בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:22 pm
דורך חבקוק הנביא
אחד העם האט געשריבן:די זעלבע ווי דער כינעזער וואס געשטאכען די וואך, יא!, הייליגע הייליגע נשמות.ישראל זענען עלול אויף רציחה די זעלבע ווי דער וואס האט באקומען .....


אחד העם, דיינע ווערטער ערוועקען אין מיר מער אפשיי ווי די מעשה וואס איז געשען אין ארץ ישראל,

ווי קענסטע עס בכלל פארגלייכען צי דעם כינעזער מעשה אויב נישט וואס דיין הארץ שפרודלט מיט שנאת ישראל,

דער כינעזער האט קאלטבלוטיג ערמארדערט א אומשולדיגע פאמיליע, אין די צייט וואס די בחורים האבען אנגעמקל'ט א אראבער א גנב וואס האט זיך אריין געגנב'ט צי זיי אין די דירה, מיר דאכט זיך אז אין געוויסע סטעיטס אין אמעריקע טאמער איינער דערשיסט א גנב וואס גנב'ט זיך אריין אין זיין הויז טוט מען אים גארנישט, לדעתי איז דער גנב זיך אליינס שולדיג, אפגעזעהן צי די בחורים האבען געטוהן ריכטיג צי נישט,

בכלל איז א אראבער נחשד אויף רציחה, אין ער קען נישט האבען קיין טענות אז מען קלאפט אים אן די ביינער ווען ער גנב'ט זיך אריין צי יענעם אין הויז, סאו כ'פארשטיי נישט די גאנצע טאראראם, לדעתי איז עס בכלל נישט אזא גרויסע עוולה, יא ס'קען זיין אז די בחורים האבען איבער געטריבען, אבער קיין רוצחים זענען זיי נישט, אין ס'קומט זיך זיי גארנישט קיין שטראף דערפאר,

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:26 pm
דורך חבקוק הנביא
אחד העם האט געשריבן:[פראוואקאטיוו]


אהא, בקיצור די ביסט אן אויסגעשפיגענע אפיקורות,

אחד העם האט געשריבן:ואכמ''ל,


ווייסט פארוואס, ווייל טאמער וועט מען אנהייבען צי מאריך זיין וועט מען זעהן אז די רעדסט געבראטענע שטותים, געבויעט אויף קרומע סברות וואס וואקסען פין דיינע פארסמ'טע שנאת ישראל געפילען,

כ'האב קיינמאל נישט געליינט דאס ביך פין היטלער "מיין קאמף", אבער כ'בין כמעט זיכער אז ווען די ליינסט עס וואלסטו דיר גוט פארשטאנען מיט עים....

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:52 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אויב זיצט מען זיי איין וועט מען זיך דארפן באנוצן מיט כאמאס מיטלען מוועט קידנעפן עטליכע סאלדאטן און מוועט פארהאנדלען

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:58 pm
דורך אליצפן
ארץ ישראל האט א געזעץ ענליך צו די הלכה פון די תורה, אז א גנב מעג מען הרג'נען אן פרעגן קיין שאלות. לפי זה זענען די בחורים דא נישט גילטי. די שאלה איז נאר צו מען האט אים ווייטער געשלאגן ווען ער איז שוין געווען אינדרויסן פון די דירה, וואס דעמאלטס האבן זיי שוין נישט קיין רעכט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:50 pm
דורך שמעקעדיג
דער אמת איז, אז שומרים פלעגט אויך שיער דער'הרג'ענען פשוט'ע גנבים אין וויליאמסבורג.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:52 pm
דורך אחד העם
דעת תורה האט געשריבן:איך ווינטש - פונקט ווי אחד העם - אז מען זאל מקיים זיין מיט די בחורים די דברי הרמב"ם (ישראל שהרג את... פטור) אדער די דברי התורה הבא במחתרת. הגם דא איז שוין אפשר בבחינת זרחה עליו השמש.

עי' בשו''ת בית מאיר אבהע''ז סי' י''ז דמדייק מדברי הר''מ דיש איסור מה''ת להרוג בן אדם, חיוב מיתה איה''נ אינה, אבל אולי חיוב כלא.שמו שכתוב הר''מ בהורג ואי אפשר לחייבו מיתה כמו שהבאתי מדברי הר''מ,
ובעובדא דידן הם היכה אותו כבר שהוא הלך לחזור הביתה, ולא היה.במחתרת כלל וכלל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:57 pm
דורך דעת תורה
אבל עיין כסף משנה על אתר. עיין גם משך חכמה.

וכ"ז במקיים ז' מצוות בני נח, אבל כאן הרי גנב ועבר על גזילה במה שנכנס ברשותם שלא ברשות.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:24 pm
דורך גאנצל
כ'האלט אז ס'דארף ארויסקומען א אפיציעלע פארדאמונג און אנטשולדגונג מצד די ישיבה
די זעלבע וואס מ'פארלאנגט פון זיי ווען זיי טוען דאס צו אונז

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:26 pm
דורך אחד העם
דעת תורה האט געשריבן:אבל עיין כסף משנה על אתר. עיין גם משך חכמה.

וכ"ז במקיים ז' מצוות בני נח, אבל כאן הרי גנב ועבר על גזילה במה שנכנס ברשותם שלא ברשות.

הכנסת ברשות אחר שלא ברשות, אינה עובר משום גזל, אולי.משום מזיק,
ועי' עוד בט''ז דיש איסור, ועי' עוד בשו''ת בית יהודה יו''ד סי' ו', ולפי דבריהם עברו על איסור רציחה, ומוחייבים כלא.כמו שכתוב ברמב''ם הנ''ל ועיי''ש

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 4:52 pm
דורך קרעמער1
חבקוק הנביא האט געשריבן:
בכלל איז א אראבער נחשד אויף רציחה, אין ער קען נישט האבען קיין טענות אז מען קלאפט אים אן די ביינער ווען ער גנב'ט זיך אריין צי יענעם אין הויז, סאו כ'פארשטיי נישט די גאנצע טאראראם, לדעתי איז עס בכלל נישט אזא גרויסע עוולה, יא ס'קען זיין אז די בחורים האבען איבער געטריבען, אבער קיין רוצחים זענען זיי נישט, אין ס'קומט זיך זיי גארנישט קיין שטראף דערפאר,

איך גלייב נישט מיינע אויגן!
ס'קען זיין?
האט מען טאקע דערלעבט אז דאס אז ארטאדאקסישע בחורים זאלן אזוי צובלוטיגן אן אראבער, וואס לו יהא ס'קומט איהם איז עס פארט אומריכטיג צוליב אומצאליגע סיבות, קען זיין איבערגעטריבן?

וואטס ראנג וויט יו פיפעל! איי דאונט געט איט!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 4:56 pm
דורך יאיר
איך פארשטיי נישט דעם גאנצן געטומל, עס ווארטן דאך אפ זיבעציג בתולות פאר דעם אראבער.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 6:52 pm
דורך zurich
איך מיין ווען די מעשה קימט ווען פאר אין א חסידישע דירה וואלט די אויסגאנג געוועין גאר אנדעש, ס'וואלט נישט געגאנגן קיין בליט! זיי וואלטן עם געאפערד א ציגעראטעל-געכאפט א שמיעס מיט עם אדער געזאגט לך מפה לך לעזזל

אנהאקן ביז בליט?? די חסידישע חברה האבן אנדערע ספארטס אין אנדערע דאגות...ווי צו אנהאקן א נעבעכדיגע אראבער וואס האט ניטאמאל קיין וועפענס!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 6:57 pm
דורך קרעקער
אנטשולדיג אבער איך קען נישט אזוי אנהרגענען סיי וועלעכע זאך מיט א נשמה אפילי א קעציל אדער דאגי
ווי נעמט זיך אזא בארבאריזעם צו רצחנען אפילי ווען סגיסט זיך בלוט און יענער וויינט?
וואס האט ער סך הכל געטוהן? געטרייט צו גנבענען? סאו וואט? געב עם א פאטש א ציפ א שטויס אבער כמעט צו הרגענען?
ביזט די זעלבע ווי די אראבער
און ווען די אראבערס טאטע וועט מארגען אריינקומען און שטעכען 10 יודען מיט א מעסער וועט ער זיין גערעכט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 7:00 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אפילו אויב איינע פין יענע 10 אידן וועט זיין דיין טאטע/ברודער/קינד ?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 7:04 pm
דורך הדד בן בדד
עפעס איז דא זייער פאני, איך זעה נישט די מעשה באריכטעט אויף קיין איין איזראעלי סייט, דא האב איך אויך נישט געזעהן קיין איין לינק

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 7:10 pm
דורך אחד העם
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אפילו אויב איינע פין יענע 10 אידן וועט זיין דיין טאטע/ברודער/קינד ?

ווען דיין טאטע/ברודער/קינד, וואלט געווען עפעס א אפגעריסענער עני ואביון, און וואלט פרובירט צו צו כאפן עפעס און מויל, און פאר דעם גרויסען חטא וואלט.מען דערהארגעט דיין טאטע/ברודער/קינד, וואלסטו נישט גענומען דעם מעסער און די האנט, אויף א גואל דם איז נישט שייך צו האבן קיין טענות,.זעסט אז גאט הייסט גיין און.א ספעציעלן שעלטער, מיט'ן נאמען ערי מקלט, ס'איז א פארשטענדליכע זאך, און אויב מיין טאטע/ברודער/קינד/ וואלטען געטון אזא זאך, וואלט איך נישט געהאט טענות צום אראבער, נאר צו מיין קינד זעלבסט, פארן טון אזא זאך, וואס א גואל הדם קען אים אוועקלייגען און מיט רעכט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:53 pm
דורך קאווע טרינקער
אחד העם האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:אבל עיין כסף משנה על אתר. עיין גם משך חכמה.

וכ"ז במקיים ז' מצוות בני נח, אבל כאן הרי גנב ועבר על גזילה במה שנכנס ברשותם שלא ברשות.

הכנסת ברשות אחר שלא ברשות, אינה עובר משום גזל, אולי.משום מזיק,
ועי' עוד בט''ז דיש איסור, ועי' עוד בשו''ת בית יהודה יו''ד סי' ו', ולפי דבריהם עברו על איסור רציחה, ומוחייבים כלא.כמו שכתוב ברמב''ם הנ''ל ועיי''ש


נכונים הדברים, אבל לפי מה שכבר העיר המהדיר במהדורת עוז והדר, שטעות נפל, או שגגה יצאה מיד בעל שו"ת בית יהודה, וזאת על סמך שו"ת שואל ומשיב תנינא רבתי, יו"ד קפ"א אות ג'.
ועיין בשו"ת נטע שורק חו"מ, ולפי"ז תבין עמקות דברי המלבי"ם בפרשת משפטים, וחידושי אגדות מהרש"א שם.
וכבר צייין לכל זה בפתחי תשובה שם.

כאילו די בחורים, די שלעגער, האבן עוסק געווען אין די סוגיא.
סתם צולאזטע בחורים, וואס האבן, כפי הנראה, אנגעהאקט דעם ערבי, שוין לאנג נאך פארלאזן די דירה, און פון גרויס פרייד האבן זיי נישט געכאפט אז נעמען בילדער פון דעם איז שטות גדול ונורא.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 8:58 pm
דורך ונבנתה העיר
יאיר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט דעם גאנצן געטומל, עס ווארטן דאך אפ זיבעציג בתולות פאר דעם אראבער.

יאיר, דו ביסט מקצץ בנטיעות, מען איז נוחל צוויי און זיבעציג בתולות, בסוד הנני בא אליך בע”ב הענן.

קאווע טרינקער, זעהט אויס אז זיי האבן פארשאפט די גאנצע כת”י פון שו”ת החותך חיים לכל חי...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:19 pm
דורך איך אויך
כ'האב מורה מ'וועט עם געבן 70/72 בתולים.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:04 pm
דורך berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אויב זיצט מען זיי איין וועט מען זיך דארפן באנוצן מיט כאמאס מיטלען מוועט קידנעפן עטליכע סאלדאטן און מוועט פארהאנדלען

וואו וועט מען האלטן די געקידנעפטע סאלדאטן, אין בעיסמענט פון תו"א?! :lol:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:11 pm
דורך הדד בן בדד
הדד בן בדד האט געשריבן:עפעס איז דא זייער פאני, איך זעה נישט די מעשה באריכטעט אויף קיין איין איזראעלי סייט, דא האב איך אויך נישט געזעהן קיין איין לינק


כפי הנראה לי כעת, איז די גאנצע מעשה לא היה ולא נברא. אולי הוא איזה משל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:27 pm
דורך יין שרף
הדד בן בדד האט געשריבן:עפעס איז דא זייער פאני, איך זעה נישט די מעשה באריכטעט אויף קיין איין איזראעלי סייט, דא האב איך אויך נישט געזעהן קיין איין לינק

YWN
בחדרי
לפי ידיעתי איז מען אים נאכגעלאפן אינדרויסן פונעם דירה, אין א פרעמדע פארבייגייער (א פרענק) האט עם דערשטאכן אין נישט די בחורים, אין ער לעבט נאך אין א סטאבילע צושטאנד.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:52 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
קיין איין אפיציעלע איזראעילי נייעס אגענטור מעלדט נישט די גאנצע מעשה, און א וודאי נישט אז דער פארשיון האט געפייגערט