די קריטישע וואלען אין מאנסי.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

איך האב יעצט געוואוט פאר
ר' דוד פריד
YES פאר קאסינאס
און געלאזט ליידיג טאון סופערווייזער
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך לייבעלע »

בדד האסט גוט געשריבען... די אנדערע זייט. האסט אפאר גוטע פוינטס אבער איך האב מורה אז דו ביסט א דעוועלאופער.איך בין אויכעט זיכער אז דו באציהסט זיך נישט צו מיינע תגובות ווייל איך האב נישט געזאגט אסאך זאכן פון וואס דו טענ'עסט. פינקט פארקערט איך האב זיך שטארק באווארענט אז עס זאל נישט ארויסקומען א מכשול מתחת ידי

דער ביטערע פארזויערטער כתר מלכות וואס האט נאך קיין איין גראד נארמאלכע תגובה נישט געשריבען אויף דעם מקום נאר פארביסענע האס שפריצט פון זיינע נאזלעכער איז אפילו נישט כדאי צו אפצווענדען. איך שריייב קאפיטלען מיט בלוט פון מיין הארץ. א גאנצע אשכול ווי מאנסי ווערט וומס'ג. די נייע איינווינער דרייווען ווי חיות טורפות. ערב יו'ט נעמט 25 מיניט אדורעכ צו פארען איין גאס אויף מעין סטריט. מען דארף ווארטען יעדען טאג א האלבע שעה אין די שוהלען צי טרעפען אביסעלע פארקינג.אנשטאט א רואיגע שמייכעלדיגע פריינטליכ שטאט איז עס געווארן א זויערע שטאט מיט די סאטמארע חזיריי און פאטשקעווילען. און נאך אסאך הוכחות. און דער קאקא מאכט אלעס אוועק מיט איין ווארט. עס איז קיהל. חחחח. דו לעבסט נאך אין דיין גרויסע באבעל ווי א עקסטרים סאטמארע אין קראלי.איך קען זיך נישט פאר שטעלען ווי אזוי אז כתר מלכות פיט ארויף אויף אזא פנים זועפות.גיי נעם א טישו און וווישט אפ דיין נאז.

פאריז. דיר וויל איך נאר דערמאנען אז מיר זענען אין גלות. רעכטען ארויף רעכטען אראפ. אידען אין דייטשלאנגד פאר 70 יאהר ציריק האבען אויך פארמאגט רעכטען. וויזוי גייט נאר דער ווארט. תהיה חכם ואל תהי צודק. פון מיינעטוועיגן זאל גאנץ כלל ישראל קימען קיין מאנסי.אויב ס'איזדא גענוג פלאץ. איך פארגין דירות פאר יעדער איינער. אבער מען ברויך זיך אביסעלע צעשפרייטען. מען קען גיין אויף עירמאנט.פאמאנע.סאפערן.טשעסנאט. אויב וועל איך זאגען אז אין וומסב'ג קען מען מער נישט בויען ווייל עס איז א מאנגעל אין פלאץ וועל איך אויכעט זיין א אנטיזעמיט ? סך הכול זאג איך אז מען זאל נישט ברענגען גאנץ כלל ישראל אויף עטליכע און 10 גאסען און בויען שטאטטישע פראדזשעקטס אנשטאט שיינע לופטיגע גאסען וואו מיר זענען ציגעוואינט פאר די לעצטע 30 יאר און מער.

בדד האט יא געענטפערט זייער שיין ווי א מענטש צי דער זאך [ווי שטענדיג] און פאר זיין תגובה לוינט זיך יא צו אפליינען און זיך באציען דערצו מיט רעספעקט. איך וועל באלד נעמען אפאר מיניט און מסביר זיין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לייבעלע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

דעת תורה האט געשריבן:פונקט פארקערט. עס ווייזט אז זיי זענען נישט קיין שונאי ישראל, זיי ווילן בלויז די שטאט זאל אויסזען אזוי ווי עס האט אויסגעזעהן ווען די ארטאדאקסן האבן געוואוינט דארט פאר פופציג יאר צוריק.


איך רעספעקטיר זיי מיט זייער מיינוג, די פראבלעם איז אבער אז זיי ווילען ארויפצווינגען זייער מיינוג אויף מיר,
איך האב א אנדערע ווילן פון זיי און איך וויל יא האבען א שפע פון דירות מיט א שפע פון דיוועלעפמענטס, זיי האבן נישט קיין שום רעכט איבערצודרייען די סקול בארד מיטונגען אלעס ווייל זיי קענענן נישט אראפשלינגען אז מיר האבן די רוב, און זיי האבן נישט די רעכט צו העצן קעגן אונזער לייף סטייל און עס ניצען אלץ א מיטעל ארויסצוברענגען וואטוס, די מינוט וואס זיי ניצען אונז ארויסצוברענגן זייער אגענדע דאן ניצען מיר זיי ארויסצוברענגן אונזער אגענדע.

זיי האבן די רעכט צו מאכען א קעיס אז מאנסי זאל אויזסען ווי פופציג יאר צירוק, אבער זיי דארף עס מאכען אן העצע כאילו אז מיר טיען עפעס אומריכטיג מיט גיין מיט אונזער מהלך לויט ווי אזוי מיר ווילען עס זען, די מינוט וואס זיי גייען מיט האס און העצע האבן זיי געגעבן די טול צו שרייען אנטיסעמעטיזעם און עס גייט א שטיין פאר א שטיין, און כנראה אז ווילאנג די מקווה וועט זיין אפן וועט זיין מער דירות, און מעגליך עס וועט קימען מיט באמפס אויף די ראוד און דא און דארט א פארלוסט אדער צייטווייליגע קליינע אפהאלט פון פארלירען ביי איין וואלען, אבער עס איז קלאר אז די צוקניפט ליגט ביי אונז.

לייבעלע האקט.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

לייבעלע האט געשריבן:פאריז. דיר וויל איך נאר דערמאנען אז מיר זענען אין גלות. רעכטען ארויף רעכטען אראפ. אידען אין דייטשלאנגד פאר 70 יאהר ציריק האבען אויך פארמאגט רעכטען. וויזוי גייט נאר דער ווארט. תהיה חכם ואל תהי צודק. פון מיינעטוועיגן זאל גאנץ כלל ישראל קימען קיין מאנסי.אויב ס'איזדא גענוג פלאץ. איך פארגין דירות פאר יעדער איינער. אבער מען ברויך זיך אביסעלע צעשפרייטען. מען קען גיין אויף עירמאנט.פאמאנע.סאפערן.טשעסנאט. אויב וועל איך זאגען אז אין וומסב'ג קען מען מער נישט בויען ווייל עס איז א מאנגעל אין פלאץ וועל איך אויכעט זיין א אנטיזעמיט ? סך הכול זאג איך אז מען זאל נישט ברענגען גאנץ כלל ישראל אויף עטליכע און 10 גאסען און בויען שטאטטישע פראדזשעקטס אנשטאט שיינע לופטיגע גאסען וואו מיר זענען ציגעוואינט פאר די לעצטע 30 יאר און מער.


איך בין אינגאנצן מיט דיר אז מען זאל זיך צושפרייטען, איך גיי נאך וויטער אז מען זאל בכלל ארויס מופען פון ניו יארק ווי דאס לעבן איז אזוי טייער,
אבער די באשלוס דארפן מיר מאכען, נישט אנדערע זאלען עס מאכען פאר אונז, וואלט זיך עס געהאנדעלט מיט שווארצע וואלטען יענע קיין פיפס נישט געזאגט, אסאך פון די העצער זענענן היספאנישע און ניטאמאל לעגאל דא,

איך זארג מיר נישט אויף אנטיסעמעטיזעם וואס דאס קען ברענגן, ווייל דאס זעלבע גייט פאר אין מאנרא, די זעלבע גייט פאר אין די ניע ישוב פון רז"ל, די זעלבע גייט פאר אין די סיטי, איבעראל האט מען אונז אייניג נישט ליעב, מיר זענענן אלע און איין שיף און עס איז נישט דא וואס צי טיען דערוועגען, מען דארף אנגיין און בויען דירות מען זאל האבן ווי צו וואוינען און האפן אויפן בעסטען.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך לייבעלע »

איך האב אפגעשריבען א לאנגע תגובה מער פון א האלבע שעה.און אלעס האט זיך פארמעקט. איך ווייס נישט וויזוי. עסז איז אזוי באשערט און כ'על עס יעצט נישט איבערשרייבען. איך האב ניש די צייט און געדולט.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ווער ס'האט א שוואכקייט צו טון אלעס וואס די כלומרשטע עסקנים הייסן אן קיין שום חשבון ייתי ויפחה זאלן געזונטערהייט אזוי טאן

די מציאות איז אז די עסקנים אין מאנסי (איך וויל נישט זאגן קיין נעמען ווייל איך האב א שוואכקייט צו דעם... ) זענען נישט קיין אקטיווע עסקנים במשך השנה ווען מ'דארף א טובה גייט מען נישטאמאל צו זיי -אדרבה ברענג מיר א מענטש וואס איז געהאלפן דורך זיי סיי ווען- זיי זענען אלע פעימאס דעוועלטפערס וואס בויען אבנארמאל סכנה'סדיג און צושטיפט די דירות זענען נישט ביליג נישט צום פארקויפן און נישט רענטלס טעקסעס פארט ארויף מיט א גאלאפ און פארטיג

די איינציגסטע פארוועם איך וואלט געוואויט איז דער סופעווייזער ווייל ער איז באמת א פיינער מענטש
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאנצל: דו ברענסט זייער גוט ארויס די נקודה פונ'ם גאנצן געמויזעכץ אין מאנסי. ס'איז א בחינה פון אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי. נאר איין באמערקונג האב איך. קריסטאפער סט. לאורענץ איז נישט נאר א פיינער מענטש נאר אן אוהב ישראל. ווייל ער נעמט אריין א סאך חצים ובליסטראות פאר דעים אז ער שטייט מיט די אידן. יה"ר מלפני אבינו שבשמים אז זיינע שונאים זאללן נישט האבן קיין שליטה.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

גאנצל האט געשריבן:ווער ס'האט א שוואכקייט צו טון אלעס וואס די כלומרשטע עסקנים הייסן אן קיין שום חשבון ייתי ויפחה זאלן געזונטערהייט אזוי טאן

די מציאות איז אז די עסקנים אין מאנסי (איך וויל נישט זאגן קיין נעמען ווייל איך האב א שוואכקייט צו דעם... ) זענען נישט קיין אקטיווע עסקנים במשך השנה ווען מ'דארף א טובה גייט מען נישטאמאל צו זיי -אדרבה ברענג מיר א מענטש וואס איז געהאלפן דורך זיי סיי ווען- זיי זענען אלע פעימאס דעוועלטפערס וואס בויען אבנארמאל סכנה'סדיג און צושטיפט די דירות זענען נישט ביליג נישט צום פארקויפן און נישט רענטלס טעקסעס פארט ארויף מיט א גאלאפ און פארטיג

די איינציגסטע פארוועם איך וואלט געוואויט איז דער סופעווייזער ווייל ער איז באמת א פיינער מענטש



עס זענען דא גוטע עסקנים אין מאנסי, אבער זיי האבן בכלל נישט קיין סעי אין די וואוטס כמעט.
די עסקנים זענען אזויווי דו זאגסט יודן וואס שארן גאלד פון סט. לורענסעס שוואכקייטען...
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify][tag]הדד בן בדד[/tag], דו מאכסט געוואלדיגע וואלידע נקודות, און דיין שריפט איז הערליך. איך האב מיך נישט וואס צו קריגן אויף דיינע טענות ווייל זיי זענען מעגליך גערעכט, אבער עס נעמט ווייטער נישט אוועק מיינע טענות. דער מצב אין מאנסי איז self made, עס איז נישט דא אזא אפענע העצע אקעגן אידן אין ערגעץ אין גאנץ אמעריקא. אין ברוקלין וואוינען אויך די אידן אויסגעמישט מיט טויזנטער נישט אידן און מאדערנע אידן און די האס אקעגן די פרומע געמיינדע קומט נישט נאנט כמלוא מחט צו דאס וואס מען פארציילט אין מאנסי. די סיבה איז ווייל די א.ג. עסקנים האבן דאס אנגעמאכט. געוויסע רבנים אין מאנסי האבן דאס שוין פון לאנג גע'טענה'ט אז דאס איז נישט גוט, און יעצט זעהן מיר עס אלע בחוש.

א באקאנטע מיינע פון מאנסי איז פערזענליך נאנט מיט די קאנדידאט וואס לויפט פאר די ראקלענד עקזעקיוטיוו פאזיציע מטעם די "צד שכנגד". פארציילט ער מיר דאס פאלגענדע. ער האט אים פאריגע וואך געפרעגט פארוואס ער דרייט זיך נישט אביסל מיט די פרומע געמיינדע, עס וועט אים נאר העלפן, אפשר זאל ער זיך לאזן כאטש איינמאל פאטאגראפירן מיט אפאר חסיד'ישע אידן. האט ער געענטפערט אז ער קען דאס נישט טון. היות ער ווייסט אז ער גייט נישט באקומען קיין איין אידישע שטימע צוליב דעם וואס ער וויל נישט נאכקומען אלע פארלאנגען פון די "עסקנים", וממילא מוז ער האבן א יעדע נישט-אידישע שטימע וואס ער קען נאר. און די איינציגסטע וועג דאס צו טון איז דורכן אפעלירן צו זיי אלץ א רעטער פון די הענט פון די וואקסענדע אידישע געמיינדע. די איינציגסטע וועג ווי אזוי ער קען ארויסשלעפן א שטערקערע כח איז דורכן מאכן כאילו דער עלעקשאן איז גורל'דיג פאר זיי. די טאג נאך די עלעקשאנס, אויב געווינט ער, וועט ער בתשואות חן זיך אוועקזעצן מיט אלע צדדים.

ווען אבאמא זאגט צו כל טיב וטוב בשעת'ן קאמפיינען פארשטייט יעדע איינער אז עס איז נאר עלעקשאן רעטאריק, ווען בן ציון ווידער זאגט צו נידעריגע טעקס ראטעס פארשטייט יעדע איינער אז עס איז נאר קאמפיין רעטאריק, אבער ווען די "צד שכנגד" רעדט, דעמאלטס נעמט מען פלוצלינג אלעס for face value? דאס איז געווען נאך איידער די שרעקליך מיאוס'ע קאמפיין ליטעראטור איז ארויס געקומען. יעצט נאכן פירן אזא קאמפיין ווייס איך שוין נישט אויב ער האלט די זעלבע.

עכ"פ, מיין נקודה איז אז די פאקט אז מען האלט דארט ביי אזא מצב צייגט אז עס זענען דא אפאר בהמות ביי די רודער. איך האב געהערט פון עטליכע באזעסענע ביזנעס מענטשן פון מאנסי וואס זענען נישט ארויס היינט וועהלן נאר צוליב די העצערישע קאמפיין וואס איז געפירט געווארן. זיי האבן געהאלטן אז א פארלוסט פאר די אידיש-געשטיצטע קאנדידאטן וועט האבן ווייניגער נעגאטיווע רעזולטאטן ווי א געווינס. איך ווייס נישט אויב דער קליינע הייפעלע ראציאנאלע אידן וועלן אויסמאכן צו נישט. either way וועט די וועלט נישט אונטערגיין.

מיין ווייב רופט מיך פריער אן און זי פארציילט מיר אז זי האט נארוואס אראפגעלייגט די טעלעפאן מיט א קרובה פון מאנסי. די פרוי פארציילט איר אז איר קינד איז געבליבן אין דערהיים היינט, זי איז נישט זיכער אבער זי מיינט אז ער האט א פחד אז מען וועט היינט קומען אפשפארן די חדר. מיין ווייב נעמט זיך לאכן. די פרוי הייבט אן אנצושרייען מיין ווייב אז זי האט נישט קיין אהנונג ווי ערענסט די מצב איז. (די פרוי האט ניטאמאל געכאפט אז די גאנצע הו-הא איז נאר אין די מאנסי געגנט, זי האט געמיינט אז דאס זענען נאציאנאלע וואהלן.) די שונאי ישראל סטראשען יעצט כלל ישראל מיט דאס ערגסטע, ממש ווי בעפאר די אויסברוך פון די צווייטע וועלט מלחמה. זי פרעגט מיין ווייב אויב זי האט פאספארטן אין א פאל אז מען דארף אנטלויפן. דער מעשה איז נישט קיין וויץ, א יעדעס ווארט איז אמת. ס'קען זיין אז מען רעדט דא פון אן עקסטרעם נאאיווע פרוי, אבער די פאקט אז זי קען אזוי דמיונ'ען שרייט הויך איבער דאס טיפשות און אומפארזיכטיקייט פון די "עסקנים".

אויב וועלן די אידיש-געשטיצטע קאנדידאטן פארלירן וועלן זיך די פרומע געמיינדע מוטשען פאר אפאר יאר. מען גייט נישט בויען א געטא, און מען גייט נישט איינזעצן אין טורמע 5000 אידן. סך הכל וועט מען נישט קענען האבן מוסדות אין הייזער, מען וועט נישט קענען האבן געשעפטן אין רעזידענשל פראפערטיס, עס וועלן נאר קענען וואוינען 500 משפחות אויף איין גאס אנשטאט 800 (נישט קיין גוזמא). איז עס בא'טעמ'ט? לכאורה נישט. אבער דערנאך וועלן זיך די "עסקנים" אפשר לערנען אויסצוהערן וואס דער המון עם האט צו זאגן. אולי ואולי!!! אויב אבער וועלן זיי געווינען האט איר אלע מאנסיער אידן קונה געווען אדונים על עצמיכם, און די שנאת ישראל ליגט אויף אייער הענט.

ודי למבין האט געשריבן:איך האב יעצט געוואוט פאר ר' דוד פריד


נישט אז ס'איז א נפ"מ, אבער די רבי דוד נ"י איז אן ערליכע קריסט חתונה געהאט צו א צווייטע מאן. דאס איז לא מעלה ולא מוריד פאר זיינע קוואליפיקאציעס אלץ א פאליטישע דינער, איך שרייב עס נאר ווייל אסאך היימישע זענען אונטער די אימפרעשאן אז ער איז א איד.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
smart man
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 6:16 pm
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך smart man »

איך וויל איבער זאגן א שמועס וואס מיין חבר פון מאנסי האט מיר געזאגט:
ווען איך האב געזעהן דער צודרייטער קאמפיין וואס גייט פאר ביי אונז אין שטאט, בפרט די דרשה פול מיט בלאף אין שקר שבת פארן ליינען, האבן מיינע קינדער געפרעגט אלע מינע שאלות ווי איז עס אמת אז מען וועט מעהר נישט קענען מאכן מציצה וכדומה, האב איך געהאט א שמועס מיט זיי אז אלעס איז שקר, זיי זענען נישט שונאי ישראל, זיי האבן אנדערע אגענדעס ווי אונז, אונז ווילן מעהר הייזער, אין די אזוי גערופענע 'צד שכנגד' מעהר אפענע שטח וכו'.
פארציילט ער ווי זיין ווייב האט געהאט שטארקע טענות, היתכן ער איז מחנך די קינדער צו טראכטן אנדערש ווי די רבנים/עסקנים הייסן??
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

ווען גייט מען וויסן דער אויסגאנג?
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

הוגה, יעדעס ווארט דיינע איז ריין אמת. מ'זעט אז ביסט געווען אין א גוטע השראה בשעתן שרייבן.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ודי למבין האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ווער ס'האט א שוואכקייט צו טון אלעס וואס די כלומרשטע עסקנים הייסן אן קיין שום חשבון ייתי ויפחה זאלן געזונטערהייט אזוי טאן

די מציאות איז אז די עסקנים אין מאנסי (איך וויל נישט זאגן קיין נעמען ווייל איך האב א שוואכקייט צו דעם... ) זענען נישט קיין אקטיווע עסקנים במשך השנה ווען מ'דארף א טובה גייט מען נישטאמאל צו זיי -אדרבה ברענג מיר א מענטש וואס איז געהאלפן דורך זיי סיי ווען- זיי זענען אלע פעימאס דעוועלטפערס וואס בויען אבנארמאל סכנה'סדיג און צושטיפט די דירות זענען נישט ביליג נישט צום פארקויפן און נישט רענטלס טעקסעס פארט ארויף מיט א גאלאפ און פארטיג

די איינציגסטע פארוועם איך וואלט געוואויט איז דער סופעווייזער ווייל ער איז באמת א פיינער מענטש



עס זענען דא גוטע עסקנים אין מאנסי, אבער זיי האבן בכלל נישט קיין סעי אין די וואוטס כמעט.
די עסקנים זענען אזויווי דו זאגסט יודן וואס שארן גאלד פון סט. לורענסעס שוואכקייטען...


אט אזוי עקזעקטלי די פאר וואס ווערן אזוי אנגעצויגן פאר די וואלן און מאכן אנגעצויגן יעדעם איינעם איז נישט דא צו געפינען במשכ'ן יאר און די עסקנים וואס טוען יא זיי ווערן נעבעך מיטגעשלעפט מיט די אלע לאקשן היינט לייגן זיי ארויס א צעטיל רבותי ס'איז צרות עד דעי גייט עפענען א אייגענע קארט סיסטעם ספעשל פאר אידן וואסערע באלויני איז דאס?

דעם סט. לארענס שוין איך שוין היינט ער איז אריינגעפאלן מיט א באנדע משוגעים וואס ראטן אים וואס צו טוהן און פאר גארנישט ווערט ער פארפיינטעט ביי די איינוואוינער ארום מאנסי ואין להאריך

די ווארט איז אז דער עולם האט נישט קיין שום קאנעקשן און טראסט און די עסקני בחירות א שטיק צייט האט מען נאך זיי אויסגעהערט אבער היינט קיינער טראסט זיי נישט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאריז: איך האב נייעס פאר דיר. די גוי'אישע וועלט האט אונז נישט ליעב געהאט נאך אין אברהם אבינו'ס צייטן. די מעשה מיט די עבדי אבימלך ופיכול שר צבאו און די ברונעס וואס אאע"ה האט אויס געגראבן. און יצחק מיט די עבדי אבימלך און יעקב מיט שכם.נאר ס'איז דא נאאיווע אידן וואס האלטן אז אויב ס'עט נישט זיין קיין מדינה און קיין ציונים וועט נישט זיין קיין אנטיסעמיטיזם. און אלע גוים וועלן קושן די אידן און זיי דערהייבן. אזוי ווי ס'שטייט אין די מגילה. "וכל עבדי המלך אחשורוש מנשאים את היהודים". און אויכעט. (פון די זעלבע חכמים.) אויב מ'וועט אריינלייגן אן עד (פאר דרייסיג אלפים) אין נ.י. טיימס אז די ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים און האלטן נישט פון די מדינה, וועט זייך אויפהערן דאס אנטיסעמיטיזם. :)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' הוגה איבערליינענדיג דיין מאמר האב איך געזעהן אז דו זאגסט גאנץ גוטע זאכן. אבער די מציאות איז אז אפילו אז מ'דארף נישט נתפעל ווערן פון די אנשרעקעניש און קאמפיין רעטאריק וואס די אזויגערופענע עסקנים ווילן אהערשטעלן, דארף מען אבער אויכעט נישט אינגאנצן אוועקמאכן די קאמפיין פלאטפארמע פונ'ם צד שכנגד.ווייל מיר דארפן געדענקען אז אין דייטשלאנד האט זיך עס אויכעט אנגעהויבן בהדרגה. און די דייטשע אידן, זיצנדיג על סיר הבשר און זייענדיג שטארק אויסגעמישט אין די דייטשע קולטור און עסטאבלישמענט, האבן זיך פארלאזט אז דער קאורט סיסטעם און די געזעצן וועלן זיי ראטעווען. און ס'וועט קיינמאל נישט צוקומען צו א מצב וואו זיי וועלן ווערן פארפאלגט פון א רעגירונג. און אויב (ח"ו) דער צד שכנגד וועט געווינען און עד דעי, אדער אן אנדערער שונא ישראל וועט אדורכפיהרן זיינע פלענער, און דער קאורט סיסטעם וועט ארויפלייגן שווערע געלט שטראפן אויף די אידן, וועט זיכער נישט ארויסקומען קיין טובה פון דעם פאר קיינעם.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

בערל, איך האב ארויס געברענגט דיין פוינט אין אביסל אנדערע ווערטער אויבן. מיך באדערט נאר אז ער האט געמאכט די יודן אז א קאמפיין פלאטפארם, איך זאג נישט אז ער איז נישט גערעכט מיט דעם, אבער למעשה באדערט מיך עס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ודי למבין האט געשריבן:בערל, איך האב ארויס געברענגט דיין פוינט אין אביסל אנדערע ווערטער אויבן. מיך באדערט נאר אז ער האט געמאכט די יודן אז א קאמפיין פלאטפארם, איך זאג נישט אז ער איז נישט גערעכט מיט דעם, אבער למעשה באדערט מיך עס.

איך פארשטיי. נאר איך טענה אז דער אמת איז ערגעץ אינצווישן. אבער איינס פון די זאכן וואס איך (און מסתמא אנדערע אויך(חקר'ע אן אויפהער, איז, וויאזוי דאס אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד האטזיך אזוי שטארק פארשפרייט אנדעם אז די אידן זאלן איינזען דעם חומרת המצב. אז מ'בריהט זיך איינמאל אפ דארף מען שוין חושש זיין אייביג. ווייל דא אין אמעריקע .איז איינגעפיהרט אז מ'קאמפיינט נישט מיט שנאה צו א געוויסע גרופע, שלא כמו באייראפע (פוילן, לדוגמא) וואו מ'פארמעסט זיך ווער ס'קען יענעם איבערשטייגן מיט שנאה און אויב איין קאנדידאט קומט מיט א פלאטפארמע פון נישט אזוי באהאלטענע שנאה און נעגאטיוויטעט, אפילו ער זאל האבן אפאר גוטע און בארעכטיגטע טענות, דאך איז עס מסוכן פאר אונז אידן.
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

איך הער וואס דו זאגסט. למעשה האט דעי גאנץ שטארק פארפירט אנטקעגן יודן, ס'קען זיין אז ס'אזויווי הוגה זאגט, וויבאלד מ'האט אים אויפגערעגט, אבער למעשה -- -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ודי למבין האט געשריבן:איך הער וואס דו זאגסט. למעשה האט דעי גאנץ שטארק פארפירט אנטקעגן יודן, ס'קען זיין אז ס'אזויווי הוגה זאגט, וויבאלד מ'האט אים אויפגערעגט, אבער למעשה -- -

א שונא ישראל דארף נישט קיין תירוץ אדער בארעכטיגונג פאר אויסדרוקן זיין שנאה. ווען הענרי פארד ימ"ש (פון די פארד מאטאר קא.) האט זיך צולאזט אין א קאמפיין פון שנאה אקעגן אידן (אין די '20ער און דרייסיגער יארן) האבן זיך אויך די אידישע עסקנים געגריבלט פארוואס ער האט אזא שטארקע שנאה אויף די אידן. מ'האט אנגעגעבן אלערליי. מעגליכע סיבות. נאר ער האט געהאט א פאטאלאגישע שנאה צו אידן. אבער עד דעי זעהט אויס צו זיין אן אפארטוניסט. אן אנטיסעמיט שלא לשמה. ער שפירט אז דאס איז גוטע סחורה כאפט ער זיך ארויף אויפ'ן וואגן..
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

אנטעסעמיט שלא לשמה, כ'מיין אז you nailed it מיט די הגדרה.
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

סע נישט גיט הער איך יעצט!
אלעס מיט א שמייכל
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

אייוועלט איז טויט - פונקט יעצט!
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

שליחה דורך לבי במזרח »

עד דעי האלט יעצט העכער, אבער סיז זייער טייט. די פחד וואס די חברה האבן אריינגעלייגט אויב ער געווינט...
פארשפארט