כיתה-א' מחשבות איבער עוואלוציע

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דא האסטו נאך א פאץ וואס שטעלט ארויף ווידעאוס אויף יוטיוב איידער ער טוט אדורך די כיתה א' יסודות וועגן עוואלוציע.
ער פארשטייט אז די מאלעקיולס האבן זיך צאמגעזעצט אויף א מיטינג און באשלאסן צו ערצייגן א צעל.
ער פארשטייט אז עוועלוציע איז פשט אז די דזשיראף סטרעטשד די האלדז אגאנצן טאג צו קענען מאכן קידוש לבנה, אדער אראפצורייסן פרוכט פון בוים, ביז צום סוף באקומט זי א לאנגע האלדז.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uw_7xTDv59I[/youtube]
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

לאמיך פארשטיין א נקודה, די אלע ביליאנען פרטים ופרטי פרטים וואס 'שטימען', זענען יעדע איינע פון זיי באזונדער אויסגעארבעט געווארן דורך עוואלוציע און נאטורליכע סעלעקציע?

דאס הייסט אזוי, אמאל זענען געווען ברואים וואס זייערע טעיסט באדס זענען געווען אויפן רוקן און נישט אויפן צונג, און דורך נאטורליכע סעלעקציע האבן די מיט די באדס אויפן צונג זיך מתגבר געווען, למשל ווייל זיי האבן געקענט טועם צו די עסן איז פארדארבן, און אזוי זענען די אנדערע נעלם געווארן.

דערנאך האט זיך עוואלוציע גענומען צו די אויגן, לכתחילה זענען אויך געווען אזעלכע מיט די אויגן אויף די פיס, בסוד עיניו למטה, דערנאך האט נאטור סעלעקטירט די מיט די אויגן אין די הייעך, ווייל זיי האבן בעסער געקענט זעהן וואס עס גייט פאר וכדומה.

אזוי דארף מען לכאורה אדורכגיין יעדע פרט ופרט עד אין סוף.

וא”ת, באמת איז נאר געווען איין משפחה וואס האט געהאט איין מעידשער סיבה סעלעקטירט צו ווערן, און גראדע האבן זיי אזוי אויסגעזעהן - די אויגן אויפן קאפ, די טעיסט באדס אויפן צונג וכו' וכו', איז עס אבער לכאורה קרוב צו אומעגליך אז במקרה זאלן אלע פרטים זיך האבן אויסגעשטעלט באופן אז עס 'שטימט', אהן דעם וואס יעדע פרט זאל באזונדער ווערן אויסגעארבעט.

ממילא איז דאך א פלא הכי גדול, ווי אזוי איז דאס אז אלע מענטשן זעהען אויס בערך די זעלבע? וואלטן נישט געדארפט זיין משפחות מיוחסות מיט די נאז אויפן שטערן? אדער אזעלכע וואס האבן אזא קליין פינגער'ל אריינגעבויעט אונטערן בארד אויף זיך א קראץ צו געבן פון צייט צו צייט? די אלע קלייניקייטן זענען דאך לכאורה נישט קיין מכריעים אין ווער עס זאל איבערלעבן, איז ווי אזוי זענען אלע געווארן אזוי אייניג?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך מאיר »

עוועלאעשן האט אינזיך צוויי חלקים.

איינס אז זאכען קימען ארויס איינס פין אנדערען, אין נאר די גיטע בלייבען. וואס עפעס בלייבען נאר די גיטע? איז דא 2 טעאריעס:

1) נאטורליכע סעלעקשאן,. ד.ה. אז עס געשענט טריליאנען טריליאנען זאכען דורך עקסידענטס. נאר אלעס וואס איז פארפעקט איז דא ווייל דאס האט איבערגעלעבט. (אזוי עס זאל זיך אויגיסען טינט אין עס שרייבט זיך טריליאנען בוקס, אין נאר די בוק מיט א געהעריגע מעשה איז געבליבען ווייל מענטעשן ליינען עס).

צי זאגען דעס מיז מען "גלייבען" אז די וועלט איז אלט ביליאנען יארען. (אין אסאך סייענטיסען האלטען אז ביליאנען יארען איז נישט געניג פאר די פראססעס). אויך איז שווער מיסינג לינקס. אויך דארף מען ניצען אסאך מאל: lucky break אין קא-אינסידענטס.

די אנדערע טאריע פין עעועלאשען איז אז עס איז די אן אינטעלעדזענט דיזיין אין רצון אין די יוניווארס וואס שטיפט די בריאה צי לעבן אין פארפעקשען (אזוי האט שפינאזע, וואס איז געווען א ספרדישער אפשטאמיגער אין בעל מקובל, אין אינשטיין געהאלטען) דאס ריפט זיך Pantheism

דעס איז אויך די שיטת הקבלה והראשונים אין מרומז בחז"ל. אז די בריאה איז אלקות. אין איין טאג האט אלקות געמאכט א יוניווארס. (נאר עס איז דא אסאך חילוקים פין שפינאזע אין איינטשיין. לויט זיי איז עס מוכרח לויט אינז איז הקב"ה נישט מוכרח. אויך הקב"ה איז אין סוף וכו' וכו'. אויך פארשטיי זיך בנוגע די תורה ומצות).

דארווין אליין ברענגט ביידע טעאריעס.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
עסקן בדברים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

שליחה דורך עסקן בדברים »

מאיר האט געשריבן:אזוי עס זאל זיך אויגיסען טינט אין עס שרייבט זיך טריליאנען בוקס, אין נאר די בוק מיט א געהעריגע מעשה איז געבליבען ווייל מענטעשן ליינען עס.
נישט ממש. מער אזויווי נאר די וואס האבן געהאט אפאר ווערטער וואס מאכן סענס האבן דורך געלעבט און זיך פארמערט און פארשפרייט צו ווערן טריליאנען פון זיי אבער יעדער מיט קליינע שינויים. דערנאך די פאר פון די טריליאנען וואס די שינוי מאכט עס מאכן מער סענס נעמט איבער די פאפולעישן און אזוי ווייטער מיליונען מאהל ביז ס' ווערט עפעס א גוטע בוך
אמת מארץ תצמח
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

עסקן בדברים האט געשריבן:
מאיר האט געשריבן:אזוי עס זאל זיך אויגיסען טינט אין עס שרייבט זיך טריליאנען בוקס, אין נאר די בוק מיט א געהעריגע מעשה איז געבליבען ווייל מענטעשן ליינען עס.
נישט ממש. מער אזויווי נאר די וואס האבן געהאט אפאר ווערטער וואס מאכן סענס האבן דורך געלעבט און זיך פארמערט און פארשפרייט צו ווערן טריליאנען פון זיי אבער יעדער מיט קליינע שינויים. דערנאך די פאר פון די טריליאנען וואס די שינוי מאכט עס מאכן מער סענס נעמט איבער די פאפולעישן און אזוי ווייטער מיליונען מאהל ביז ס' ווערט עפעס א גוטע בוך

אין נאך דעם האט זיך ביי chance אויסגעגאסען נאך טינט און מען האט אנגעפאנגען פין אלף.

דער נאך איז כדי צי וויסען אז סדא פרקים וואו למשל chapter 3 פין די בוך וואס איז בכלל נישט אנגעוויזען אויף chapter 2 וואו למשל בייאלעגי מיט קאזמאלעגי אבער ווען די ליינסט די בוך שטימט די מעשה א מחיה. א יעדע chapter האט זיך עקסטער געשריבן אין ערגעץ אי מיטן האבן זיי זיך געטראפן, און פין דעם איז געווארן שלשה אחים

אפשר דאס מיינט מאיר מיט
אויך איז שווער מיסינג לינקס. אויך דארף מען ניצען אסאך מאל: lucky break אין קא-אינסידענטס.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט