בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:43 pm
דורך הערשל
איין מעלה זע איך דערין אז עס קומט ארויס אביסל קלארער און מער געאייגנט אויף א מאביל דעווייס, וואס דאס איז דאך די סיבה דערפאר, אבער עס איז אביסל מער קאמפליצירט ווי בעפאר ועוד ובעיקר קען מען די לייקס נישט זען דארט.

דערווייל האלט איך זיך אפ פון שטימען ווייל איך וויל נאך אביסל ארומארבעטן דערמיט.

ביז ווען קען מען מאכן דעם אויסוואל?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 4:08 pm
דורך גבאי שני
הסקר נגמר בתאריך דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:05 pm

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 4:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
די רעזולטאטן זענען צו נאנט, מ'דארף עס נעמען צום סופרים קארט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:39 pm
דורך נולד מאוחר
יוא בין איך א נולד מאוחר. כקים צי לויפן מיט איין אטעם אין די בודקע איז פארשפארט.
כשטים אז מזאל לאזן די מאביל סייט, דזשאסט אין קעיס איינער איז נאך און בודקע און הערט מיך.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
שיק אריין א עבסענטי בעלעט. ביי די דיסעביליטי פראגע שרייב אריין: נולד מאוחר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:01 am
דורך אפטעמיסט
קען איינע פון די געטרייע גבאים אפדעיטן די עולם וואס מען האט מחליט געוועהן? צענדליגע אנגעווייטאגטע אויפגעברויזטע ניקס ווארטן צו הערן א גוטע בשורה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:38 am
דורך פרישער
אוזי אויך צעינליגע פריילע ניקס זענען מוסף אויף תשובה תפילה און צקקה, וואס וועט דא אינזער גורל זיין, מיר האפן אז מען וועט דאס לאזן, און מוסף זיין מעלה על גבה מעלה, מיר זענען וויליג צו ווארטן, מיר טראסטן אז עס וועט בעסער ווערן, לקיים מאמר החכם מעלין בקודש ולא מורידין.
מיר האפן אז אינזערע גבאים וועלן זיך נישט לאזן אינטימידרן פון א מיעט משעלטים

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:45 am
דורך שמעקעדיג
ני פרישער כאניש געוויסט אז ביסטע אנארויני.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:44 pm
דורך Java
מיר האבן דערווייל אראפגענומען דעם אויטאמאטישן מאביל דעטעקשאן, אבער געלאזט דעם מאביל סייט אלס אן אויסלייג אפציע. צו טוישן דעם אויסזען פון קאווע שטיבל צום מאביל סייט אויסזען, קענט איר גייט צו באניצער'ס קאנטראל פאנעל>סיסטעם פרעפערענצן>אויסלייג טעמע און אויסוועלן "מאביל סייט". אויב וועלט איר אויס דעם מאביל סייט אויסלייג אפציע, וועט דער סייט אויסזען אזוי אפילו ווען איר באזוכט פון א קאמפיוטער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:15 pm
דורך ידען
די בעסטע זאך. יעצט קען יעדער מאכען וויזוי מע וויל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:28 pm
דורך פרישער
סיז שוין גארנישט אזוי גיט ווייל איך וויל אויפן קאמפיוטער דו דעסקטאפ מויד, און אויפן סעלערי דו מאביל סייט, אוי סיז אזוי שווער צו זיין און גלות, אבער עט ליסט מיר האבן געווינען דעים פארמעסט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:37 pm
דורך ראשעקאל
זייער גוט [tag]java[/tag]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:43 pm
דורך גאלד
[tag]java[/tag]

וויזוי דריי איך עס צוריק צו די דעסקטאפ אויסשטעל,
אויף די מאבייל אויסשטעל קען מען עפעס נישט צוקימען צו די סיסטעם פרעפרענצן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:18 pm
דורך gehlungen
גבאי שני האט געשריבן:ווי שוין געמאלדן, האבן מיר לעצטנס אינסטאלירט א נייעם מאביל סייט, וואס מ'זעט אויטאמאטיש ווען מען קומט ארויף צו קאווע שטיבל דורך א טעלעפאן. מיר ווילן הערן די מיינונג פון די חברים איבער דעם מאביל סייט וואס איר ווילט ענדערש: אז דער מאביל סייט זאל בלייבן איינגעשטעלט אקוראט ווי עס איז יעצט אן קיין שום שינויים, אדער אז עס זאל אוועקגענומען ווערן. פארשטייט זיך אז מיר זענען אפן פאר די מעגליכקייט צו מאכן שינויים אין דעם מאביל סייט, אבער דערווייל ווילן מיר וויסן אייער מיינונג אויף ווי אזוי עס איז יעצט.

אויב איר שטימט "נעמט עס אוועק", ביטע שרייבן אין די קאמענטארן וואספארא שינויים איר וואלט געוואלט זען כדי עס זאל יא קענען בלייבן. אויב איר שטימט "לאזט עס ווי אזוי עס איז" קענט איר נאך אלץ שרייבן אין די קאמענטארן עצות און הערות ווי אזוי עס צו פארבעסערן.

is it still on with your phone I'm looking for it then I think its off

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:35 pm
דורך מיין מיינונג
ב"ה ס'צוריקגעטוישט צו נארמאל, איך האב קוים געקענט קוקן אויף די מאביל ווערסיע, נאכדערצו אויף אפרע מיני, עס איז געווען א פולקאמער חורבן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:58 pm
דורך kapoiyer
what happened with the Mobil site

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:49 pm
דורך נולד מאוחר
די רבנים און די סיסטעם זענען שילדיג פאר די דורכפאל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 6:32 pm
דורך אפטעמיסט
מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ. איך גיי מאכן א ברכת הגומל אז השי"ת האט זיך מרחם געוועהן און אריינגעגעבן פארשטאנד אין די אויגן פון די חשובע גבאים צו צוריקשטעלן דעם אלטען געהעריגע סייט. איך האב שיעור געכאפט א הארץ אטאקע ביים זעהן די גוטע נייעס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 6:37 pm
דורך אחד העם
כ'האב נישט דורכגעליינט דעם גאנצען אשכול, אבער איין זאך יא, אלטע סייט, נייע סייט, מען דארף ערפינדען א לעזונג וויאזוי גרינגער מאכן דאס שרייבען אויפ'ן פאון, סאיז א אפקומעניש יעדע תגובה, ובפרט ווען איך וויל ציטירען יענמ'ס ווערטער, ווי נאר איך ריר צו די באקס פון די טעקסט שפרינגט דאס צוריק ארויף, און נאך אזאנע שוועריקייטן,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 6:42 pm
דורך טאמבל סאס
איך האט נישט אנגעיאגט צו קענען וועהלן. אבער איך פארשטיי נישט.
אויב האט עמיצער געהאט א פאון, איז נישט מעגליך געווען צו לייענען נאר מיט'ן מאביל ווערסיע?
אויב יא פארשטיי איך די מהפיכה.
אבער אויב נישט, דאן פארוואס נישט געבן די אנדערע א באקוועמערע אלטערנאטיווע?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:56 pm
דורך Handler
Please leave the option to switch to mobile style

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 2:00 pm
דורך Handler
Please leave the option to switch to mobile style when using from phone

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 5:26 pm
דורך admin
צוליב די לעצטיגע קראכן, האבן מיר דערווייל געמוזט אוועקנעמען די מאביל-סייט אפציע. מיט אנטשולדיגונג.