm
דורך דענקער
פרישער, דאס איז פונקטליך די פראבלעם. ווען א גאנצע משפחה איז געווארן אויסגעשלאכטעט, אנשטאט צו טרויערן אין ווערן שאקירט אויף די פארלוסט פון מענטשליכע לעבנס. ווערט דאס תיכף קאטעגאריזירט לויט רעליגיע ליניעס. צו איז דאס אפאטיע "אבי נישט צווישן אידן", אדער קאלטבלוטיגקייט "כן יאבדו", אדער גאר אלס הוכחה אז אלע גויים זענען מערדער און רויבערס.

דא איז געשען אן אומגליק. עטליכע היומען ביאינגס האבן גרויזאם און פריצייטיג פארלוירן זייער לעבן. פינטל. יעדער מענטש מיט אן אומקארופטירטע מאראל קאמפוס דארף דאס וויי טון. מיר וועלן שוין שפעטער אויסקלארן צו זיי זענען געווען כפרות אויף אונזערע זינד. אדער זיך קלאפן אויף די פלייצע אז מיר זענען נישט (?) קיין מערדער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 12:33 pm
דורך סאשי פיש
עס כאפט א שרעק!!