בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:22 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נו אז ער דארף עס נישט, מאך איך עט ליסט נישט א טאראראם פין מיין שבת האלטן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:23 pm
דורך הוגה
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דוד המלך האט עס געזאגט. ער איז מיר מער בגלייבט ווי דיר מיט דיינע קארניע פארדראשענע לצנות
האסט מיר נישט פארשטאנען, איך בין אויך גוט מיט דוד המלך. די באשעפער האט מיר נעכטן אבער געזאגט אז דו ביזט א רשע, און יעצט קלעימסט דו אז די באשעפער האט דיר געזאגט אז ארי איז א רשע. איך ברענג עס אויף אז ס'חידושט מיר אז צו מיר האט ער נישט געמענטשענט קיין ווארט איבער ארי.
ציניזם אין א זייט געלייגט. אין די פאר טעג וואס דו ביזט דא האסטו זוכה געווען צו טיילן טיטלן פון רשע, אפיקורס וכדומה אן קיין חשבון, טיילסט איין פאר וואס און פאר וועמען ק"ש איז געאייגנט וכו'. אויב ביסטו די בעל הבית דא דאן בעט איך דיר ביטע שפאר מיר אויס, און אז נישט זאלסטו וויסן אז ס'אינטרעסירט קיינעם דיין מיינונג אויף פריוואטע מענטשן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:24 pm
דורך [NAMELESS]
פאריז!!
לאמיר כאפן א בליק וואס פארא סיבות דער בחור אליינס גיבט אן פאר זיין לויפעריי
[left]I’ve decided to run a marathon for a number of reasons
I've gotten lazy since getting out of the army,
I could stand to lose a few pounds,
and I've always dreamt of running a marathon.
A few family members are teaming up to run and train together (go Team Mandel!!),
and sure, I'd love to visit Jerusalem - where I went to yeshiva, and fell in love Jewish history, sociology, and falafel.
But none of those reasons alone would get me off the couch and out there pounding the pavement. Raising money for the wonderful organization Chai Lifeline is my number one motivation.[/left]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:25 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דער באשעפער וואס האט דיר נעכטן געזאגט אז איך בין א רשע האט מיר היינט געזאגט אז ס'אינטערעסירט יעדן מיין מיינונג אויף פריוואטע מענטשן. ציניזם אין א זייט. איז ער ווייט פין זיין א ''פריוואטער מענטש''
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:26 pm
דורך גאנצל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:נו אז ער דארף עס נישט, מאך איך עט ליסט נישט א טאראראם פין מיין שבת האלטן
אבער פון דיין פינטל איד מאכסטו יא א טאראראם
ער פארקערט פון איין שבת מאכט ער יא א טאריריריי און פונעם פינטל איד נישט......
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 5:46 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:גאנץ גוט. אויב וועט ער היטן א שבת וועט זיין עולם הבא ארויפגיין אין פרייז.
מתוך שלא לשמה בא לשמה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 6:32 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אגב דער קעפל ברענגט ארויס א שמייכל. "דער בארימטער כופר" אזוי ווי צי שרייבן "דער בארימטער גארבעדזש טראק דרייווער" .....
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:01 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וואס איז מיט גוי ששבת חייב ?
כ'פארשטיי נישט, ער איז דאך א איד.
אבער בדרך צחות קען מען זאגן אז וויבאלד די געלט גייט פאר די קענסער פאציענטן איז עס א בחינה פון מוטב שיחלל שבת אחת כדי שישמור שבתות הרבה...
מ'קען אפשר פאראפראזירן (מיר זענען אנאלפאבעטן?( : מוטב שישמור שבת אחת שלא לשמה ויבוא לשמור הרבה שבתות לשמה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:14 pm
דורך berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אגב דער קעפל ברענגט ארויס א שמייכל. "דער בארימטער כופר" אזוי ווי צי שרייבן "דער בארימטער גארבעדזש טראק דרייווער" .....
זאג. פון י---- פ---- האסטו געהערט?! ניין. אבער פון ארי מאנדעל האסטו אוודאי יא געהערט!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 8:17 pm
דורך דענקער
המבדיל בין קודש לחול, בין ישראל לעמים.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 8:33 pm
דורך הוגה
איך האב געהאפט צו זעהן א בילד פונעם ראש ישיבה גדול הדור מרן הגאון רבי פניעלע שמעקלשטיין שליט"א.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 8:57 pm
דורך berlbalaguleh
הוגה האט געשריבן:איך האב געהאפט צו זעהן א בילד פונעם ראש ישיבה גדול הדור מרן הגאון רבי פניעלע שמעקלשטיין שליט"א.
ער (דער גוגל הדור ר' פיניעלע שמעקל.....) זיצט נאך ביי שעלעשידעס און זאגט תורה.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:47 am
דורך הוגה
[justify]Here we go again!
ארי מאנדעל א.ק.א. רחמנא ליצלן גרייט זיך פאר די היי יעריגע חי לייפליין מאראטאן. דאס יאר האט ער צוגעלייגט צו זיין כף של זכיות דורכ'ן מזכה זיין במצוה די וועלט בארימטע רעביצן פריידא וויזל פון קרית יואל און צוזאמען וועלן זיי לויפן און שאפן סכומים הגונים פאר די חולי ישראל ומשפחתם.
ווי רעביצן וויזל מעלדט איצטערט אויף פעיסבוק האט איר א גוטע איד געאפערט פופצן הונדערט דאלער פאר די נאבאלע צוועק בתנאי אז זי קומט צו זיי פאר שבת. עס איז נאך נישט קלאר אויב יענער פארלאנגט טאטאלע שמירת שבת אזוי ווי עס איז געווען מיט רחמנא אדער נאר אז זי זאל זיין ביי זיי צוגאסט. עס איז אויך נישט קלאר אויב יענער מיינט דעם הייליגע שבת אדער די שיינע בלאנדע האר. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז דאך צדקה די איינציגסטע מצוה וואס דארף נישט זיין לשמה.
בעצם גייט עס מיר נישט אין קאפ אריין פארוואס מענטשן קענען נישט געבן צדקה without strings attached. עס זעהט מיר אויס מער ווי א תאווה צו ווייזן און אויספירן, אבער וואס גייט מיך אן. ווילאנג אידן טוען גוטע זאכן. איך ווארט נאר אז איינער זאל מיר אנבאטן פופצן הונדערט דאלער אז איך זאל מחלל שבת זיין.
.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:50 am
דורך אפטעמיסט
הער יו גאו הוגה'לע, איך געב אן אנבאט, פופצען הונדערט דאלער פאר א ציגערעטל שבת. גייסט איין?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:54 am
דורך הוגה
אפטעמיסט האט געשריבן:הער יו גאו הוגה'לע, איך געב אן אנבאט, פופצען הונדערט דאלער פאר א ציגערעטל שבת. גייסט איין?
איך נעם נאר COD. בד"וו, נאר א ציגארעטל? כ'בין געווען זיכער אז וועסט פארלאנגן לכה"פ אן עשיית שתי בתי נירין אדער א מנפץ, עפעס זאפטיגס.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:51 pm
דורך העלא
איך הער דא א נייע פשט,
אז אויב איינער וויל זיך פטר'ן פון אידישקייט, איז דא א עצה, מ'ווערט א רשע און "ולרשע אמר וגו' און מ'איז פטור פון כל התורה כולו,
ווייל דער אייבערשטער דארף נישט, וואט? איך הער גוט
עפרא לפומיה פאר דער וואס האט אזוי געזאגט,
יעדע מענטש וואס איז געבוירן פון א אידישע מאמע איז מחוייב צו האלטן כל התורה כולה,
נישט קיין חילוק וויפיל עבירות ער האט שוין געטוהן אין זיין לעבן, יעדע שבת ווייניגער וואס מ'איז מחלל, איז די עונש קלענער,
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:52 pm
דורך פיטומי מילי
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ולרשע אמר אלוקים וכו'. דער באשעפער דארף נישט זיין שבת
די מיינסט עס ערענסט?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:08 pm
דורך מאטי
ווען ער גלייבט ווען אז גאט דארף נישט זיין שבת וואלט דאך גוט געווען.
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 10:55 am
דורך שצם_חנכל
הוגה האט געשריבן:[justify]Here we go again!
ווי רעביצן וויזל מעלדט איצטערט אויף פעיסבוק האט איר א גוטע איד געאפערט פופצן הונדערט דאלער פאר די נאבאלע צוועק בתנאי אז זי קומט צו זיי פאר שבת. עס איז נאך נישט קלאר אויב יענער פארלאנגט טאטאלע שמירת שבת אזוי ווי עס איז געווען מיט רחמנא אדער נאר אז זי זאל זיין ביי זיי צוגאסט. עס איז אויך נישט קלאר אויב יענער מיינט דעם הייליגע שבת אדער די שיינע בלאנדע האר. ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז דאך צדקה די איינציגסטע מצוה וואס דארף נישט זיין לשמה.
.[/justify]
ווי איך פארשטיי איז פריידי וויזל א שומרת שבת, קען זיין איך בין ראנג.
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:09 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אגב דער קעפל ברענגט ארויס א שמייכל. "דער בארימטער כופר" אזוי ווי צי שרייבן "דער בארימטער גארבעדזש טראק דרייווער" .....
איך ליין אזוי איבער דעם אשכול האב איך געוואלט לייקן דעם תגובה ביז איך האב באמערקט אז אני היקר האט עס אליינס געשריבן! מוז איך עס אזוי לייקן
.
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 4:06 pm
דורך געפילטע פיש
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן:
דער (פינטעל) איד
נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2014 4:29 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אין צוגאב האבן עס אויך געלייקט יאיר, לעמיל, און צולייגער.
נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:50 am
דורך אפטעמיסט