לית דין בר נש האט געשריבן: ער גייט קיינמאל נישט קומען אונז בלייבן פארעווער אין גלות
אזעלכע דברי כפירה זענען נאך קיינמאל געשריבן געווארן אין ק״ש. איך בין מוחה!!!!
.
חס ושלום אז מען quote נאר א חלק תגובה זעהט מען אזוי אויס!!! איך שרייב אז אויב אלע פארטייען גייען נישט קענען זיצען צוזאמען ווען ער קומט גייט ער נישט קומען איך זעה נישט אין דעם קיין שמץ כפירה. אני מאמין בכל יום שיבא!!!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס: איך האב שוין געווארט פאר אזא אשכול א לאנגע צייט: איין אזא ארגאניזאציע וואס פארדינט זיכער איעדנ'ס רעספעקט איז משביע. נישט געקוקט אויף די לשון הרע'ס וואס מ'רעדט (די רעדערס, די ליצני הדור,. די אומפארגינערס.) אלס איינער וואס האט אבזערווירט א טייל פון די אפעראציע פון דער נאנט קען איך זאגן אז זיי שטעלן צו הערליכע סעודות, טעגליך, אריינגערעכנט שבתים און יו"ט פאר נצרכים, בדרך כבוד. נישט נאר סתם כבוד. נאר כבוד מלכים (פאר בני מלכים), ס'איז גארנישט קיין גוזמא. ווייל א חוץ די הויכע קוואליטעט פון די מאכלים ווערט עס סערווירט אין אן אטמאספער פון העכסטן רעספעקט. א שטייגער ווי מ'באדינט די געסט אין א גרויסן האטעל. ספעציעל דארף ארויסגעהויבן ווערן דער סארווירער (וועיטער, בלע"ז), א שפאנישער בחור, וועלכער באציט זיך צו איעדן כאילו ער וואלט געווען אן אנגעלייגטער גאסט. מיט אזא איידלקייט וואס מאכט די מענטשן פארגעסן פון די סיבה פארוואס זיי זענען בכלל אנגעקומען אהין. צווישן זיי איינזאמע, עלטערע מענטשן (מענער און פרויען, וועלכע זענען אפגעטיילט מיט א מחיצה.) משולחים פון ארץ ישראל, וכדומה. אלס א באסדרייווער אין א שכינות'דיגע ישיבה איז מיר אויסגעקומען צו אבזערווירן דעם הלוך ילך פון די גאס. און אויך עטליכע מאל אין א באזוך אינ'ם זאל.
און היינט צו טאגס...
כמעט קיין איד טרעט דארט מער נישט אריין, ס'איז א גוי'אישע ארגעניזאציע לכל דבר, נאר גוים עסן דארטן און די שטאט צאלט אויס דעם 'פאלקס-קיך', און... אפאר אידעלעך מאכן געלט ב"ה - פון אן ארגעניזאציע וואס איז נתייסד געווארן צו העלפן אידן.
אה, און שיער נישט פארגעסן: יעצט פאר פסח, ווען משביע האט אויסגעטיילט די שטאטס קמחא דפסחא, האט מען געקענט זען אביסל די אומבאלומפערטקייט און אוממענטשליכקייט פון די חברה וואס האבן איבערגענומען דעם שיסל. ווער ס'ווייסט, ווייסט.
אדנירם: ייש"כ פאר אפדעיטן. איך האב נאר איבערגעגעבן מיינע איינדרוקן וועלכע זענען פארגעקומען מיט בערך אכט יאר צוריק. ב.ד.וו. : איך האב געהערט אז דער מייסד פון די תומכי שבת פון בארא פארק און פלעטבוש, מר. הערשקאוויטש ע"ה האט טאקע בראשית דרכו געהאט אן אפפער פון די שטאטישע אינסטאנצן אז זיי וועלן איהם סובסידירן. און ער האט נישט מסכים געווען צו דעם. יעצט איז פארשטענדליך פארוואס. ווייל ווען מ'ווערט אן אפיציעלע ארגאניזאציע מוז מען זיך צו שטעלן אפילו צו אינשי דלא מעלי. למשל ווי נישט אידישע קליענטן פון דעם נידעריגערן עלעמענט און אנטיסעמיטן אויך. כדוגמת "משביע" לעצטנס...!
petergrifin האט געשריבן:אין מיין שכינות איז דא א משביע קיך ווי אסאך אידן גייען נאכאלץ אריין.)(ליידער) אפשר אין דיין געגנט עסן דארט נאר אנטיסעמיטן. [emoji57]
פיטער: ווען דו זעהסט די עלעמענטן וועלכע גייען אין די לעצטע צייטן אריין אין די משביע קיך אויף די פערצנטע עוו. אין ב.פ. וואלסטו געמיינט אז דו ביסט אין ווארשא אדער קראקא...!