בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 3:27 am
דורך שמעקעדיג
טאטי, מקוה USA איז אזא פאני ארגאניזאציע!
וואס דרייען זיי איבער אמעריקע מיט מקוה'ס?

איך בין געשוויגן ווי א פיש! וואס ענטפער איך? אלע צייטונגען און בראשורן שרייבן אזויפיל דערוועגן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 3:37 am
דורך דער (פינטעל) איד
זאג אז ס'מיינט א פשוט מקוה ווי טאטי גייט מיט דע קינדער

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 12:29 pm
דורך שמעקעדיג
און פאר דעם דרייעט מען איבער די ווועלט? און מען שרייבט כסדר יסוד קדושתן וטהרתן של ישראל?...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 12:40 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 12:43 pm
דורך נאר,,פרייליך
שמעקעדיג האט געשריבן:טאטי, מקוה USA איז אזא פאני ארגאניזאציע!
וואס דרייען זיי איבער אמעריקע מיט מקוה'ס?

איך בין געשוויגן ווי א פיש! וואס ענטפער איך? אלע צייטונגען און בראשורן שרייבן אזויפיל דערוועגן.


כ'האב ערקלערט מיין זון אז אמעריקא איז ליידער געפאלען אין די אנדערע געגנטער צוליב נישט גיין אין די מקוואות ער''ש

אין די נשים ערב יו''כ

די הודעות איבער ערב יו''כ האסטו שוין יא מסביר געווען

און די ריזיגע פלאקאטען פינעם נייעם וויליאמסבורגער טהרה האסטו שוין מסביר געווען??

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:04 am
דורך הוגה
שבת צופרי וועקט זיך מיין ווייב אויף און זי הערט ווי מיין פרי-סקול מיידעלע זינגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל א ניגון וואס זי האט די וואך געלערנט אין שולע, וועגן די אידישע מיידלעך אין מצרים ווי זיי האבן אלעמאל געטראגן גענוג לאנגע און ברייטע קליידער צו באדעקן זייערע קניען און זיין צניעות'דיג, וכו'. מיין ווייב גייט אריין אין איר צימער און מיין טאכטער זאגט, "ווייסט פארוואס איך זינג עס הויך? ווייל איך וויל אז די בערקאוויטשס (שכנים) זאלן עס הערן. מיין טיטשער האט געזאגט אז מיידלעך וואס זענען נישט careful אז די קניען זאלן זיך קיינמאל נישט אויפדעקן זענען שולדיג אז משיח קומט נאך נישט. איך וויל אז זייער שרי (6 יאר אלט) און רבקי (4 יאר אלט) זאלן הערן די ניגון ווייל זיי זענען נישט אלעמאל careful און זייערע קניען קען זיך אמאל אויפדעקן."

בעצם קומט צו וויינען אויף אזא מעשה. מען האט נישט געפונען עפעס בעסערס ארויסצולערנען פון די דאזיגע פרשיות אויסער די פאקט אז די אידישע מיידלעך האבן געוואטשט זייערע קניען? עס זענען דא אזוי פיל יסודות פון אידישקייט אין די פרשיות, אבער אנשטאט דעם נעמט מען די 4 יעריגע מיידל און מען שטאפט איר מיט די שטותים וואס זי פארשטייט סייווי נישט, און ווען זי וועט שוין פארשטיין וועט זי אויך איינזעהן די שקרים און די אגענדע. פרעה איז צניעות, שעבוד מצרים איז צניעות, יד השם איז צניעות, נביאות משה צניעות, יציאת מצרים און קריעת ים סוף איז צניעות, מתן תורה איז צניעות, וכו' וכו'. די סיבה פארוואס איך לייג די מעשה יא אין די שמייכל אפטיילונג איז ווייל איך האב מיך געלערנט צו לאכן פון אזעלכע מעשיות, און שלום מאכן מיט די ביטערע מצב. It is what it is, די שולעס זענען פארנומען א טייל פון די צייט מיט שטותים, אבער ברוך השם די שטותים זענען אזוי לעכערליך אז ס'כמעט אוממעגליך אז עס וועט לאזן א רושם, בעזר בשם.


.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:15 am
דורך לעיקוואד
די שטותים וועלן אפשר בעזר השם, און בעזר די עלטערען, נישט האבען א רושם. אבער דאס אויסלאזען אלעס אנדערש לכבוד דעם דאס איז פיל א גרעסערע פראבלעם.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:22 am
דורך הוגה
לעיקוואד האט געשריבן:די שטותים וועלן אפשר בעזר השם, און בעזר די עלטערען, נישט האבען א רושם. אבער דאס אויסלאזען אלעס אנדערש לכבוד דעם דאס איז פיל א גרעסערע פראבלעם.


ביזט גערעכט מיט דעם. און אויף דעם ארויף קומט אויך מיין שלום מאכן מיט די מצב, ווייל איינמאל מען ווייסט אז מען קען עס נישט עקספעקטן פון די מוסדות ווייסט מען כאטש אז עס פארלאנגט זיך צו טון די ארבייט אליינס. און לגבי אויסלאזן, פרעג היינט א יונג מיידל (אסאך עלטערע פרויען אויך) וואס זענען די ג' עבירות חמורות און אכציג פראצענט וועלן ענטפער "אינטערנעט, קאלירטע קליידער און סקירטס ווייניגער ווי 4 אינטשעס לענגער ווי די קניען". די עיקר פראבלעם איז נישט אזוי פיל אז מען האט צו געלייגט נייע עבירות ווי וואס מען האט ארויס גענומען. די זעלבע זאך דא, וואס לערנט מען 'נישט' איז די עיקר פראבלעם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 5:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
טאטי, פארוואס איז דא לעצטענס אזוי סאך גזירות ביי אידן? פארוואס שיקט נישט די אייבישטער קודם א רעגן-בויגן אז מ'זאל תשובה טוען?

נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 10:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך זאג כסדר פאר מיין דריי יעריג אינגל אז מ'טאר נישט לויפן אין גאס חלילה, און אויך זאג איך אים כסדר נישט צו שרייען אזעלכע קולות אינדערהיים.

מעשה שהיה.

דעם שבת בשעת די סעודה זינג איך מיר אוועק, מיט מיין אינגל אויפן שויס.. ווען איך וואלט געהאט כח, וואלט איך געלאפן אין די גאסן.. ער האקט מיר איבער "טאטי מ'טאר נישט לויפן אין די גאס".. איך זינג ווייטער.. און איך וואלט געשריגן הויעך, שבת הייליגע שבת! "טאטי, מ'טאר נישט שרייען הויעך".

וואס זאג איך אים? :D

נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 10:12 pm
דורך גר ותושב
הלכה ולא למעשה

נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 10:14 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב געוויזען מיין אינגעל (8) ווי אלי בעער זינגט זיין ויהיו רחמיך...

"טאטי, וויאזוי קען אזא מינע מענטש מאכן אזא הייליגע ניגון? "......

איך פארשטיי ממש נישט פארוואס אזא קלוגע יונגערמאן ווי דיך זאל וואזען זיין קינד לכתחילה א מוזיק ווידיאו, טאמער האט ער דיך געפאקט וואטשען עפעס אין ער וויל וויסען וואס די וואטשסט האסטו שנעל געמישט אין דאס איז געווען די איינסיגסטע האלב נארמאל זאך, שוין... אבער לכתחילה??????

זיי דיך בעסער מסביר ביטע. וואס איז די פראבלעם מתחילה? ס'איז דא פרויען דארט?

איך קען געבן א הסבר. אבער צו דעם מוז מען אריינגיין אין מאחורי... :lol: :roll:

נשלח: זונטאג מערץ 06, 2016 11:10 pm
דורך שמעקעדיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך זאג כסדר פאר מיין דריי יעריג אינגל אז מ'טאר נישט לויפן אין גאס חלילה, און אויך זאג איך אים כסדר נישט צו שרייען אזעלכע קולות אינדערהיים.

מעשה שהיה.

דעם שבת בשעת די סעודה זינג איך מיר אוועק, מיט מיין אינגל אויפן שויס.. ווען איך וואלט געהאט כח, וואלט איך געלאפן אין די גאסן.. ער האקט מיר איבער "טאטי מ'טאר נישט לויפן אין די גאס".. איך זינג ווייטער.. און איך וואלט געשריגן הויעך, שבת הייליגע שבת! "טאטי, מ'טאר נישט שרייען הויעך".

וואס זאג איך אים? :D

אז טאטעס מעגן יא... וואס דען?

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2016 12:14 pm
דורך געוואלדיג
מיין 8 יאריגע פרעגט מיר דעם שבת, פארוואס ווען מען רוקט א פען אויף א פעיפער שרייבט דאס, און ווען מען רוקט דאס אויף די לופט שרייבט דאס נישט?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:03 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
היינט זאגט מיר מיין זוהן ״טאטי, כ׳וויל די זאלסט ווערן א באס דרייווער״, כפרעג עיהם פארוואס ווילסטו דאס?
אזוי וועל איך קענען טוען אויפן באס וואס איך וויל,
גלייב מיר, די ווילסט נישט כזאל ווערן דיין באס דרייווער, ס׳איז די פערפעקט אזוי,
״ניין ניין כווייל זייער שטארק״
מיין קינד, די וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין, די ווילסט נישט כ׳זאל ווערן דיין באס דרייווער

אקעי, סאו פליז ווער די באס רבי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 12:59 am
דורך רויטע וואנצעס
מיין פיר יעריג אינגל האט היינט מחדש געווען, אז די הינדלך וויינען ביי כפרה שלאגן, ווייל זיי ווילן נישט נעמען די עבירות.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:53 am
דורך אדונינו
מיין צען יעריג אינגל פרעגט מיר היינט דערשראקן: טראמפ וועט מיך צוריקשיקן קיין אותיופיה??

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 5:04 pm
דורך טייערע ברודער
מיין זוהן פארציילט אז ס'איז אמאהל געווען צוויי קינדער אין חדר וואס האבן זיך שטענדיג געשלאגען איינער מיט'ן צווייטן. דער מלמד האט פראבירט שלום צו מאכען אבער ס'איז נישט געלונגען.

איין טאג האט דער מנהל זיי אריין גערופען און געפרעגט וואס איז פשט אין דער התנהגות? ענטפערן די קינדער: "אונז שפילן טאטי'ס און מאמי'ס!"

נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:51 pm
דורך אייז קריעם
מיין זון זעהט א סיין "ברוך דיין האמת" הוי מי יתן לנו תמורתו!!
פרעגט ער מיך אויב עס האט א שייכות מיט כפרות שלאגן זה תמירתי..

Re: קינדערישע שאלות און חכמה'לעך

נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 10:10 pm
דורך mevakesh
ערב יום כיפור ווען איך האב גערופען די קינדער זיי צו בענטשען זאגט מיר מיין קליינער יעצט גייסטו זיין א הייליגע טאטע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2018 11:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיין כתה א' תכשיט וואס האט זייער ליב צו טוען מיט מיר עקסערסייז: טאטי, וואס איז שלעכט אז פרעה האט געמאכט די אידן ארבייטן שווער? ס'איז געווען גוטע עקסערסייז פאר זיי.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2018 11:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2018 11:54 pm
דורך ונבנתה העיר
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מיין כתה א' תכשיט וואס האט זייער ליב צו טוען מיט מיר עקסערסייז: טאטי, וואס איז שלעכט אז פרעה האט געמאכט די אידן ארבייטן שווער? ס'איז געווען גוטע עקסערסייז פאר זיי.

עקסערסייזען די רעכטן איז וויכטיגער.