בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
aren't we against the system now?...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 1:44 pm
דורך שעפטל
ניין, בשום פנים ואופן געב נישט נאך א זיידן וואס האט א פאני נאמען, בדידי הוה עובדא, גענוג צאמגעליטן מיט שפעט נעמען.
וואוינסט אין וויליאמסבורג געב ויואל משה, העט ער קענען אניידעם ווערן ביי א יואלי'ן
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 2:14 pm
דורך גאנצל
שעפטל קענסטו שוין נישט געבן ווייל ער איז צוריק לעבעדיג געווארן כ'האף אז דו האלטסט נישט שוין יעצט נאך די ברית און געגעבן פאר דאס קינד דעם נאמען שעפטל?.....
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:31 pm
דורך טעפל
קענסט געבען עובדיה יוסף נאך הרב עובדיה, די ספרדים געבען שוין נישט ווייל ביי זיי געט מען נאך א לעבעדיגען.. (נאר דאס האט אונז אויסגעפעהלט אז מיר זאלען דארפען געבען נאך לעבעדיגע..)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:40 pm
דורך אפטעמיסט
שוין. כבין שוין אויפגעקומען מיט א נאמען פאר מיין אינגעלע. בלייבט מיר נאר איבער צו האפן אז די גבאים וועלן באשטעטיגן דעם נאמען. כקען נישט פונקטליך די רעגולאציעס, כהאף סאיז אוקעי.