בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 9:09 pm
דורך אויס מענטש
לסיכום הענין פון דעם אשכול:

1. דער באבובער רב און דער ברך משה פלעגן טאקע נישט גיין מיט קיין שטריימלעך צו די חתונות פון די אייניקלעך ביז עס איז אריין אין סטייל און דאן זענען ביידע ערשינען מיט שטריימלאך
2. די קשר צווישן די צוויי רבי'ס איז געווען מאז ומקדם זייער נאנט און די רבי'ס פלעגן זיך מאכן שבע ברכות'לעך פאר די אייניקלעך חתונות יעדעס איינציגע מאל
3. דאס אז עס איז געווען א רוגזה אויפן קדושת ציון איז יא באקאנט און מען דארף נישט אראפרייסן ידידנו בערל עץ הדעת עסער פארן רעדן איבער היסטארישע פאקטן, היסטאריע לייקענער האמיר גענוג אין ספרים סטאר, דא מעג מען זיין אויפריכטיג, אבער נאר מיט אהבת הדת והרבנים.
די צאנזע גזע איז געווען זייער ברוגז אויף דעם קדושת ציון, אנגעהויבן אין קאלאשיץ און גענדיגט אין צאנז, דער קדושת ציון האט געזאגט ביים שידוך שליסן מיט דעם חשוב'ן בחור אבער פון א בעל בתי'ש שטוב הק' העילוי המצויין משה סטעמפל הי"ד אז באמת וואלט ער געדארפט געבן א פראסק פאר יעדן צאנזער אייניקל באזונדער און מיט דעם שידוך האט ער געגעבן איין פראסק פאר אלע צוזאמען ודפח"ח.
4. ר' יענקלי זי"ע פלעגט זיך ליב האבן צו ווערטלען מיט ר' שאול הוטערע נאך די מלחמה אין אנטוווערפן וועגן די אלטע מחלוקת אין באבוב, און פון צייט צו צייט זאגן א ווערטל אויף באבוב, און ר' שאול פלעגט זיך אננעמען, עס איז געווען א טעם זקנים.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 6:23 pm
דורך שרייבער
ר' משה סטעמפל איז דער פאטער פון ר' לייבל פון לאנדאן?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 6:38 pm
דורך מ גפני
יא ר' משה סטעמפל איז דער פאטער פון ר' לייבל, איז זיין אנדערע איידעם הרב פרישוואסער איז אויך געווען בעל בית'יש?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:10 pm
דורך I'm back
פון ווי מיינסטו זיינע קינדער זענען אזוי רייך?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 12:12 am
דורך דולה ומשקה
מיין פייף סענטס.
פערצופאל זענען צוויי מענטשען וואס זייערע נאטור זענען געוועהן ווייט כרחוק מזרח ממערב געווארען איידימער ביים זעלבן פלאץ.
אין יענע ווען נישט וואס ער גט/היתר-מאה-רבנים וואלט דאס אויך נישט פאסירט.

דער 'קדושת ציון' האט חתונה געהאט צום צווייטען מאל נאך חג השבועות שנת תרנ"ט, יענעם זוממער איז ער געוועהן אין ראצפערט ביז חצי אלול וואס דאן איז ער צוריק געפארען קיין באבוב און שוין דארט געבליבען. שנת תרס"א ווען רבי שלום לעזער האט חתונה געמאכט א טאכטער איז ער געקומען צו פארען קיין ראצפערט, נישט אלס דער שוועגערין'ס חתונה נאר ווייל פאר יענע חתונה איז אויך דער גרויסע זיידע רבי מאטלי הארנאסטייפלער געקומען אנטייל נעמען, וואס דאס איז געוועהן א איבעראשונג. פון ר"ח תמוז תרס"ה ווען ער האט אנגענומען דאס נזר הרבנות פון באבוב, איז ער כמעט נישט געוועהן בכלל און אונגארען לויט וויפיל מ'ווייסט, אויסער ווען ער פלעגט זיין אין מארינבאד.

דאס גאנצע קירבות מיט אונגארען האט זיך ערשט אנגעהויבען ווען מהר"ש מבאבוב האט געפליכטעט קיין אונגארען בשעת די מלמה יארן. דעמאלס האט ער קענען געלערנט מערער מבני המשפחה. אויסער די צייטען ווען רבי שלום לעזער פלעגט וויילען אין גאליצע לרגל ההילולא פון צאנזער רב, וואס דאן האט ער געקענט מיט ברענגען מבניו ומנכדיו, ווייל זיי פלעגן דער שבת נאך דער יארצייט זיין אין באבוב.

האט דען דער קדושת ציון געהאט עפעס מיט קאסאן וואס איז אויך געוועהן א איידעם פון רבי שלום לעזער? אויך נישט צוליב דעם זעלבע סיבה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 3:01 pm
דורך סקרן
מ גפני האט געשריבן:יא ר' משה סטעמפל איז דער פאטער פון ר' לייבל, איז זיין אנדערע איידעם הרב פרישוואסער איז אויך געווען בעל בית'יש?

נישט זיין אנדערע איידעם
נאר לייבל סטעמפל'ס מאמע האט חתונה געהאט נאכ'ן קריג מיט הנגיד ר' יהושע מאיר פרישוואסער און פון אים געהאט צוויי זין בן ציון און שלמה
פון די זיווג פון משה סטעמפל האט זי געהאט צוויי קינדער לייבל און א שוועסטער די ווייב פון ווילי שטערן {ער איז די שווער פון בן ציון דונער ע"ה}

Re: בעל עצי חיים VS זיין שוואגער דער קדו"צ מבאבוב

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זי הייסט שושנה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 11:40 am
דורך איטשע
הייסן הייסט זי רויזא, זי רופט זיך שושנה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 11:46 pm
דורך berlbalaguleh
שוין. יעצט 'עמיר זיך גיין דינגען צו זי הייסט שושנה אדער רויזא. מ'האלט נישט ביי א גט אז מ'זאלל דארפן פונקטליך וויסן דעם שם וחניכא דאית לה...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:56 am
דורך Gimpel
דער קדושת ציון איז יעדעס יאיר כיוון אין אינגארן ווי ער האט געוואינט ביי רבי בנימין בעלעדער און ער האט ציזאם געשטעלט געלט פאר די ישיבה אויף די משפחת פרענקל אין אונגרן נכדי רבי שמואל קאמאדר מחסידי האהוב האבען גהאלפן רבי בן ציון מבאבוב כידוע למשפחתנו

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:58 am
דורך Gimpel
בטעות נזדמן כמה טעויות וצריך להיות באבובבמקום האבוב

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 9:52 am
דורך סקרן
הנוגע לענינינו?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 2:39 pm
דורך Gimpel
כונתי למה שכתוב לעיל שהקדושת ציון לא היה באונגארין זה אינו נכון

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:02 pm
דורך דולה ומשקה
דער קדושת ציון איז קיינמאל נישט געוועהן אין אונגארען, פינטל.
דאס יא, צוויי מאל איז ער געוועהן אין מארינבאד, וזה הוא.
ער האט זיך קיינמאל נישט געטראפען מיט קיין איין אונגארישע רב/רבי אויסער די גרענעצן פון מארינבאד.

יא זייענדיק אויפן וועג האט ער געוואלט צו פארען צום ציון פון רבי מיכעלע מקירמע, אבער דער אלטע רעבעצין האט געזאגט אז מ'גייט דארט נאר אויב קען מען אויס זאגען צוויי מאל תהלים, איז ער נישט געגאנגען.

אדרבה, אויב האט איהר איין עובדא, פגישה, מכתב ומסמך, וכדומה, שטעל עס דא ארויף.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:20 pm
דורך סקרן
דולה ומשקה האט געשריבן:דער קדושת ציון איז קיינמאל נישט געוועהן אין אונגארען, פינטל.
דאס יא, צוויי מאל איז ער געוועהן אין מארינבאד, וזה הוא.
ער האט זיך קיינמאל נישט געטראפען מיט קיין איין אונגארישע רב/רבי אויסער די גרענעצן פון מארינבאד.

יא זייענדיק אויפן וועג האט ער געוואלט צו פארען צום ציון פון רבי מיכעלע מקירמע, אבער דער אלטע רעבעצין האט געזאגט אז מ'גייט דארט נאר אויב קען מען אויס זאגען צוויי מאל תהלים, איז ער נישט געגאנגען.

אדרבה, אויב האט איהר איין עובדא, פגישה, מכתב ומסמך, וכדומה, שטעל עס דא ארויף.

די מעשה מיט די אלטע רביצן איז געווען מיט די קדו"צ קינדער באבובער רב זי"ל מיט א שוואגער ווען זיי זענען געווען אין ראצפערט ביים זיידען האבן זיי געוואלט גיין האט זי זיי געזאגט נאר אויב זאגט מען אויס צוויי מאהל תהלים

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:12 am
דורך Gimpel
דע קדושת ציון פלעגט זיין ביים זיידן רבי בנימין בערגר המכונה רבי בנימין בעלעדער שהיה מחסידי באבוב אויך פלעגט ער מיטנעמן זיין אייניקל רבי נפתלי ורבי בנימין מפורסם מאד בבאבוב

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 1:02 pm
דורך דולה ומשקה
דער באזוך פונעם קדושת ציון ביי זיי איז געוועהן אין מישלעניץ א שטעטל אין גאליצע נישט און אונגארן.
ביטע, עקש'ן דיך נישט אויף דמיונות.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 3:33 pm
דורך Gimpel
די ביסט זיכער אז דע באזיך איז גיווען אין מישלעניץ?האסט א מקור?