בלאט 2 פון 2
Re: וויאזוי ווערט מען א ידען?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:35 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
ידען האט געשריבן:ווי אזוי ווערט מען א ״ידען״?
איך האב געוואלט מאכן א עקסטערע אשכול פאר די נושא אבער איך מוז מיך האלטן צו מיינע אייגענע ווערטער אז דער אשכול איז פאר קורצע סחורה און אויב ווערט א לענגערע שמועס וועט מען אפטיילן...
איך האב שוין געשריבן אז מיין ניק איז טאקע ״ידען״ אבער עס מיינט נאר ווייל דאס וויל איך ווערן, אבער איך האלט נישט אז איך בין שוין טאקע ווערט צו האבן דעם נאמען.
מיין שאלה ״וואס כ׳וויל וויסן״ איז, ווי קומט מען אן דערצו? ווי אזוי באקומט מען די אלע ידיעות?
איך בין אין דעם פורום שוין זייט אנההייב און דא זענען דא אזעלעכע דא וואס איך שעם מיך צו שטיין מיט זיי אין ווארט, זיי ווייסן א ים פון אינפארמעישאן און איך פייגער צו וויסן אביסל מער.
עני עדווייס?
לייענען אסאך ווייס איך אז ס׳העלפט אבער איך לייען און איך זע דאך אז ס׳העלפט אויף כפרות... אפשר לייען איך נישט די גוטע סחורה?
אלס איינער וואס האט ליב צו וויסן, קען איך נישט זאגן וויאזוי מען ווערט א "ידען". רוב מענטשן "ווייסן" זאכן, יעדער אין זיינע זאכן וועגן וואס איז אים אויסגעקומען צו לייענען/הערן. א ידען איז בפשטות עמיצער וואס ווייסט זאכן וואס רוב מענטשן מיט וועמען ער פארקערט ווייסן נישט. א ש"ס-איד איז נישט קיין ידען אין כולל ש"ס.
די שאלה איז וואס דיין ציל איז: דער טיטל אדער שטילן דעם נייגער? אויב ס'איז דער טיטל, הייב אן לייענען מער איבער די טעמעס וועגן וועלכע מען רעדט אפט ביי די מענטשן צווישן וועמען דו דרייסט זיך. ווען מען רעדט אין שול איבער יענער טעמע, טראכט פון עפעס אן אומבאקאנטן פרט אין יענער נושא, און גיב עס אזא מהיכי-תיתי ווארף-ארויס פון ארבל; זאג עס מיט אזא רואיגער, נישט-עקסטאז טאן; און חידוש זיך דערביי אויפ'ן איבעריגן עולם הלמאי זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא "באקאנטע זאך". אויב דו קענסט די שטיקל אינפארמאציע איבערגעבן מיט אומגעווענליכע, "שווערע" ווערטער, איז געוואלדיג. ווער רעדט נאך אויב דו קענסט זיך דערביי "מוטשען" (ללא הצלחה) מסביר צו זיין דעם טיפן ענין פאר די פשוט'ע מוחות פון די אנוועזנדע - אך, דעמאלט ביזטו פארזיכערט מיט א שטול אויפן אויבנאן פון די ידענים!
אויב אבער ווילסטו שטילן דעם נייגער נאך אינפארמאציע, הייב אן מיט דער טעמע וואס אינטערעסירט דיך צום מערסטנס.
אין אלגעמיין, קען מען כמעט אייביג עפעס קונה זיין פון יעדן און ביי יעדן שמועס. אלץ וואס פעלט זיך אויס איז -- אויסהערן. איך וואלט דיך אויך געראטן נישט צו זוכן אריינצופיטן אינעם טיטל "ידען", ווייל דאס קומט מיט דער ריזיקע פון ווערן געפערליך "שטייף", נישט קענען הערן וואס אנדערע זאגן/דערציילן (אויס מורא אז ס'וועט אריינשטעלן א "דענט" אין דעם ידען-עגא), און ווייניגער געלעגנהייטן אנדערע זאלן דיר דערציילן זאכן (טראכטנדיג אז דו, ידען, האסט שוין זיכער דערפון געהערט!)
Re: וויאזוי ווערט מען א ידען?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 6:44 pm
דורך ידען
יו ביסטו גוט.
כעל דיר זאגן, מענטשן עפ״י רוב האבן ליב gossip און אויב ווייס איך אלע לשה״רס וועל איך זיין א ידען מיט נייעס...
איך בין אבער קראנק, ממש חולה מסוכן צו וויסן אלעס און מיין נייגער האט מיך שוין כמעט אומגעברענגט בלי שום גוזמא, סע ממש out of control, און ווען איך דריי מיך מיט מענטשן וואס שפייען ידיעות מיט knowledge אז איך פאל צאם פון קנאה, די זעלבע איז דא ווען איך דריי מיך דא און זעה אזעלעכע חברה וואס ווייסן פון אלעס (איך וויל נישט פורש בשמם זיין ווייל כאב מורא אפשר וועט זיך דער אויסגעלאזטער פילן געטראפן) און זאג מיר נישט אז google שטייט זיי אין די זייט און זאגט זיי אלעס אויס און דעיס שרייבען זיי...
עמער מסכם זיין, איך וויל די ידיעות פאר מיר ווייל מענטשן רעספעקטן סייווי נישט קיין סאך דעם ידען (מיך פערסענעל רעספעקט מען יא

) איך וויל נאר סע זאל קלעבן די זאכן אין מיר און איך בין אנגעהויפענט מיט סחורה און מיט encyclopedias אז איך מוז באלד צוקויפן א storage room...
Re: וויאזוי ווערט מען א ידען?
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 6:57 pm
דורך יידל
אגב, אן אנציקלאפעדיע איז דירעקט נישט א פלאץ ווי קונה זיין ידיעות, טאקע ווייל דאס ענהאלט אזוי פיל ידיעות אויף כל מיני עינינם אז ווען דו הייבסט אן לייענען די צווייטער ענטרי האסטו שוין לאנג פארגעסן די ערשטע. אן אנציקלאפעדיע איז געשטעלט אויף צוויי זאכן: איבער'חזר'ן וואס מען ווייסט שוין און אלס הקדמה צו וואס מ'וויל וויסן. אויב ווילסטו וויסן עפעס, קויף א בוך וועלכער איז מסביר דעם נושא מיט א גרונטליכקייט און קלארקייט. ווען ביזט פערטיג מיטן בוך, גיי צום נעקסטן נושא - אבער נישט פאר דו ביזט אינגאנצן פערטיג!
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 8:59 pm
דורך שמואל הלוי
נו ידען; ביסט שוין געווארן א ידען?
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 10:25 pm
דורך ידען
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 1:19 pm
דורך שמואל הלוי
נו אלס 'ידען' ווייסטו דאך זיכער אז נישט אלעמאל ערלויבט די צייט
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 2:23 pm
דורך elter-zeide
קיין שרייבער בין נישט אין קיין ידן אוודאי נישט אבער א עצה צי זיין א ידן ווייס איך יא, דאס ערשטע! נישט דרייען זוך דא אין שטיבל, העיקר ווי מער יענעם אויס הערן, מכל מלמדי השכלתי זאגט דע משנה, אין מיט דע צייט וועסטי ווערן א ידן, אויב די ווילסט שוין אלעס וויסן וועסטי קייןמאל נישט וויסן,
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 8:02 pm
דורך יידל
elter-zeide האט געשריבן:קיין שרייבער בין נישט אין קיין ידן אוודאי נישט אבער א עצה צי זיין א ידן ווייס איך יא, דאס ערשטע! נישט דרייען זוך דא אין שטיבל, העיקר ווי מער יענעם אויס הערן, מכל מלמדי השכלתי זאגט דע משנה, אין מיט דע צייט וועסטי ווערן א ידן, אויב די ווילסט שוין אלעס וויסן וועסטי קייןמאל נישט וויסן,
דאס ערשטע דארף מען וויסן די ריכטיגע אויסלייג פונעם ווארן ידען.
שלום עליכם רבי עלטער זיידע!
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 8:56 pm
דורך ידען
elter-zeide האט געשריבן:קיין שרייבער בין נישט אין קיין ידן אוודאי נישט אבער א עצה צי זיין א ידן ווייס איך יא, דאס ערשטע! נישט דרייען זוך דא אין שטיבל, העיקר ווי מער יענעם אויס הערן, מכל מלמדי השכלתי זאגט דע משנה, אין מיט דע צייט וועסטי ווערן א ידן, אויב די ווילסט שוין אלעס וויסן וועסטי קייןמאל נישט וויסן,
זעהט מיר אויס ווי א סתירה. דא אין שטיבל הערט מען דאך אויס יעדן.
תכונות הנפש וואס פעלט אויס צו זיין א א ידען
נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:26 am
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:ליינען אליין איז נישט גענוג, ס'פעלט זיך אויס נאך צוויי הויפט יסודות, און דאס זענען: 1) האבן א שטארקע תשוקה און דורשט צו וויסן און פארשטיין 2) זיך גוט איינקריצן אין קאפ די זאכן וואס מען ליינט.
איך האלט אז ס'פעלט אויס צו זיין א שטיקל חקרן אויך. למשל. איך האב אייביג געוואלט וויסן פארוואס ווען אינער מאכט נערוועז א צווייטן אדער דרייט סתם א קאפ זאגט מען אים ":האק נישט אין טשייניק" . מילא. האק נישט אין קאפ פארשטיי איך. אבער ווי קומט א קאפ צו א טשייניק. נאר לפענ"ד שטאמט דאס פון רוסלאנד. איך האב ערגעץ געליינט אז אין רוסלאנד איז פארהאן א מנהג קדמונים, זיכער נאך פון צאר'ס צייטן, אז די שטאט געבט הייס וואסער אומזיסט. נאר יעדער דארף ברענגען זייער אייגענעם טשייניק.האט זיך געמאכט עטליכע מאהל וואס ס'איז געווען א לאנגע ליין. איין מענטש איז, פארשטענדליך געווארן "באורד" האט ער גענומען האקן אין טשייניק פאר לאנגווייליגקייט. האט איהם זיין שכן געזאגט "הער אויף צו האקן אין טשייניק"

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 2:57 pm
דורך גאלד
איך האב שוין זייער אסאך געטראכט פון דעם "ווערן א ידען",
איך בין געקומען צו די פאלגענדע 2 החלטות,
1. מ'מוז געבוירן ווערן מיט די טאלאנט פון האבן א גוטן זכרון, איך האב שוין ריזיינט צו דעם מציאות אז דער אייבישטער האט מיך נישט געשאנקען מיט די בעסטע זכרון ממילא וועל איך לכאורה קיין גרויסער ידען קיינמאל זיין, נישט קשה
2. מ'מוז האבן א שטארקע אינטערעסע אין די זאכן וואס די ווילסט געדענקן, א זאך וואס די טרעפסט נישט אינטערסאנט, ווערט פארגעסן זייער שנעל, ווייל ס'קומט נישט נאכאמאל ארויף אויפן זכרון,