בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 5:18 pm
דורך לית דין בר נש
הוגה האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן: ער גייט קיינמאל נישט קומען אונז בלייבן פארעווער אין גלות
אזעלכע דברי כפירה זענען נאך קיינמאל געשריבן געווארן אין ק״ש. איך בין מוחה!!!!
.
חס ושלום אז מען quote נאר א חלק תגובה זעהט מען אזוי אויס!!! איך שרייב אז אויב אלע פארטייען גייען נישט קענען זיצען צוזאמען ווען ער קומט גייט ער נישט קומען איך זעה נישט אין דעם קיין שמץ כפירה.
אני מאמין בכל יום שיבא!!!
נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 11:06 pm
דורך berlbalaguleh
הוגה האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן: ער גייט קיינמאל נישט קומען אונז בלייבן פארעווער אין גלות
אזעלכע דברי כפירה זענען נאך קיינמאל געשריבן געווארן אין ק״ש. איך בין מוחה!!!!
.
איך אויך. נאר די גרויסע און הייליגע צדיקים וועלן מוזן האבן א שטארקע עטיטוד עדזשאסטמענט, כדי מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה.

עולם שנה נפש
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 10:32 am
דורך רויטע וואנצעס
ס'דא א ניק מיט'ן נאמען [tag]עולם[/tag] וואס טוט א גאנץ שנה פאר יענעמס נפש.
עולם איז א איד, וואס איך קען נישט, אבער זיין הארץ און נשמה איז פיל מיט אהבת ישראל צו העלפן א צווייטן. יעדע מאל איך זעה דעם אשכול
"מאיר אפרים טורנר בעט: העלפטס מיך באקומען א הענדיקעפ ווען" ווער איך נערוועז, שוין ווייטער... אבער עס דערמאנט מיר און מאנט פון מיר צו טוען חסד מיט א צווייטן איד.
ער לאזט נישט נאך, און פייניגט אונז יעדן טאג צו טוען פאר א צווייטן. ער שטויבט מיר אפ פונעם "זיך" פארטיקל מיט וואס איך בין באדעקט.
זאל די אייבישטער שענקן א רפואה שלמה מיט א דיסעבעלד עקסעסיביל ווען פאר מאיר אפרים. און הצלחה וברכה פאר אונזער חשובער ניק עולם וואס טוט טאקע אויף א וועלט מיט חסד, סיי מיט די פראיעקט און אזוי אויך מיט די קאלייטעס ארגענעזאציע.
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 10:43 am
דורך ברסלבער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:עולם איז א איד, וואס איך קען נישט, אבער זיין הארץ און נשמה איז פיל מיט אהבת ישראל צו העלפן א צווייטן. יעדע מאל איך זעה דעם אשכול
"מאיר אפרים טורנר בעט: העלפטס מיך באקומען א הענדיקעפ ווען" ווער איך נערוועז, שוין ווייטער... אבער עס דערמאנט מיר און מאנט פון מיר צו טוען חסד מיט א צווייטן איד.
ער לאזט נישט נאך, און פייניגט אונז יעדן טאג צו טוען פאר א צווייטן. ער שטויבט מיר אפ פונעם "זיך" פארטיקל מיט וואס איך בין באדעקט.
ליידער האב איך נישט יעדן טאג געהאט געדולד צו וואטן, אבער היינט האט מיר רויטע וואנצעס אויפגעוועקט, און איך האב שוין ב"ה געוועלט.
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 11:35 am
דורך עולם
איך פיל פלאבריגעסטעד ווען כ'זעה ווי אזא איינער ווי [tag]רויטע וואנצעס[/tag] לויבט מיך דא...
אבער א גרעסערע שכח פארן אויפוועקן אזא איינעם ווי [tag]ברסלבער[/tag] און זיכער נאך אנדערע וועלן אים נאכטוהן און כאטש פאר די נעקסטע 10 פארבליבענע טעג און שטימען. ווי שוין געשריבן
דא "ס'דא א טשאנס אז מיט אונזערע שטימעס וועט א צובראכענע בחור באקומען אזאך וואס וועט אים גרינגער מאכן זיין לעבן, און אונז נעמט עס ממש נאר א מינוט א טאג"
נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 3:17 pm
דורך פלעין יודיש
געמאכט א שהחיינו (אהן א שם ומלכות שטייטזיך)
היינט צום ערשטן מאל געשטימט

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:34 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס: איך האב שוין געווארט פאר אזא אשכול א לאנגע צייט: איין אזא ארגאניזאציע וואס פארדינט זיכער איעדנ'ס רעספעקט איז משביע. נישט געקוקט אויף די לשון הרע'ס וואס מ'רעדט (די רעדערס, די ליצני הדור,. די אומפארגינערס.) אלס איינער וואס האט אבזערווירט א טייל פון די אפעראציע פון דער נאנט קען איך זאגן אז זיי שטעלן צו הערליכע סעודות, טעגליך, אריינגערעכנט שבתים און יו"ט פאר נצרכים, בדרך כבוד. נישט נאר סתם כבוד. נאר כבוד מלכים (פאר בני מלכים), ס'איז גארנישט קיין גוזמא. ווייל א חוץ די הויכע קוואליטעט פון די מאכלים ווערט עס סערווירט אין אן אטמאספער פון העכסטן רעספעקט. א שטייגער ווי מ'באדינט די געסט אין א גרויסן האטעל. ספעציעל דארף ארויסגעהויבן ווערן דער סארווירער (וועיטער, בלע"ז), א שפאנישער בחור, וועלכער באציט זיך צו איעדן כאילו ער וואלט געווען אן אנגעלייגטער גאסט. מיט אזא איידלקייט וואס מאכט די מענטשן פארגעסן פון די סיבה פארוואס זיי זענען בכלל אנגעקומען אהין. צווישן זיי איינזאמע, עלטערע מענטשן (מענער און פרויען, וועלכע זענען אפגעטיילט מיט א מחיצה.) משולחים פון ארץ ישראל, וכדומה. אלס א באסדרייווער אין א שכינות'דיגע ישיבה איז מיר אויסגעקומען צו אבזערווירן דעם הלוך ילך פון די גאס. און אויך עטליכע מאל אין א באזוך אינ'ם זאל.
און היינט צו טאגס...
כמעט קיין איד טרעט דארט מער נישט אריין, ס'איז א גוי'אישע ארגעניזאציע לכל דבר, נאר גוים עסן דארטן און די שטאט צאלט אויס דעם 'פאלקס-קיך', און... אפאר אידעלעך מאכן געלט ב"ה - פון אן ארגעניזאציע וואס איז נתייסד געווארן צו העלפן אידן.
אה, און שיער נישט פארגעסן: יעצט פאר פסח, ווען משביע האט אויסגעטיילט די שטאטס קמחא דפסחא, האט מען געקענט זען אביסל די אומבאלומפערטקייט און אוממענטשליכקייט פון די חברה וואס האבן איבערגענומען דעם שיסל. ווער ס'ווייסט, ווייסט.
[tag]berlbalaguleh[/tag]
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: ייש"כ פאר אפדעיטן. איך האב נאר איבערגעגעבן מיינע איינדרוקן וועלכע זענען פארגעקומען מיט בערך אכט יאר צוריק.
ב.ד.וו. : איך האב געהערט אז דער מייסד פון די תומכי שבת פון בארא פארק און פלעטבוש, מר. הערשקאוויטש ע"ה האט טאקע בראשית דרכו געהאט אן אפפער פון די שטאטישע אינסטאנצן אז זיי וועלן איהם סובסידירן. און ער האט נישט מסכים געווען צו דעם. יעצט איז פארשטענדליך פארוואס. ווייל ווען מ'ווערט אן אפיציעלע ארגאניזאציע מוז מען זיך צו שטעלן אפילו צו אינשי דלא מעלי. למשל ווי נישט אידישע קליענטן פון דעם נידעריגערן עלעמענט און אנטיסעמיטן אויך. כדוגמת "משביע" לעצטנס...!
Re: ארגאניזאציעס וואס פארדינען אונזער רעספעקט און סופארט
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:18 pm
דורך petergrifin
אין מיין שכינות איז דא א משביע קיך ווי אסאך אידן גייען נאכאלץ אריין.)(ליידער) אפשר אין דיין געגנט עסן דארט נאר אנטיסעמיטן. [emoji57]
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:31 pm
דורך berlbalaguleh
petergrifin האט געשריבן:אין מיין שכינות איז דא א משביע קיך ווי אסאך אידן גייען נאכאלץ אריין.)(ליידער) אפשר אין דיין געגנט עסן דארט נאר אנטיסעמיטן. [emoji57]
פיטער: ווען דו זעהסט די עלעמענטן וועלכע גייען אין די לעצטע צייטן אריין אין די משביע קיך אויף די פערצנטע עוו. אין ב.פ. וואלסטו געמיינט אז דו ביסט אין ווארשא אדער קראקא...!
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]berlbalaguleh[/tag] האט געשריבן: דער מייסד פון די תומכי שבת פון בארא פארק און פלעטבוש, מר. הערשקאוויטש ע"ה
ווען איז ער נפטר געווארן?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:37 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:[tag]berlbalaguleh[/tag] האט געשריבן: דער מייסד פון די תומכי שבת פון בארא פארק און פלעטבוש, מר. הערשקאוויטש ע"ה
ווען איז ער נפטר געווארן?
כ'געדענק נישט קיין פונקטליכן דאטום. מ'דארף ריסוירטשן...! איך בין אלס יונגערמאן געווען א וואלונטיר אין זיין ארגאניזאציע...!
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער אלטע איד לעבט נאך. דו מיינסט זיין טאטע?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:52 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער אלטע איד לעבט נאך. דו מיינסט זיין טאטע?
או.קעי. ער זעהט שוין אויס ווי אן אלטער איד. אבער ער איז נישט דער מיייסד. זיין טאטע איז געווען דער מייסד...!
חסד עולם יבנה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:39 am
דורך יעקב מענטש
ס'איז דא אן ארגעניזאציע פון ווען יעדער איינער האט שוין געהערט דערפון, אבער איז נאך אלץ באשיידן, אן קיין גרויסע פאמפע, אן קיין פלאקאטען, אן קיין שכח'ס פאר דעם אדער יענעם, אבער טוט אויף א געוואלד, און ווער ס'האט שוין נהנה געווען דערפון קען מעיד זיין דערויף, און דאס איז די באקאנטע ארגעניזאציע "חסד",
חסד (איך קען נאר וויליאמסבורג, איך גלייב אז ס'איז די זעלבע אין אנדערע געגנטער) באשטייט פון אינגעלייט מידעל עידזש און אפי' אידן העכער די פינעף אין זעכציג, וואס טראגן אידן אין שפיטעלער, אהין אין צוריק, וויפיל מאל די דארפסט גיין, בלי שום תשלום גמול, און אלעס ווערט געטוהן מיט די העכסטע מאס געטרייעשאפט און פונקטליכקייט,
ביז אהער איז וואויל באקאנט פאר יעדן, אלץ א מיטגליד פון די ארגעניזאציע וואס מאכט טריפס פון צו צייט (ווען ס'איז אויפן וועג), האב איך צוטריט צו די סיסטעם ווי מ'קען זעהן געוויסע יחידים וואס ממש ס'גייט נישט דורך קיין איין טאג אן קאווערן אפאר טריפס, זאל עס זיין פינעווע פארטאגס אדער עלעף דרייסיג ביינאכט, זענען די מענטשען גרייט אפצוטראגן חולים ומשמשיהן וואו אימער, אמאל א וועג פון 25 מינוט און אמאל א וועג פון א שעה און אמאל א וועג פון דריי א האלב שעה!! "אלעס" ווערט געקאווערט,
כולל ד'וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:55 pm
דורך יעקב מענטש
אין די היינטיגע וועלט ווי כלל ישראל מאכט מיט אויף חינוך ענינים אויף אן אופן וואס איז שוין לאנג נישט געווען, פארוואס פונקטליך דאס קומט איז אן אריכות פאר זיך, אבער די מציאות ווייזט אז די 'פעיס' מיט וואס א בחור גליטשט פון ווען ער מאכט זיך אויף די אויגן און קלעבט זיך צו, צי א שלעכט חברותא, ביז ער לאנדעט אויפן אפגרונד איז אסאך שנעלער ווי אמאל, שוין אפגערעדט פונעם פאקט אז אמאל איז ער געבליבן עפ"ר א אויסגעשפילטע לוזער, און ניטאמאל גענאסן פון זיין 'פרייע' לעבן, און היינט איז די ארגענעזאציעס ווי פיסטריט, וואס מאכן זיי באקוועם און געבן חיזוק ווייטער זיך אפצורייסן פונעם אידישען בוים, אלעס אונטער די שלייער פון 'פראוויידן עדיוקעישאן', וואס דאס איז גורם אז א באדייטענדע צאל וואס וואלטן ווען צוריקגעקומען, למחצה ולשליש ולרביע, בלייבן יעצט אינעם ס"מ'ס לאפעס,
איז זיכער נישטא קיין גרעסערע נחת רוח פארן בוכ"ע ווי די חשובע כולל וואס איז זיי מקרב, און זה לעומת זה שטעלט זיי צו א כשרע סאושעל ענווייראנמענט, מיט שיעורי תורה, ווי זיי קענען אריינקומען מיט די זעלבע בגדים וואס זיי זענען ארומגקראכן און שאול תחתית מיט וואס זיי וואלטן נישט אריינגעקומען אין סיי וועלכע אנדערע היימישע שול,
און עווענטועל טוען זיי שידוכים און שטעלן אויף ערליכע, כשרע שטובער, און קומען צו נאכט שיעורים און זייער כולל אין בארא פארק,
תומכי שבת,
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 2:51 pm
דורך יעקב מענטש
אמאל אינדערהיים ווען יאנקל שניידער האט חרוב געמאכט דעם בגד וואס זיין קאסטומער האט אים געגעבן צו פאררעכטן, און ער האט עס געמוזט באצאלן פון זיין טאש, האט ער און זיין משפחה געליטן הונגער, פשוט און פראסט, איך רעד שוין נישט אז אויף קומענדיגן שבת האט מען יויך נישט געהאט, נאר זיך ענדערש דערקוויקט מיט אן עקסטערן גלעזל ברוינפן און אינזין געהאט אז יהי רצון אז אלע תיקונים וואס וואלט געדארפט מתוקן ווערן מיט א פארציע יויך זאל דער באשעפער רעכנען 'כאילו' מ'האט עס געגעסן,
היינטיגע צייטן איז נישטא אזוי פיל שניידערס, און די רעגירונג שטעלט צו פאר נויטבאדערפטיגע פאמיליעס די מינימאלע געברויכן, מיט א שמוץ אריבער..., אבער אזוי ווי די פראגראמען זענען אויסגעשטעלט בעיקר פאר די גויאישע לייף סטייל וואו אלעס קאסט ביליגער, און ער קען בכלל זאט ווערן אויף א ביליגערן אויפן ווי דער איד, בלייבט דער אידישער נצרך מיט א שטיקל חלל וואס ער קען נישט דעקן. הגם די רעדע איז נישט ממש פון שטארבן פון הונגער, דאך פילט מען אינדערהיים דער מצב,
און דא קומט אריין די ארגענעזאציע 'תומכי שבת' וואס איז ארגינעל געגרינדעט געווארן דורך ר' מרדכי פאלאטשעק ז"ל, אבער איז היינט פארשפרייט און אסאך אידישע געגנטער, וואס זיי טוען אויסטיילן יעדע וואך אן אויסנאם א שיינעם שבת פעקל אנגעפילט מיט כל טוב וכי טוב, אלעס מיט די גרעסטע מאס רעספעקט, און פריוואטקייט,