בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 2:11 pm
דורך ישראל קאפקע
אין א טרויעריג בארימטע פליטים לאגער אין פראנקרייך. סטיוו דזשאבס עלטערן זענען געווען סירישע אימיגראנטן.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 7:40 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:אין א טרויעריג בארימטע פליטים לאגער אין פראנקרייך. סטיוו דזשאבס עלטערן זענען געווען סירישע אימיגראנטן.

נעבעך: מיין הארץ גייט אויס פאר רחמנות...אנא ממך. געפון עפעס א קאנעקשן וויאזוי די פארשאלטענע ציונים ימ"ש די מערדערליכע צה"ל זענען שולדיג אין דעם פליטים פראבלעם. (כ'עלל דיר אויסזאגן א סוד)...ששש...אין אונזערע אנטי-ציוניסטיש אנטי-אידישע קרייזן שמועסט מען אז די פארשאלטענע ציונים פון מדינת ישראל שטייען אונטער די ארגאניזאציע אייסיס. זאג עס נישט הויעך. הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות קענען עס נאך הערן. און זיי וועללן עס באשרייבן אין זייערע צייטונגען!...ן

Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:23 pm
דורך פליקער
בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:27 pm
דורך [NAMELESS]
פליקער די האסט יעצט אריינגעביסן! ידידינו בערל גייט יעצט שיסן פולווער ווי א קאנאן. אזש די נטורי חרתא גייען צוגיין אין אש און פארעך.

Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:49 pm
דורך גר ותושב
פליקער האט געשריבן:בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,

דאס טאקע באדערט עים אז ביי יעדע נייעסל וכדומה קומען אפאר קרום קעפ און לייגען אן די שילד אויף די ציונים אפילו עס קומט טאקע נישט אריין דארט אויף דעים אויף מאכט ער ליצנות פון זיי און טאקע ווי עס קומט נישט אריין ברעינגט ער אראפ די נושא.

Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:51 pm
דורך פליקער
גר ותושב האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,

דאס טאקע באדערט עים אז ביי יעדע נייעסל וכדומה קומען אפאר קרום קעפ און לייגען אן די שילד אויף די ציונים אפילו עס קומט טאקע נישט אריין דארט אויף דעים אויף מאכט ער ליצנות פון זיי און טאקע ווי עס קומט נישט אריין ברעינגט ער אראפ די נושא.

Oh no
דאס איז סתם א אבסעסיע פון וואס עס איז כדי זיך אפצישאקלען.

Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:53 pm
דורך גר ותושב
דאס איז א קעיגן זייטיגע אבסעסיע אקעיגן מענטשען וואס האבן אן אבסעסיע אקעיגן די ציונים

באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:58 pm
דורך ירא שמים
יעצט פעלט זיך נאר אויס א דריטע רינג פון די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די ציונים (זעסט בערל אלס די ציונים׳ס שולד ווען נישט זיי וואלטן מיר נישט געהאט דעם פראבלעם) ,
איין שאלה נאר בערל מילא ש.ב. סופר מיט מרגליות קען איך פארשטיין דאס איז דאך זייער פרנסה… אבער דו וואס האסטו פון דעם?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 3:42 am
דורך berlbalaguleh
גר ותושב האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:בערל מיין שאלה צו דיר וואס איז דיין אבסעסיע מיט די ציונים, איך האב שוין עטליכע מאל דיך געפרעיגט, אבער דא קומט עס נישט אריין,

דאס טאקע באדערט עים אז ביי יעדע נייעסל וכדומה קומען אפאר קרום קעפ און לייגען אן די שילד אויף די ציונים אפילו עס קומט טאקע נישט אריין דארט אויף דעים אויף מאכט ער ליצנות פון זיי און טאקע ווי עס קומט נישט אריין ברעינגט ער אראפ די נושא.

גר ותושב: יישר כח. ממש דאס איז עס. דו האסט יורד (אדער עולה) געווען לסוף דעתי. ביי אונז ציונים זאגט מען בולל. און ביי אונז ערליכע אידן זאגט מען קולע געווען אל השערה...! געטראפן אין ציעל. איך אליין האב עס נישט געקענט אזוי גוט מסביר זיין. ס'איז נישט קיין אבסעסיע מיט ציונים. פונקט פארקערט די פעולות און אומ-סענסיטיוויטעט פון געוויסע פארשוינען ( מלשון פרשנדתא) וועלכע זוכן צו באשולדיגן די ציונים אין אלץ אין דער וועלט. אט דאס באדערט מיך. ווען אין די זעלבע צייט פארגעסן זיי אז די גויים די אנטיסעמיטן האבן זיי (די אזוי-גערופענע קנאים) פונקט אזוי שטארק פיינט ווי זיי האסן דעם גרעסטן ציוניסט. און זיי וועלן איהם נישט געבן א טשענס צו דערקלערן אז ער איז קעיגן די מדינה. נאר זיי וועלן איהם תיכף הרג'נען. פונקט אזוי ווי דעם גרעסטן ציוני.
אבער איינער וועלכער איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג עיר הקדשה קען דאס נישט פארשטיין. (ראה תגובת פליקער לעיל(...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 3:46 am
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:יעצט פעלט זיך נאר אויס א דריטע רינג פון די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די וואס האבן א אבסעסיע קעגן די ציונים (זעסט בערל אלס די ציונים׳ס שולד ווען נישט זיי וואלטן מיר נישט געהאט דעם פראבלעם) ,
איין שאלה נאר בערל מילא ש.ב. סופר מיט מרגליות קען איך פארשטיין דאס איז דאך זייער פרנסה… אבער דו וואס האסטו פון דעם?

ירא שמים: איך מיין עס ערנסט. ווי די מעשה מיט די אידענע וועלכע איז געקומען צו דעם אהבת ישראל און זיך באקלאגט אויף איהר זון אז ער האט לעצטנס אנגעהויבן צו מאכן פארשידענע מאדנע תנועות מיט די הענט. האט איהר די רבי געזאגט...איך טוה דאך אויד אזוי...! האטציך די אידענע אנגערופן...אבער ער מיינסט עס ערנסט... :lol: :roll:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:34 am
דורך שמעקעדיג
הלכה למעשה פון די אלע תגובות, איז באנקסי א ציוני?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:35 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: אונז וועלן דאס איבערגעבן פאר די עקספערטן, זיי זאללן דן זיין צו ער איז א ציוני, אדער נישט. אבער דאס איז כו"ע מודי אז ער איז א גרויסער ארטיסט...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 9:42 am
דורך איסר האטלקי
ס'איז נישט זיכער אז באנקסי אליין האט עס געטון (אפשר יעצט שוין יא, אנהייב איז נישט געווען זיכער). אויב יא - זאגן זיי, דארף עס יעצט זיין ווערד מער פון 1.4....

Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 9:57 am
דורך קל וחומר
באנקסי האט שוין צו-באקומען איבער א מיליאן נאכפאלגער אויף אינסטאגראם, זינט דעם עפיזאד.

Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 10:03 am
דורך הויזן טראגער
פארוועם האט ער געמאכט די פעינטינג און וואס איז זיין פראבלעם אז עס ווערט פארקויפט ?

Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 10:50 am
דורך קל וחומר
בחוזק יד הוציאנו ה' ממצרים

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:51 am
דורך הוגה
איך פרוביר צו כאפן וואס זיין מטרה דא איז. וועם פרובירט ער צו שטעלן אין פלאץ? וואס פאר א לעסאן וויל ער אויסלערנען און וועם?

Re: באנקסי: דער אומגרייכבארער ארטיסט

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 10:18 am
דורך קל וחומר
זיין מטרה אונטער אלעם איז צו זיין עקסטרעם אייגנארטיג, אזוי ווייט ווי ס'קען גיין.

דערנאך איז דא מעסעגעס וואס ער וויל ארויסברענגן מיט זיין ארט. אפיציעל וויל ער נישט אז זיין ארט זאל פארקויפט ווערן...

(אגב, אסאך האלטן אז דאס איז א טיעם פון מענטשן, נישט בלויז א יחיד.)

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:00 pm
דורך [NAMELESS]
דער באנקסי איז א וויסטער אנטיסעמיט און קוריאזער משוגענער, עס איז א שאד אים צו באלויבן אויף זיינע הערליכע האנטווערק ווען אין זיינע אדערן זידן אנטיסעמיטישע ראסיסטישע אייז קאלטע בלוט, כ'ווייס אז מען קען אמאל שוואך ווערן פאר ארט אבער א פארט וואלט איך נישט הנאה געהאט פון א נאצישער אדער אראבישער מאלעריי.