בלאט 2 פון 4

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:51 pm
דורך דייטל
אפשר וועט אמיצער הנאה האבן..
וזה בחי' ספירת העומר ושבועות, כי איתא שבספירה עולין מטמאה לטהרה ע"י ספיה"ע, כי אז אנו מטהרין עצמנו מטומאת מצרים כדי לזכות לקבלת התורה בשבועות.
ולכאורה הדבר תמוה, איך ע"י הספירה שסופרין הימים איך מטהרין עצמם ע,י זה ?
ומהו ענין הספירה של הימים לטהרה?
אך ע"פ הנ"ל מבואר היטב ענין הספירה. כי עיקר אחי' הסט"א שהוא השקר שהוא הרע והטומאה עיקר אחיזתו בבחי' "מספר" כי קודם הבריאה הי' כלו אחד כלו טוב, ושם בבחי' אחד בוודאי אין שייך שום מספר כלל, וכמו שכתוב "לפני אחד מא אתה סופר" ותכף כשהוציא יתב' הבריאה מכח אל הפועל התחיל תיכף בחי' המספר.
כי תיכף הי' שתי בחי' כמו שכתב רבינו ז"ל במאמר הנ"ל.
וכשיש שני בחינות שייך מספר ומשם נשתלשל השתשלשלות עד אחי' הסט"א שהו' בחי' חשבונות רבים, דהיי' ע"י שנתרבה המספר ונתרחק מאחד עד שנשלתשל לבחי' חשבונות רבים, שהו' בחי' אחיזת הסט"א שהו' בחי' השקר שרחוק מאחד כנ"ל, נמצא, שעיקר אחי' הסט"א שהוא השקר שהוא הטומאה הוא מבחי' מספר.
ושורש המספר בקדושה קודם שנשתלשל אל הטומאה, דהיי' תכף אחר הבריאה שאזי תכף נתהווה בחי' המספר כנ,ל, אבל עדיין הי' המספר בקדשה, זאת הבחי' הוא בחי' הטהרה המבואר במאמר הנ"ל, דהיי' תיכף אחר הבריאה שתכף נתהווה בחי' שנים בחי' מספר, שזה רשם שישתלשל עד שיהי' נתהווה טומאה, אבל אעפ"כ קודם שמשתלשל הוא בבחי' טהרה כמבואר שם.

ליקוטי הלכות הל' עבדים הל' ב' אות ו' עיי"ש שהאריך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 4:59 am
דורך יואב
יידל האט געשריבן:נאך א לענגערע וואקאציע, איז די רעדאקציע פון מיין מוח זיך צוזאמגעקומען אויף א זיצונג. "וואס ווייטער?" האט איין זיצונג-מיטגליד געפרעגט אין א דיקליכן, שטויביגן שטימע. "מיר האבן שוין זיך גע'טענה'ט איבער אלעס וואס מען קען זיך טענה'ן, שוין קריטיקירט אלעמען וועם מ'קען קריטיקירן, שוין ארויפגעברענגט אלע הצעות פאר טויש וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן. וואס טוט מען יעצט?"

"וואס?!" האט א דינטשיג קול'עכל צוריקגעשריגן, "מיר זענען ווייט פון פערטיג! האבן מיר שוין אויפגעוויזן עוואלוציע? אפגעפרעגט הרב מייזלמאן? אפגע'חוזק'ט פון די לעצטע חומרא-פון-די-וואך? ניין און ניין! מיר האבן נאך אסאך אויפצוטון!"

"כא כא כא," האט דער דיקליכער קול צוריקגעלאכט. "דו מיינטס מ'וועט נאך איינעם קענען עפעס אויפווייזן? די פאר וואס האבן נאך געהאט ספיקות האבן שוין גענומען א צד און יעצט איז שוין נישטא וועם צו איבערצייגן אין קיין איין צד!"

אזוי האבן די קולות אין מיין מוח געפירט א העפטיגן דיאלאג, אן מיך פרעגן בכלל רשות צו זיי קענען האלטן די זיצונג ביי מיר אין אפיס, און די אנגעצויגענסטע שעה'ן פון טאג. נאך א לענגערן צייט פון זיך אויס'טענה'ן אראפ און ארויף, הין און צוריק, פון הונטערוויילעכטס און פון פארענט, זענען זיי ענדליך געקומען צו אן החלטה. איינס ביי איינס האבן זיי מיר געלאזט מעלדן אז מ'האט גענומען וואלן און כולם פה אחד הודו, נמנו וגמרו, אז עס איז געקומען צייט אנצוהייבן עוסק זיין אין בניה אנשטאט הריסה.

"די החלטה איבער וועלכע נושא צו שרייבן לאזן מיר פאר דיר, אבער דאס איז בכלל נישט אונטער קיין פראגע צייכן אז דו מוזט זאפארט צוריק אנהייבן שרייבן." מיט ערנסטע געזיכטער, ווי צו אנצודייטן דאס געוויכט פון זייערע החלטה, האבן זיי געלאזט פאלן זייערע לעצטע בליקן אויף מיר, און פארלאזט דעם קאנפערענץ צימער אין מוח.

נו, אז די חברה הייסן, איז נישטא קיין צוויי ברירות נאר צו פאלגן. איך האב ארויסגענומען מיין פארשטויבטן בליי פון לעדל, אפגעפיצט א פאפיר און געשריבן אויבן ביים שפיץ: בס"ד. און איך בין שטיין געבליבן. איבער וואס שרייבט מען? עס איז דאך דא א ים פון אינפארמאציע און וויסנשאפט, וואס פון דעם קען איך דאך בלויז א טיפה שבטיפה ככלב המלקק את הים. רבונו של עולם, וויאזוי בין איך מחליט איבער וואס צו שרייבן?

אין דאן האט אין מיין קאפ אויפגעבליצט א געדאנק. מאטעמאטיק! מאטעמאטיק איז דאס פאסיגסטע נושא איבער וועלכע מ'קען שרייבן צוליב כמה סיבות. ערשטנס, וויבאלד דאס איז דער יסוד פון פילע חכמות אנגעהויבן פון פיזיקס ביז קאמפיוטער וויסנשאפט. צווייטנס, מיר אלע האבן דאס געלערנט אין חדר, דערפאר דארפן מיר האבן כאטש א שטיקל באקאנטשאפט מיטן נושא. דריטנס, איך אליינס בין גאר שוואך אין מאטעמאטיק און אז כ'וועל שרייבן דערין וועל איך זיך אויסלערנען אויפן חשבון פונעם קאווע-שטיבל לייענערשאפט.

איך האף בעז"ה צו שרייבן קורצע אדער לענגערע ענינים איבער מאטעמאטיקס, אנהייבנדיג פון די סאמע יסודות, און צוביסלעך ארויפקריכן דעם לייטער ביזן אין סוף אריין. די גאנג וואס איך פלאן צו נעמען איז גע'גנב'ט פון דעם בוך "The Joy of X" פון סטיווען סטראגאטזש, און אזוי אויך פארשידענע מושגים און דוגמאות וואס איך פלאן צו נוצן קומען פון זיין בוך. פארשטייט זיך אז במקום הצריך ביאור וועל איך מרחיב זיין את הדיבור און מוסיף זיין נופך - אדער נופח, געוואנדן וויאזוי איר קוקט דאס אן - משלי.

וזה החלי

נומערן: וואס זענען זיי?

די בריאה פון נומערן זענען פון די אינטערעסאנטסטע אויף די וועלט. פאר איינער וואס איז שוין אויפגעוואקסן פון קינדווייז אן מיט נומערן איז גאר שווער זיך פארצושטעלן א וועלט אן נומערן. דער געדאנק פון נומערן זעט אויס אזוי פשוט, אז מיר קענען נישט פארשטיין וויאזוי עס האט געקענט אפילו זיין אזא זאך אז מענטשן זאלן זיך באגיין אן נומערן. עס דעריבער פארשטענדליך אז די קאנצעפט פון נומערן האט שוין עקזעסטירט טויזענטע יארן צוריק, ווען דער מענטש איז נאך געווען גאר פרימיטיוו. ווען מיר באטראכטן אבער די קאנצעפט פון נומערן פון א טיפערן פערספעקטיוו הייבן זאכן אן צו ווערן קאמפליצירט.

לאמיר אלץ דוגמא נעמען דעם נומער פיר. ווען א אינגערמאן פארמאגט פיר דאלאר אין טאש, טוט דער נומער פיר באצייכענען חפצים וואס עקזעסטירן אינעם ווירקליכן מציאות וואס מען קען אנרירן מיט די הענט, זען מיט די אויגען, און - אויב זענען זיי מטבעות - הערן מיט די אויערן. אבער אז מיר נעמען אוועק דעם נומער פיר פון סיי וואספארא חפץ, און מיר שטעלן איר אוועק אלץ מציאות פאר זיך ווערט דער נומער פלוצים פארוויקלט אין א נישט-פון-די-וועלט מיסטעריע. לאמיר זיך נישט נארן. עס איז קלאר אז דער נומער פיר "עקזעסטירט" אפילו עס באצייכנט גארנישט. אבער דאך קענען מיר עס נישט אנטאפן, מיר קענען דאס נישט אנטאפן מיט אונזער חושים, און אפילו אין אונזער שכל עקזעסטערט עס נאר ביחס צו אנדערע נומערן, וועלכע אליינס טוען נישט עקזעסטירן נאר ביחס צו אלע אנדערע נומערן.

דער גרויסער פילאזאף אפלטון האט געהאלטן אז אין אן אנדערער עולם עקזעסטירן נומערן ממש ווי טישן און בענק אויף אונזער. שפעטערע פילאזאפן האבן געלאכט פון אפלטון'ס באהויפטונג. נומערן זענען מושגים, האבן זיי גע'טענה'ט, נישט קיין מציאות'ער. אבער אויב נומערען עקזעסטירן נישט, דאן פון וואס באשטייט מאטעמאטיק? אבער אויב די נומערן עקזעסטירן יא, דאן ווי געפינט זיך זייער עקזיסטענץ?

די פשוט'ע ענטפער צו די מאדנע פראגען איז אז נומערן עקזעסטירן אין מוח, פונקט ווי אנדערע אבסטראקטע "מציאות'ן", ווי ליבשאפט, מאראל, א.ד.ג. אבער אויב איז דאס אמת דאן שטעלט זיך די פאלגענדע פראגע: ווען איך רעד פונעם נומער זעקס, פון וועלכע זעקס רעד איך, פון דער זעקס וואס עקזעסטירט אין מיין מוח אדער דער זעקס וואס עקזעסטירט אין דיין מוח? דער פראגע זעט אויס גאנץ נאריש, אבער ווען מיר טראכטן אביסל טיפער איז עס גארנישט אזוי נאריש. אנדערש ווי ליבשאפט, מאראל וכדומה, טוען נומערן פארמאגן אן אביעקטיווער עקזיסטענץ. 6+4 איז אייביג 10, נישט קיין חילוק צו דער זעקס קומט פון דיין מוח צו עס קומט פון דיין שכן. אנדערש ווי אנדערע אבסטאקטיווע מושגים, טוט מאטעמאטיק צייגן אז נומערן פארמאגן א זעלבסשטענדיגער עקזיסטענץ און אפילו אויב דער גאנצער מענטשליכער מין, אדער אפילו אלע מינים וואס לעבן נאר אויף דעם וועלט, וועלן אויפהערן צו עקזעסטירן וועט ווייטער 6+4 זיין 10. און דאס ברענגט אונז צו אונזער קומענדיגע פראגע: אויב דאס גאנצע בריאה הערט אויף עקזעסטירן, וועלן נומערן - און מאטעמאטיק - אויף אויפהערן עקזעסטירן? אדער אין אנדערע ווערטער: זענען נומערן בכלל א בריאה אדער א טבע?

אן אינטערעסאנטע קוק אויף דעם ענין טרעפן מיר אין חזון איש. דער חזון איש אין אמונה ובטחון (געדרוקט אומצענזורירט אין חזון איש טהרות עמ' 600) שטעלט זיך אויף דער באקאנטער קושיא צו די וואס זענען מוכיח מציאת הבורא וויבאלד עס איז נישט שייך קיין בריאה אן קיין בורא: אויב איז נישט שייך קיין מציאות אן איינער זאל דאס באשאפן, ווער, דאן, האט באשאפן גאט זעלבסט? דער חזון איש שרייבט ווי פאלגנד:

חזון איש האט געשריבן:יש נמצאים שאין להם לא מדה ולא שטח והם נמצאים בחיוב ולא יצויר בהם העדר, והן המושכלות כמו ב' פעמים ב' הם ד', וכמו המושכל שהאלכסון עודף על האורך וכיוצא בהן מן המושכלות, שאין למושכל מושגים ממושגי גוף ואין עת למציאותן ולא נולדו מעולם ולא ימותו לעולם, ואין מציאותן נרגשות רק בנשמה שניתן להבין ולהשכיל.


אין אידישער איבערזעצונג: עס זענען דא עקזעסטירנדע [באגריפן] וואס פארמאגן נישט קיין מאס און [פארנעמען] נישט קיין פלאץ און זיי עקזעסטירן גענצליך און עס איז נישט מעגליך אז זיי זאלן אויפהערן צו עקזעסטירן, און דאס זענען באגריפן ווי 2 מאל 2 איז 4, אדער ווי דער באגריף אז דאס שיפער [ליניע פון א קעסטל] איז לענגער ווי דאס לאנגער [ליניע], און ענליך צו די סארט באגריפן, וואס דער באגריף פארמאגט נישט די גשמיות'דיגע באגריפן, און זיי פארמאגן נישט קיין צייט צו זייער עקזיסטענץ, זיי זענען קיינמאל נישט געבוירן און זיי וועלן קיינמאל נישט שטארבן, און זייער עקזיסטענץ ווערט נאר געשפירט מיט א נשמה וואס קען פארשטיין און לערנען.

דער חזון איש גלייכט דאן צו דאס מושג פון א בורא צו מאטעמאטיק. אפגעזען פון וואס דער חזון איש'ס ווערטער מיינען אין א טעאלאגישן זין, איז עס אינטערעסאנט ווי דער חזון איש נעמט אן אפלטון'ס מהלך טיילווייז - כלפי דעם חלק אז די נומערן עקזעסטירן אין אן עכטן באדייט, און נישט נאר אלץ אבסטראקטיווע קאנצעפטן וועלכע זענען גענצליך סוביעקטיוו און עקזעסטירן בכלל נישט. אבער אנדערש ווי אפלטון, באהויפט דער חזון איש אז מאטעמאטיק איז קיינמאל נישט באשאפן געווארן און עס וועט קיינמאל נישט שטארבן, זיי עקזעסטירן נאר פאר איינער מיט א נשמה וואס קען זיי אפלערנען און פארשטיין.

וואס פונקטליך נומערן זענען איז באלד אזא טיפע און פארהוילענע מיסטעריע ווי וואס איז דאס קאנשעסנעס. אבער אפילו ווען דער לעצטער וועט שוין לאנג נישט עקזעסטירן, וועט דער ערשטער נאך אנגייען כמאז ומקדם, זייט... אייביג. אדער נישט. געוואנדען אין וועם מ'פרעגט.

ברוך שומר הבטחתו!
יידל, כ׳פארשטיי ס׳איז נישט דיין שולד אז איך עקספיריענס כעת א שלאפלאזע נאכט. אבער אויף דיינע אייגענע ווערטער, ווער דען אויב נישט דו, זאל נעמען אחריות דערויף. כ׳בעט נישט זאלסט אהער לויפן מיט די פעדשאמעס, אבער עט ליעסט זאג מיך אז דו לעבסט. [tag]יידל[/tag] אייכה?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:58 pm
דורך מילכיג
כ'האב געהערט אמאל אז ס'דא א מחלוקת צו נומער איינס איז א נומער אדער נישט. יידל, געדענקסט אזא זאך?

Re: מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 4:18 pm
דורך טאמבל סאס
קול דודי האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איינס פון וואס?

א set וואס פארמאגט איין member. דהיינו, עס פארמאגט די set וואס האט נישט קיין members. (זערא)

כפארשטיי נישט. 'א סעט' אידאך שוין איינס?
1 סעט פון גארנישט. גארנישט איז אויך 'גארנישט פון עפעס'=איינס.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 6:17 pm
דורך פארוואס?
טאמבל סאס האט געשריבן:
קול דודי האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איינס פון וואס?

א set וואס פארמאגט איין member. דהיינו, עס פארמאגט די set וואס האט נישט קיין members. (זערא)

כפארשטיי נישט. 'א סעט' אידאך שוין איינס?
1 סעט פון גארנישט. גארנישט איז אויך 'גארנישט פון עפעס'=איינס.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

וואס איז אומפארשטענדליך? א סעט (אפילו אויב עס איז ליידיג) איז עפעס, גארנישט איז גארנישט.

Re: מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 8:54 am
דורך טאמבל סאס
פארוואס? האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:
קול דודי האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איינס פון וואס?

א set וואס פארמאגט איין member. דהיינו, עס פארמאגט די set וואס האט נישט קיין members. (זערא)

כפארשטיי נישט. 'א סעט' אידאך שוין איינס?
1 סעט פון גארנישט. גארנישט איז אויך 'גארנישט פון עפעס'=איינס.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

וואס איז אומפארשטענדליך? א סעט (אפילו אויב עס איז ליידיג) איז עפעס, גארנישט איז גארנישט.


עס איז אומפארשטענדליך: ווי אזוי קען קול דודי זאגן אז סאיז פארהאן א מושג בלי משיג און דאך נישט קיין מציאות, א ישות, ווען 'א סעט' איז 'שוין' א מציאות=ישות? אט גענוי ווי דו זאגסט.
און אפילו אויב וועסט מיר שוין קענען איבערצייגן אז גארנישט איז גארנישט ממש. קיין מציאות נישט, איז נאכאלץ שווער ווייל 'גארנישט' מאכט נאר א פשט ווען דו האסט שוין א ידיעה פאר א 'מעגליכקייט' פון עפעס. 0 קען מען פארשטיין נאר אין רילעישאן צו איינס. אלזא אויב איז זיראו, איז געווען 1 און ס'איז נאכאלץ 1 בשעת דיבור ומחשבה. אהן א 1 איז זיראו ניט קיין קאנצעפט. און דאס אז דו פארשטייסט די ווערטער 'ניט קיין קאנצעפט' איז אויך בהכרח נאר ווייל דו ביסט שולל א 'יא קאנצעפט' סטעיט.

איך פארשטיי וואס איך זאג אבער כ'ווייס נישט ווי איך גיי מיט דעם. נאר לולקע אדער ונבנתה קען מיך אהינטראגן. לאז זיי נישט צו!!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 5:27 pm
דורך פארוואס?
מ׳רעדט דא פון א מושג בלי משיג. נישט פון א מושג בלי מושג. כ׳פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט זיך אזוי מגביל.

עס איז דא א מושג, עס איז דא א קאנצעפט פון יש און אין, אן דעם עס זאל זיין א יש. און אויב נישט, דאן פארוואס שטעלסטו זיך אפ ביי נומערן? פרעג אויף יעדע קאנצעפט אויב עס וואלט עקזיסטירט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 4:52 pm
דורך טאמבל סאס
שלשה שותפים באדם. דארפסט קענען טשוזן עני בעיס צו עני נומבער און ס'וועט מוזן זיין א לאגאריטם/עקספאנעט דערפאר. צוויי פון די דריי וואליוס וועלן באגרייפליך זיין אבער דער דריטער נישט. עס אין אין סוף. דאס קען מען נישט טשוזן. דאס איז דער גשר פון איין נומער צו דער אנדערער. X געהויבן ביי Y איז נישט סתם עפעס וואס ברענגט מיך צו Z דאס איז Z בעצם עצמותו. דאס איז אלעמאל געווען Z און מיט דעם אלעם וועסטו קיינמאל נישט זוכה זיין צו פולערהייט עס באגרייפן און זיך איבערווייזן דערין.

Re: מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:10 am
דורך מי אני
קול דודי האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איינס פון וואס?

א set וואס פארמאגט איין member. דהיינו, עס פארמאגט די set וואס האט נישט קיין members. (זערא)

וואס קול דודי מיינט איז אדער די וואן-ניומאן ארדינעלס אדער די זערמעלא ארדינעלס וועג פון בויען [געהעריגע/פאזיטיווע] נומערן; אז יעדע סעט פון געהעריגע נומערן (אנהייבנדיג פון 0) איז געבויט פון ליידיגע סעטס (בתוך ליידיגע סעטס וכו׳).

די וואן-ניומאן ארדינעלס ארבעט אז מ׳הייבט אן אז 0 איז די ליידיגע סעט בעצם {}. די פאלגענדע נומערן נאכדעם, אין טערמינען פון סעטס, וועלן מיינען די סעט וואס האט די ליידיגע סעט מיט אלע פון די פריערדיגע נומערן׳ס ליידיגע סעטס; יעדע איינס פון די פריערדיגע ליידיגע סעטס וואס יעדע פריערדיגע נומער פאר זיך פארמאגט איבערגעחזר׳ט אינגאנצן פון פריש.

למשל, 1 איז די סעט וואס האט אין זיך די ליידיגע סעט כזה: { {} } (וכדברי קול דודי). דערנאך, 2 וועט מיינען די סעט וואס האט די ליידיגע סעט מיט די פריערדיגע נומערס׳ [1 און 0] ליידיגע סעטס כזה: { {}, {{}} } [1,0; אלעס וואס 1 האט +/און אלעס פון 0]. 3 איז שוין { {}, {{}}, {{}{{}}} } [2,1,0; אלעס וואס צוויי + איין + 0 האבן]. וכן הלאה (ס׳ווערט גאר אסאך ליידיגע סעטס בתוך (תוך...) ליידיגע סעטס גאר שנעל).

זערמעלא ארדינעלס איז אסאך פשוט׳ער. עס ארבעט פשוט אז יעדע נומער איז כולל די סעט פון פריער. דהיינו, עס פאנגט זיך אן מיט די ליידיגע סעט: 0={}. דערנאך 1 איז { {} }; די סעט וואס פארמאגט די ליידיגע סעט (וכדברי קול דודי). דערנאך 2 איז די סעט וואס פארמאגט 1 כזה: { {{}} }. 3 איז די סעט וואס פארמאגט 2 כזה: { {{{}}} }. וכן הלאה.

(די סיבות פאר און תוצאות פון די חילוקים פאדערט אסאך עיון אין סעט טעאריע והמסתעף.)

עס איז מערקוועדיג צו באטאנען אז סתם אזוי איז די ליידיגע סעט א סאבסעט פון יעדע סעט.

*

אז מ׳רעדט פון סעטס און וואס זיי (קענען) פארמאגן אין זיך איז אינטרעסאנט צו דערמאנען בערטראנד רוססעל׳ס (און אנדערע מאטעמאטיקערס׳) פאראדאקס, וואס האט געמאכט א מהפיכה אין די בראשית יארן פון סעט טעאריע. עס לויטעט אזוי: אויב א ״סעט״ מיינט א זאמלונג פון זאכן, דעמאלטס קען זיין אזא מין זאך ווי א ״סעט פון סעטס״. יעצט, לאמיר זאגן ס׳דא א סעט פון אלע סעטס וואס זענען נישט חלקים/עלעמענטס פון זיך אליין; זיי אליין זענען נישט בתוך זייערע סעטס. אויב אזוי וואו באלאנגט דעם עצם סעט? אויב באלאנגט ער נישט בתוך זיין אייגענע סעט איז ער דאך א סעט וואס איז נישט א חלק פונ׳ם סעט, טא באלאנגט ער יא דא!

דאס קען מען אויך מסביר זיין אין פשוט׳ע טערמינען אזוי [די בארבער פאראדאקס]: לאמיר זאגן ס׳דא א בארבער/שערער וואס שערט אפ נאר די מענטשן וואס שערן זיך נישט אליינס אפ. קען דער בארבער זיך אליין אפשערן? אויב נישט שערט ער זיך דאך נישט אליינס אפ און קען יא, און אז יא שערט ער זיך דאך יא אליינס אפ און קען נישט!

דאס צו פארענטפערן (און צו ראטעווען סעט טעאריע) האבן מאטעמאטיקער (בתוכם ערנסט זערמעלא און אברהם פרענקל) פארמולירט/געטוישט די אקסיאמן פון סעט טעאריע. למשל, אין די זערמעלא-פרענקל קומען פון צוויי פון די אקסיאמן צוזאמען ארויס אז עס איז נישט דא אזא זאך אז א סעט זאל זיין אן עלעמענט פון זיך אליין.

Re: מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:44 pm
דורך מי אני
יידל האט געשריבן:אין אישית האב איך באקומען פון [tag]שליח[/tag] א בריוול, ואעתיקהו ככתבו וכלשונו:

שליח האט געשריבן:כשאני לעצמי האלט איך אז אפלטון איז גערעכט געווען, איין ראי' דערצו איז אז e^{i*pi}+1=0. די אויסטערליש פשוטע equation בינדט צוזאם די סאמע וויכטיגסטע נומערן אין מאטעמאטיקס וואס האבן אויבנאויף נישט קיין שום שייכות.


https://youtu.be/v0YEaeIClKY

איך האב הנאה געהאט ווי אזוי ער איז מסביר אוילער׳ס אידענטיטעט אין א וויזשואלן פארמאט (פון א פיזיקס פערספעקטיוו), אן זיך (בפירוש) באנוצן מיט׳ן טעילאר סיריס/עקספענשאן (ער באנוצט זיך מיט אן אימעדזשינערי גראף און די יוניט סירקיל פון טריגאנאמעטריע).

אויף די אידענטיטי זאגט מען דאך אז מ׳קען זעהן דערפון דאס שיינקייט פון מאטעמאטיק.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2019 11:06 am
דורך מי אני
(מ׳רירט אביסל אן אין די אשכול אין די חילוק וואס דער חובת הלבבות (שער היחוד פ״ח) מאכט צווישן ״מנין״ און ״מנוי״.)

מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 11:38 am
דורך מי אני
דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג, אין זיין The Star of Redemption (ח״ב פ״א), זאגט אז בעצם קומט מאטעמאטיקס פון די זעלבע מקום ווי ארט; די אפגעזונדערטע ״גארנישט״ [ס׳איז די שפראך פון די וועלט וואס איז פאר די וועלט], ועיין כאן. די חילוק איז אז ארט איז די סאביעקטיווע שפראך, דאס ״געזאגעכץ״ פון די ״שטומע״ וועלט, און מאטעמאטיקס איז די אביעקטיווע שפראך, די ״סענס״ פון די שטילקייט. משא״כ איינמאל מען קומט/נעמט ארויס די קאנצעפטן פון די ״גארנישט״ און צו דערהייבן די קאנצעפטן פון זייערע רילעישאנס, דארף מען אנקומען צו א טיפערע שפראך/״גראממאר״; דאס ״שפראך-דענקען״ (ועיין כאן).

***

עס דארף אויך באטאנט ווערן אז אין די פילאזאפיע פון מאטעמאטיקס האבן די פילאזאפן דר. ווילארד וואן ארמאן קוויין און דר. הילערי פוטנאם, אין זייער קוויין-פוטנאם אינדיספענסיבילעטי טעזע, גע׳טענה׳ט פאר מאטעמאטישע עמפיריסיזם; אז מאטעמאטיקס איז אן אנטאלאגישע ישות ממש פאר זיך [די ריעליזם דערפון], ווי אויך אז מען קען דאס נישט וויסן עי פריארי [עס דארף עמפירישע ריסערטש פונקט אזוי ווי אלעס]. (דזשאן סטוארט מיל האט דאס גע׳טענה׳ט, בנוגע די עמפיריסיסט מהלך אין דעם, אויף נאך א שטערקערן אופן.)

ועיין מכאן ואילך/ולהלן שם. ועיין ג"כ כאן.

מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 3:28 pm
דורך מי אני
אז מ׳האט דא דערמאנט/ערווענט די פראבלעם פון יוניווערסעלס און אפלטון׳ס ריעליסט שיטה דערין (און אז זיי זענען בתוך זיין פלעטאניק רעלם/הייפערוראניון), איז אינטרעסאנט אנצומערקן צו דער פילאזאף דר. קארל פאפער׳ס מהלך בנוגע די מיינד און באדי. דהיינו, ער האט, ווי איידער האלטן פון (דעקארט׳ס) דועליזם, געהאלטן פון א סארט ״טרייעליזם״. מיינענדיג, ער האט געהאלטן אז עס זענען דא דריי ״וועלטן״ וואס טוהן אינטערעקטען צווישן זיך:

וועלט 1 = אלע פיזישע אביעקטן, ענערגיע(ס), געשעענישן, און ענטיטיס.

וועלט 2 = מענטאלע און פסיכאלאגישע פראצעסן, ווי אויך סאביעקטיווע עקספיריענסן.

וועלט 3 = אביעקטיווע חכמה און וויסענשאפט; די פראדוקטן פונ׳ם מענטשליכן שכל.

(דער מאטעמאטיקער און פילאזאף גאטלאב פרעגע האט אויך געזאגט אביסל ענליך.)

הגם ער האט געגעבן פאר וויסנשאפט א ״וועלט״ וישות/מציאות וריעליזם פאר זיך, האט ער אבער נישט געגעבן דערפאר א ישות/מציאות אינדרויסן פון דעם וואס מענטשן האבן דאס געשאפן.

אגב, דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר א פ״י) נעמט אן א סארט השוואה (לדעתי) צווישן דעם אריסטעטליאן (שטארק אבער נישט עקסטרעם) ריעליסט מהלך אין דעם נגד אפלטון און א קאנסעפשואליסט מהלך. דהיינו, אז די מושגים זענען מער אזוי ווי א בלופרינט, אבער טאקע פונ׳ם שכל הפועל/אקטיווע אינטעלעקט, פאר די פארטיקולארס וואס אונז זעה׳מיר. (דאס קען אפשר האבן פאראלעלן צו קאנט׳ס טראנסאדענדעל איידיעליזם. ועיין כאן.)

אגב, אריסטו׳ס מהלך אין דעם איז מער נוטה צו אן עמפיריסיסט מהלך אף בנוגע מאטעמאטיקס, ועיין מכאן ואילך שם מזה.

ווי אויך קען די געדאנק אריינציען אין די דעבאטע פון מאראלישע ריעליזם (ריעליזם בכלל). דער (קאנסערוואטיווער) אמעריקאנער פילאזאף דר. ריטשערד וויווער האט גע׳טענה׳ט אז די שיטה פון נאמינעליזם/אנטי-ריעליזם הנ״ל בנוגע יוניווערסאלס איז דאס וואס האט אראפגעפירט די מאראלן אין די מערב וועלט. די סארט מאראלישע טענה נוצן די וואס געבן יא פאר יוניווערסעלס א ריעליזם צו טענה׳ן אז די ישות פון יוניווערסאלס איז חשוב׳ער ווי די פארטיקולארס וואס אונז זעהן וכו׳.

Re: מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2020 7:16 pm
דורך מי אני
נאך מער, מארטין בובער מאכט זיין באקאנטע פארמולאציע אז אן ״איך״׳ס רילעישענשיפ צו עפעס קען זיין אזוי ווי א רילעישענשיפ צווישן דעם ״איך״ און ״דו״ [דעם מער אינטימישע און פערזענליכן רילעישענשיפ] אדער/לעומת א רילעישענשיפ צווישן דעם ״איך״ און ״עס״; די צווייטע ענטיטי קען זיין אן ״עס״ אדער א מער אינטימישע ״דו״ (די חילוק איז טאמער קוקט מען אויף דער זאך בשלימותו הגמור אדער נאר אויף אן אספעקט דערפון (ואולי אפשר לקשרו ש״דו״ הוא כשמביטים לענין הנאמענאן של הדבר ו״עס״ כשמביטים רק לחלק הפענאמענאן, בהגדרתו הידיעה של קאנט).

יעצט, ער זאגט אז ארט ארבעט דורך דעם אז עס איז א גענצליך אפגעזונדערטע זאך/ענטיטי און דער ארטיסט איז זיך מקשר (אלס א רילעישענשיפ דערצו) זיין ״איך״ מיט׳ן כלליות׳דיגע ״לגמרי׳דיגקייט״ פונ׳ם דבר המצטייר אלס א ״דו״ ווי איידער אלס אן ״עס״, און אזוי ברענגט ער עס ארויס מכח אל הפועל.

דאס איז ענליך צו פאפער׳ס טעזע אז ארט וחכמה איז א דבר בריאה וישות/מציאות לפני עצמו וואס ווערט א חלק פון וועלט 3 ודבר נפרד מהארטיסט.

Re: מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2020 4:49 pm
דורך מי אני
דער דייטשער מאטעמאטיקער דר. ריכארד דעדעקינד האט געשריבן אז ״נומערן זענען א פרייע יצירה פונ׳ם מענטשליכן שכל״.

IMG_6608.jpg

פארשטייט זיך נישט בנוגע א ״פיזישע״ עקזעסטירענדיגע ענטיטי. דר. דזשאקוי הינטיקא בנוגע אריסטו׳ס קאנסעפציע פון פסיכאלאגיע. פון דא.

מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: פרייטאג מערץ 06, 2020 4:48 pm
דורך מי אני
בענין זה איז אינטרעסאנט אז טאמאס אקינאס אין זיין דייעלעקטיק (דע וועריטעיט) איבער מהו הידיעה של הקב״ה בנוגע דאס וואס ס׳איז מכחיש בחירה (וואו, לויט דר. דוד בורעל, ער איז (פון) די ערשטע קלאר ארויסצוזאגן דאס אז הקב״ה איז למעלה מן הזמן; די היה, הוה, און יהיה זענען אלע איינס אויפאמאל אינ׳ם פארעם אז עס אקטיוולי פאסירט ‏(הגם באטיאוס האט אויך געהאט געזאגט ענליך בערך 700 יאר פריער)) זאגט אז ״נאטורליכע זאכן״ (לכשלעצמם) זענען סוספענדירט צווישן אונזער ידיעה און ג-ט׳ס ידיעה. דאס איז אביסל ענליך צו דעם אז זיי [החכמות והידיעה מהם] האבן בעצם אן אנטאלאגישע מציאות [״וועלט״ וכו׳] פאר זיך.

Re: מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 8:41 am
דורך מי אני
לודוויג וויטגענשטיין, אין זיין ברייטערן מהלך איבער די יסוד פון שפראך איבער/אין ״אלעם״ (ועיין כאן בענין זה באריכות), האט געהאלטן אז מאטעמאטיקס ביסודו איז אויך פון שפראך [די אינטואישיניסט מהלך]. נאר אויף אזויפיל יא אז אנדערש פון שפראך דארף מען מאטעמאטישע מושגים ״ווייזן״ ווי איידער סתם זאצן וואס מען ״רעדט״.

היוצא מזה איז אז בעצם האט ״מאטעמאטיקס״ נישט קיין (געהעריגע) אנטאלאגישע מציאות פאר זיך אינדרויסן/אפגעטיילט פון שפראך. ועכ״כ אז די מערסטע וואס מ׳קען זאגן אויף דאס אמת פון א מאטעמאטישע זאץ וכו׳ איז צו דאס מאכט סענס און שטימט אונטער די אומשטענדן (ער זאגט אז ס׳איז בעצם נישטא נאר ״יא״ אדער ״ניין״; ס׳איז בעצם נישטא דאס לאגישע געזעץ פון נישטא קיין ״אינדערמיט״).

בערטראנד ראססעל האט, ווי באקאנט מעמיד געווען מאטעמאטיקס על אחת, על לאגיק; לאגישע אטאמיזם (הגם בעצם נעמט מען אן אז עס שטייט אויף דריי: לאגיק, נומער טעאריע, און סעט טעאריע, בפרט נאכדעם וואס קורט גאדעל האט אויפגעוואוזן אז עס קען נישט שטיין אויף לאגיק גרידא כידוע).

*

דער מאטעמאטיקער בענויט מאנדעלבראט האט געוואלט נוצן דאס געדאנק פון פרעקטעלס אין מאטעמאטיקס, וואס זענען בעצם שעיפּס וואס זענען געמאכט פון חלקים וואס זענען פונקט ווי די גאנצע והיינו אז ווי ווייט מ׳גייט אראפ איז עס נאך אלס די זעלבע (ווי אויך גייט עס האבן א דיימענשאן אין מקום וואס קען זיין א פרעקשאן/נישט א גאנצע נומער), אויף אויפצוווייזן אז מאטעמאטיקס האט יא אן אנטאלאגישע מציאות פאר זיך. פרעקטעלס צייגן אז עס איז בעצם דא א סדר אפילו אין כאאס/וואס זעהט אויס ווי אי-סדר.

Re: מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2020 4:24 pm
דורך מי אני
דער פילאזאף איאמבליכוס איז געווען א פיטאגאריען און געהאלטן אז אלעס האט א קשר צו נומערן אויף א רוחניות׳דיגע/אנטאלאגישע מדריגה. ער האט אבער דאך געהאלטן אז די מושג פון ״נומערן״ לכשלעצמם איז אן אינדעפענדענט עקזיסטענץ און איז אינצווישן דאס מושג פון ״גבול״ און ״בלי גבול״ [באופן רוחני].

מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 11:47 am
דורך מי אני
ס׳איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז טאמאס האַבּס האט מאריך געווען אין דעם אז די געדאנקן פראצעס (עכ״פ בנוגע ריזענינג) איז בעצם מאטעמאטיש: עס ארבעט דורכ׳ן צולייגן עפעס/באשטיינדלן/אספעקטן [אן עדיטיוו פראצעס] צו צוקומען צו עפעס מער קאמפלעקס, און/אדער אראפנעמען עפעס/באשטיינדלן/אספעקטן [א סאָבּטרעקטיוו פראצעס] פון א פּראפּאזישאן וואס מען טוהט דורך וכדומה. לייבניץ האט אויך געהאלטן ענליך. דהיינו, אז ס׳איז בעצם לאחרי ככלות הכל נאר דא צוויי ״אַפּערעיטארס״ אין אונזער מהלך המחשבה - ״איז יא״ [+] און ״איז נישט״ [-].

דאס גייט בכלל צוזאמען (אין א ביסל אן אינווערס וועג) מיט וואס איך האב פריער צוגעברענגט (געליינט פון מארק זעגארעלי) אז לאגיק איז איינע פון די דריי טעארעטישע פיסלעך אויף וואס מאטעמאטיקס שטייט אויף (די אנדערע צוויי זענען נומער טעאריע און סעט טעאריע).

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 4:30 pm
דורך ישעיה
מי אני האט געשריבן:בפרט נאכדעם וואס קורט גאדעל האט אויפגעוואוזן אז עס קען נישט שטיין אויף לאגיק גרידא כידוע

איז מעגליך פאר אייך עס מסביר צו זיין פאר דאממיס?

Re: מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 5:42 pm
דורך מי אני
בקיצור נמרץ במאד מאד מאד, איז אין מאטעמאטישע לאגיק, און אין לאגיק בכלליות, די וועג ווי אזוי איך ווייז עפעס אויף איז אז איך הייב אן מיט געוויסע אקסיאמען [הנחות וואס איך דארף נישט אויפווייזן מחמת פשטותן צו וואס; א סארט ״גזירת הכתוב״...]. דערנאך בוי איך אויף דעם [זייער צאמשטעל וכדומה] נאך הנחות וואס איך ווייז אויף אז זיי זענען אמת, וואס טוהן זיך פארלאזן אויף די אקסיאמען דורך דעם וואס איך ווייז אויף אז זיי זענען א פועל יוצא דערפון. דערנאך קען איך בויען אויף די הנחות [טעארעמס] וואס איך האב יעצט נאך ווייטער; אבער אין א וועג קומט אלעס צוריק צו די ערשטע אקסיאמען. פארשטייט זיך אז די אקסיאמען און דאס וואס איך וויל/דארף למעשה זיך ארויסדרינגען פון זיי דארפן באלאנגען צום זעלבן ״סיסטעם/סטרוקטור״. דהיינו, למשל, מ׳פארשטייט אז (בעצם) האט דאס אז א קישן איז ווייעך גארנישט צו טוהן מיט די אקסיאם אז 1+2 = 2+1 (אויך היבש אָויערסימפּליפייד...).

דער מאטעמאטיקער דוד הילבערט האט געהאט געשטעלט א מאטעמאטישע שאלה וואס רופט זיך דאס אנטשיידונגס פראבלעם. א חלק פון די פראבלעם פרעגט, אויב איך האב א געוויסע סטעיטמענט באלאנגענדיג צו א סיסטעם, קען איך דאס אויפווייזן אויף ״יא״ אדער ״ניין״ פון די אקסיאמן וואס באלאנגען צו דעם סיסטעם?

יעצט, עס איז דא צוויי חלקים (צווישן אנדערע) צו דאס געדאנק פון אויפווייזן עפ״י לאגיק זאכן אין א סיסטעם. איינס איז אז איך דארף עס זאל זיין קאנסיסטענט. דאס מיינט אז פון די אקסיאמן וואס איך האב אין דעם סיסטעם קען איך נישט אויפווייזן סיי דבר און סיי הפיכו. די צווייטע איז קאָמפּליט. דאס מיינט אז יעדע סטעיטמענט וואס אנבאלאנגט די סיסטעם וואס די אקסיאמן באציען זיך צו, זאל קענען אויפגעוואוזן ווערן אויף ״יא״ אדער ״ניין״ וכנ״ל.

דער לאגישער מאטעמאטיקער דר. קורט גאדעל האט אויפגעוואוזן אז אין א סיסטעם וואס איז קאנסיסטענט קען נישט זיין אז די זעלבע סיסטעם זאל זיין קאָמפּליט, און נישט וועגן דעם אז עס פעהלט און מ׳ווייסט פשוט נאך נישט די אנדערע אקסיאמן - עס וועט אלס זיין אמת׳ע (מאטעמאטישע) סטעיטמענטס אין א סיסטעם וואס קענען נישט אויפגעוואוזן ווערן פון די יסודות פונעם סיסטעם אליין.

איך פארשטיי אז דאס איז אבּנארמאל אָווערסימפּליפייד. אבער, אין א וועג, איז דאס די בּעיסיק געדאנק.

נשלח: מוצ"ש מאי 30, 2020 11:12 pm
דורך ישעיה
יש"כ, איך וועל עס יעצט איבערליינען נאכאמאל

Re: מאטעמאטיק פון א' ביז אין סוף

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 9:16 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:דער מאטעמאטיקער בענויט מאנדעלבראט האט געוואלט נוצן דאס געדאנק פון פרעקטעלס אין מאטעמאטיקס, וואס זענען בעצם שעיפּס וואס זענען געמאכט פון חלקים וואס זענען פונקט ווי די גאנצע והיינו אז ווי ווייט מ׳גייט אראפ איז עס נאך אלס די זעלבע.

ער האט געהייסן בּענויט בּ. מאנדעלבּראט. די ״בּ״ האט ער אליינס געהאט צוגעלייגט. אויף דעם איז דא א זיסע וויץ:

וואס איז די מיטעלסטע ״בּ״ אין זיין נאמען די ר״ת פון? בּענויט בּ. מאנדעלבּראט...

וכן הלאה וכענין פרעקטעלס.