בלאט 2 פון 3
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 6:59 am
דורך משה געציל
איינער האט געשריבן:חד גדיא האט געשריבן:ס'איז א שרעקליכע מעשה. איך קען די פרטים פון די נאנט. מ'רעדט נישט פון די גרויסע לאטערי. דער אינגערמאן האט שוין לאנג א שייכות מיט א 'סייקיק'. דאס מיינט איינער וואס זעט עתידות. זי האט אים איינגערעדט אז זי קען אים מאכן אליינס זעהן די אייגענע עתידות דורך פארשטיין זיין נשמה. דאס אלעס לויט אסטרולוגיה.
ער האט נעבעך באצאלט נישט נארמאלע סכומים געלט פאר די סייקיק. ער האט צאמגעבארגט צענדליגע טויזענטער דאלערס אין לויף פון בערך א יאהר. אין די צייט האט זי אים געגעבן "שיעורים" ווי אזוי צו קענען אליין מכוון זיין צו די עתידות. לויט איר האט ער געדארפט ווערן א מיליאנער ערגעץ אין די לעצטע וואכן.
ווען אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט איז ער געגאנגען זיך אויסוויינען צו א רב אין בארא פארק. ער האט אים געצווינגען צו דערציילן פאר זיין ווייב. און צעביסלעך איז די מעשה ארויסגערינען.
איך קען דעם אינגערמאן פערזענדליך. ער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!! ער האט א שטארקע קאפ און איז א ערנסטע תלמוד חכם. אויך פארשטייט ער גוט א עסק! ס'איז נישט צו גלייבן אז ער האט זיך געקענט אזוי לאזן. פון דעם דארף מען זיך אפלערנען נישט צו בארגן קיין געלט פאר קיינעם אן א ערב. און אז "יעדער" קען אריינפאלן אויב מ'האט נישט די קאפ אויפ'ן פלאץ!!
איך וואלט דיר אלס געגלייבט א חוץ
ער איז "זייער" א קלוגער אינגערמאן!!
זעט אויס אונז האמיר אנדערע מעסטער׳ס פאר קלוגשאפט
קלוגשאפט און תמימות האבען נישט קיין שייכות.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:03 pm
דורך קול גדול
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:07 pm
דורך משה געציל
נחומ'ס באשטעטיגונגס מאכט מיר נאר האלטען דאס פארקערטע אזוי וואו אלע זיינע מעשהל'ך.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:20 pm
דורך דבילה
פאסט עם נישט צו קוואטען אונזער קאווע שטיבל!!!
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:27 pm
דורך [NAMELESS]
דבילה האט געשריבן:פאסט עם נישט צו קוואטען אונזער קאווע שטיבל!!!
אבוויעסלי האט ער נאך א סארס, ווייל דא איז נישט געשטאנען די נאמען וכו...
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 12:10 am
דורך שרגא
איין זאך קען מען דא זיכער זאגן: אויב די מעשה איז נישט געשען, בין איך אבער מאמין באמונה שלימה אז עס וואלט געקענט געשען.
לויט די ראטע פון מענטשן וואס זענען אריינגעזינקען אין אלע סארטן דמיונות, פון אלע משוגענע אלטערנאטיווע היילונגען, אקופאנטשור, ספיסיפיק כיראפראקטאר, ענערגיע-געטיילעכץ און נאך די גאנצע ליסטע, ביז אן אבסעסיע מיט אזויגערופענע נביאים, קאבאליסטן און האנט-און-פנים קוקער, קען מען רואיג גלייבן אז מענטשן זאלן זיך פארגלייבן אין סייקיקס און מכשפים. עס איז אין זעלבן זיפ-קאוד.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 12:33 am
דורך דבילה
ראשעקאל האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:פאסט עם נישט צו קוואטען אונזער קאווע שטיבל!!!
אבוויעסלי האט ער נאך א סארס, ווייל דא איז נישט געשטאנען די נאמען וכו...
חוץ פון האבן נאך א מקור שרייבט ער נאך דעם זעלבן גרייז פון דעם אינגערמאן זוכענדיק צו געווינען דעם גרויסן לאטערי.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:22 pm
דורך לעמיל
אז מ'רעדט זיך איין העלפט עס זיכער
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 7:09 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט געהערט אז דער רב וואס איז אינוואלווד אין די פרשה האט שוין באוויזן צו שאפן 100,000$ פאר די קרבנות פון דעם אינגערמאן.
נשלח: זונטאג מאי 06, 2012 9:00 pm
דורך דבילה
א חב"ד'סקער שרייבער שרייבט קעגן רבנים וואס זאגן אז זיי היילן מיט איבערנאטירליכע כוחות און רעכענען דערפאר רבי'שע פרייזן
http://www.nypost.com/p/news/opinion/op ... 4WveJKVmvL
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 3:26 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט געהערט אויף די רעדיא אז איינער קלאגט אהן א "פארטשען טעללער" אז זי האט גענימען פון אים צענדליגע טויזענטע דאללארן אראפצונעמען א קללה... זעהט אויס מ'קען יא אנקלאגען. איינער זאל עצה'נען דעם אינגערמאן
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 7:37 pm
דורך מושי
איך גלייב דער מעשה ווייל עס איז ליידער דא אסאך בעלי דמיונות וואס זייערע דמיון מאכט זיי טוען זאכן כנגד דער שכל כפי הדמיון הטוב העולה על עליהם
און מען קען אויך זיין א חכם ווייל לפי דמיונם הם רואים הולדה טובה לפניהם
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:15 pm
דורך יין שרף
מושי האט געשריבן:איך גלייב דער מעשה ווייל עס איז ליידער דא אסאך בעלי דמיונות וואס זייערע דמיון מאכט זיי טוען זאכן כנגד דער שכל כפי הדמיון הטוב העולה על עליהם
און מען קען אויך זיין א חכם ווייל לפי דמיונם הם רואים הולדה טובה לפניהם
איך גלייב
נישט די מעשה, ווייל עס איז ליידער דא אסאך בעלי דמיונות וואס זייערע דמיון מאכט זיי טראכטן זאכן כנגד דער שכל כפי הדמיון הטוב העולה עליהם,
און מען קען אויך זיין א חכם, ווייל לפי דמיונם הם רואים הולדה טובה לפניהם אז ווען עס וואלט אמת געווען, וואלט מען זיך אויסגעלערנט פון דעם...
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 11:37 pm
דורך פרישער
די מעשה מיטן אינגערמאן קען זייער מעיגלעך זיין, סיז זייער שווער פאר פערזאנען און נארמאלע אימשטעדן צו באגרייפן דו מוח פון א געמבלער
איך גיי אלץ אדורך אין מאנהעטן אזא געשעפט וואס פארקויפט קלייניקייטן אזוי ווי סאדע ציגארעטן און אויך כל ערליי לאטארי'ס
איך זעי דארטן כסדר מענער און פרויען קימען אהין סוף טאג און געבען אויס זייער שכיר יום עד שתיכלה פריטה אחרונה מן הכסא, זיי זענען אזוי בקי און אלערליי שפילן, זיי געבען אן נומערן מיט א צינישן שמייכעל, אז מיט דעי נומער קליגט ער זי איבער דו לאטא סיסטעם, ווייל די נומער איז דאך די געבארץ טאג פון זיין מאמעס מאמע, און בעיט מיט חשק גימי די 3רד לאקי פייו ענד 3 פיק 2ס ענד עי פארטשען קאקי
אזוי קוטענען זיי אויס ס'גאנצע פארמעיגן, איך זעי נעבעך ווי מען קויפט אף אזא שפיל וואס מען מיז עפעס קענען די בינגא שפיל, זיי האבען אפילו נישט קיין קוואדער אפציקראצן די געמוזאכץ וואס באהאלט די געווינץ נומערען, און מען טיט דאס איבער און איבער.
איך בין עטליכע מאל אריין און א לאקאלע געז סטאנציא וואס פארקויפט די לאטא שפילן, איך וויל נישט פורץ בשמו זיין און חלילה מגלה זיין אז איך רעד פון די סטאנציא עמעקא הארט נעיבן די האפער שול המפואר, און מיינע אייגלעך זענען געפאלן אויפ א אינגער מאן, גארנישט קיין לאפן טוטער, איך רעד פון א אינגערמאן וואס מאכט שוין חתונה קינדער, ער האט שוין עטליכע ווייסע שנירלעך אין זיינע לאקן, און ער איז גענוי אזא מומחה און ווייסט וועלכע נומער צי פארלאנגען, ער איז נישט אזא בהמה ווי איך, ער פארלאט זיך נישט אויפ די ציפערען וואס דו לאטא קאמפאני שטעלט צי, נע די קאמפאני וועט דאך קיין מאל נישט אויס זאגען די ריכטיגע נומער, ער איז קליג ער ניצט די ציפער ווען מיר זענען ארויס פין מצרים, אדער א ציפער וואס מיט דעים האט ער מצליח געוועין מיט רבי מאיר בל הנס אפציווייכען אן עין הרע, אדער פין א צעק וואס די באנק האט נישט ציריקגעשיקט, א ציפער וואס האט העכערע כוחות, אדער א ציפער וואס איז גמטריא עשרה פעמים שקי קרע שטן.
ממילה ווען מיר זעיען אזעלכע ענינים טעיגלעך לייגט זיך שוין איינמאל אויפן שכל אז איינעם איז ביי געפאלן צי זיכען ציפערען ביי א רבי אדער ביי כוחות הטמאה,
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 11:45 pm
דורך יין שרף
די מעשה האט געקענט פונקט אזוי יא זיין ווי נישט זיין, און פונקט אזוי נישט זיין ווי יא זיין, ווי האבן די רבי'ס געזאגט? אונזער ארבייט איז צו גלייבן באמונה שלימה אז ס'האט געקענט פאסירן וזהו!
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 11:49 pm
דורך אבגד
יין שרף האט געשריבן:מושי האט געשריבן:איך גלייב דער מעשה ווייל עס איז ליידער דא אסאך בעלי דמיונות וואס זייערע דמיון מאכט זיי טוען זאכן כנגד דער שכל כפי הדמיון הטוב העולה על עליהם
און מען קען אויך זיין א חכם ווייל לפי דמיונם הם רואים הולדה טובה לפניהם
איך גלייב
נישט די מעשה, ווייל עס איז ליידער דא אסאך בעלי דמיונות וואס זייערע דמיון מאכט זיי טראכטן זאכן כנגד דער שכל כפי הדמיון הטוב העולה עליהם,
און מען קען אויך זיין א חכם, ווייל לפי דמיונם הם רואים הולדה טובה לפניהם
אז ווען עס וואלט אמת געווען, וואלט מען זיך אויסגעלערנט פון דעם...
העי!!
דאס באלאנגט אין
די אשכול
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:28 am
דורך ימי קדם
להערה בעלמא, כישוף איז נישט קיין כוחות פון סטרא אחרא וכדומה, עס איז פשוט איינרעדניש און אויגן פארבלענדניש, לא היה ולא נברא.
מילא @שלמה_דיין דיינע אלע הסברים און פשטליך זענען נוצלאז, זי ווייסט נישט און קען נישט וויסן, ועיין אבן עזרא ראו כי רעה נגד פניכם.
אינעם עצם געדאנק פון כישוף שרייבט שוין דער רמב"ם (הלכות עו"ז פרק י"א) כל המאמין בדברים האלו וכיוצא בהן ומחשב בלבו שהן אמת ודבר חכמה רק התורה אסרתן, אינן אלא מן הסכלים ומחסרי דעת ובכלל הנשים והקטנים שאין דעתן שלימה, וכו'.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 2:58 pm
דורך דעת תורה
און כמובן רבו החולקים עליו. און ווער קען דען מכריע זיין.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:10 pm
דורך ימי קדם
דעת תורה האט געשריבן:און כמובן רבו החולקים עליו. און ווער קען דען מכריע זיין.
אהא ,קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס דא גייט פאר? ווען עס קומט צו די י"ג עיקרים, ווי סאך מער ראשונים זענען מחולק מיט אים אין יסודותהאמונה, אויב איינער זאגט פארקערט איז ער א כופר בעיקר, דא פלוצלינג, ווי די סיבת החולקים איז איין זאך: מען מוז איינזעצען יעדע גמרא כפשוטו, ווייל עס מוז זיין חז"ל האבן "אלעס געוואוסט" (א יסודותדיגע זאך וואס דער רמבם שרייבט כמה פעמים הן אין מורה, און הן אין יד, אז זייער ידיעה אין חכמות העולם איז געווען גארנישט מער פון די ידיעה פון חכמי האומות דאן, און שריי נישט, ווייל די רמב"ם שרייבט נאך מער אז ווער עס פרובירט איינצוזעצן יעדע זאך פון גמרא אין מציאות איז א נער), דא פלוצלינג לייגט מען אים און. א זייט.
איך קען אפשר וויסן מה ראית?
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 12:19 pm
דורך [NAMELESS]
A Manhattan Fortuneteller Cost Him Fortune After Fortune - NYTimes.com -
http://mobile.nytimes.com/2015/06/06/ny ... -gone.html
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
נאך א ריפארט וועגן די מעשה
זייער אינטערסאנט ווי נארמאלע מענטשען קענען אריינגעכאפט ווערן
http://www.nytimes.com/2015/11/16/nyreg ... 18000.html
כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:15 pm
דורך ירא שמים
ימי קדם האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:און כמובן רבו החולקים עליו. און ווער קען דען מכריע זיין.
אהא ,קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס דא גייט פאר? ווען עס קומט צו די י"ג עיקרים, ווי סאך מער ראשונים זענען מחולק מיט אים אין יסודותהאמונה, אויב איינער זאגט פארקערט איז ער א כופר בעיקר, דא פלוצלינג, ווי די סיבת החולקים איז איין זאך: מען מוז איינזעצען יעדע גמרא כפשוטו, ווייל עס מוז זיין חז"ל האבן "אלעס געוואוסט" (א יסודותדיגע זאך וואס דער רמבם שרייבט כמה פעמים הן אין מורה, און הן אין יד, אז זייער ידיעה אין חכמות העולם איז געווען גארנישט מער פון די ידיעה פון חכמי האומות דאן, און שריי נישט, ווייל די רמב"ם שרייבט נאך מער אז ווער עס פרובירט איינצוזעצן יעדע זאך פון גמרא אין מציאות איז א נער), דא פלוצלינג לייגט מען אים און. א זייט.
איך קען אפשר וויסן מה ראית?
ווער האט דיר געזאגט אז איינער וואס זאגט אנדערש ווי די רמב״ם איז א כופר בעיקר? און זייט ווען פסק׳נט מען ביי אלעם ווי די רמב״ם? בפרט ביי דעם ענין וואס איז בפירושע גמרות קעגן דעם און די רמב״ם קען מען אויך מיישב זיין, הערטס אויף מגלה פנים בתורה זיין שלא כהלכה, וואולסט זיין א ראציאנאלע דאקטאר און גלייבן אלע היינטיגע שטותים בי מיי געסט אבער ווער מיר נישט קיין קנאי אויפן זייט פונ׳ם רמב״ם.
Re: כולל אינגערמאן פאר'חוב'עט ביי מכשפה פאר לאטערי
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 12:45 am
דורך טמיר
נאכ'ן ליינען די מעשה קענסטו אנריפן אזא מענטש נארמאל?