בלאט 2 פון 8

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:30 pm
דורך יוחנן הסנדלר
יאנקל האט געשריבן:
ימי קדם האט געשריבן:אוודאי איינער וואס בלייבט די זעלבע ווי ער איז אלץ געווען, און רופט זיי אהן, צום ביישפיל, נאר פאר הילף מיט collage, אוודאי וועלן זיי אפזאגן, נישט ווייל זיי האבן עפעס דערקעגן, דאס איז פשוט נישט וואס זיי טוהן.

פארוואס טאקע נישט? פארוואס זאלן זיי נישט העלפן א פרומען איד זיך אריינגלידערן אין קאלעדזש? פארוואס זאלסטו ערווארטן א פרומען איד צו האבן הערצה צו אן ארגאניזאציע וואס העלפט אידן גיין אין קאלעדזש אבער נאר אויף דער תנאי אז זיי זוכן צו טוישן זייער גאנצן לעבן?

נא זיכער. דא ליגט דער הינט באגראבן זיי ווילן קלאר נישט העלפן א פרומען איד זיך איינגלידערן אין קאלעדזש, עס איז דער היפוך פון זייערע ציהלן. פוטסטעפס האט גרויסע דאנערס וואס זייער ציהל איז בלויז שמד. זיי וועלן נעמען א יונג פארלוירן נשמה און איהם כסדר מסביר זיין וואספארא העלד ער אזי מיטן איבערלאזן אלעס אונטער זיך חאטש זיי ווייסן גאנץ גוט פאר דאס קינד איז פיל געזונטער צו בלייבן אינדערהיים ווי עס זענען דא די וואס זארגן זיך באמת פאר איהם, אנשטאט פארבינדט מען איהם מיט זייערע עקספיריענס לוזערעס מען קומט זיך צוזאם אויף פארטיס און מען קלאפט איהם אין פלייצע YOU ARE SO HEROIC, בעת עס בלוטיקט ווייטאג אינווייניק און נישטא וואס זאל שטעלן דאס בלוט.

באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:39 pm
דורך א שוויצער
טאמבל סאס האט געשריבן:א שוויצער, אדרבה זאג דו.
וואס טוסטו אויב חלילה וחס דיין בחור'ל הויבט זיך מארגן אהן דרייען מיט שלעכטע חבירים, פארט ביסלעכווייז אפ, הויבט אן טרונקען און טוהן דראגס. קיינער האט נישט קיין השפעה אויף אים חוץ זיינע פארפוילטע חבירים. וואלסטו נישט געוואלט אז כאטשיג זאל פוטסטעפס זארגן פאר אים צו טרעפן אן אכסניה, א דזשאב, און ארויסהעלפן זיך לערנען א פאך?

וואס שעלסטו אנדערע יודען?
לא די די ביסט זיי מחזק וואס ברויכען אנדערע ליידען?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:41 pm
דורך א שוויצער
טאבעל סאוס דיין מיסטעיק שטעקט אין דעם, זיי טוען גארנישט בעד טובת ה'אפגעפארענער דעפרעסטער יוגענטליכער, זיי טוען בלויז אויף צו פארזיכערן אז דער פעישען האט ניש קיין וועג צוריק און זאל נישט נתפעל ווערן פינעם
רשעים מלאים חרטות

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 3:49 pm
דורך טאמבל סאס
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.

כ'וועל אביסל אויסבעסערן דיינע ווערטער
"באמת וואלט די חרדישע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס האבן נישט קיין נערוון צו אידישקייט גיין אין קאלעדזש מיט אינגלאך און מוידן אינטערדוסט צו ווערן צו די גויאישע געמיינע לעבן ווערנדיג האלבע און גאנצע גוים, און קענען אהיימברענגען די דעות כוזבות צו זייערע געשוויסטער אינדערהיים.

טאקע א וואזשנע המצאה. ר' יוחנן חוכמתך לנשים!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:01 pm
דורך שרייבער
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:
באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.

באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער זיי זאלן נישט ארויספאלן פונעם סיסטעם בכלל, אידישקייט איז נישט אזא שווערע רעליגיע בנפש ווען מען ווייסט ווי אזוי עס צו טריעטן, אויב קענען גוים גמורים זיך פארליבן אין אידישקייט טראץ וואס אידן זענען די מערסטע רעסטריקטעט פאלק, דארף איינער וואס איז אויפגעוואקסן על ברכי היהדות זיכער קענען סוקסידן בדרך התורה והיראה, מען דארף נאר וויסן ווי אים עס צו געבן צו עסן, אויב פארנעמט נישט זיין מאגן אידישקייט מיט א שעפ לעפל געב אים עס מיט א בעבי ספאן, ער וועט עס פארנעמען

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:12 pm
דורך א שוויצער
שרייבער האט געשריבן:

ווען אונזערע מנהיגים זאלען אנעמען דעם וואזשנער המצאה וואלט מען ווען געברויכט מאכען ווייניגער כינוסי כלל ישראל

און שיעור ג' וואלט נישט געווען אזא קאפוויי (ליודעי ח''ן)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:19 pm
דורך שרייבער
לכל מאן דבעי למידע, שיעור ג' האט גארנישט מיט אידישקייט, ס'איז פלעינע טעקניקל זאכן פארוואס מען האט זיי געלייגט עקסטער צו ס'איז גערעכט צו נישט, און צו ס'באלאנגט אזוי צו נישט, איז א באזונדערע שמועס, אבער ס'האט גארנישט מיט אידישקייט, איך קען עטליכע בחורים פון דארט, עכט פיינע נארמאלע באזעסענע בחורים, סאו ביטע לאז ארויס די יודעי חן פון דא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:29 pm
דורך א שוויצער
שרייבער האט געשריבן:לכל מאן דבעי למידע, שיעור ג' האט גארנישט מיט אידישקייט, ס'איז פלעינע טעקניקל זאכן פארוואס מען האט זיי געלייגט עקסטער צו ס'איז גערעכט צו נישט, און צו ס'באלאנגט אזוי צו נישט, איז א באזונדערע שמועס, אבער ס'האט גארנישט מיט אידישקייט, איך קען עטליכע בחורים פון דארט, עכט פיינע נארמאלע באזעסענע בחורים, סאו ביטע לאז ארויס די יודעי חן פון דא

איך האב חלילה נישט געוואלט ספעציפיש רעדן איבער די איצטיגע פראבלעם בקר''י איך האב בלויז ארויסגעברענגט אז די אבנארמאלע רעש וואס מ'מאכט איבער טעלעפאנען און אינטערנעט וואלט לייכטער געוועזען מיט דיין וואזשנער בייפאל

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:34 pm
דורך I'm back
טאמבל סאס האט געשריבן:
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.

כ'וועל אביסל אויסבעסערן דיינע ווערטער
"באמת וואלט די חרדישע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס האבן נישט קיין נערוון צו אידישקייט גיין אין קאלעדזש מיט אינגלאך און מוידן אינטערדוסט צו ווערן צו די גויאישע געמיינע לעבן ווערנדיג האלבע און גאנצע גוים, און קענען אהיימברענגען די דעות כוזבות צו זייערע געשוויסטער אינדערהיים.

טאקע א וואזשנע המצאה. ר' יוחנן חוכמתך לנשים!

איך וועל אויסבעסערן ענקערע ווערטער:

אפשר זאלן די היימישע מוסדות לערנען מער לימודי חול, און אז איינער וועט ארויספאלן, וועט ער האבן זיין GED, און ער וועט נישט דארפן צוקומען צו דראגס און פוטסטעפס (און פוד סטעמפס)...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:49 pm
דורך געפילטע פיש
א שטיק צייט צוריק האב איך געהאט א ויכוח מיט א חבר, כ'האב געפרעגט, לא עלינו ולא עליכם, דיין קינד פארט אפ, וואלסטו ענדערש געוואלט ער זאל זיין א דראגי, זיך דרייען מיט די ערגסטע AIDS אנגעשטעקטע עלעמענטן, האקן זונות און רייכערען meth, אבער ס'דא א קליינע שאנס אז ווען ער זעצט זיך אן אין rock bottom וועט ער צוריק קומען, זיין מח געדעמעדזשד פאר לייף, קיין נארמאלע משפחה וועט ער נישט קענען אויפשטעלן, קיין אנשטענדיגע מענטש מיט א דזשאב וועט ער שוין נישט זיין.
אדער די אנדערע אפציע איז ער פארט אפ, גייט אין קאלעדזש, נאך אפאר יאר קומט ער ארויס מיט א שיינע שטעלע, טרעפט זיך א מיידל, סעטעלט זיך ערגעץ אין וויסקאנסין מיט איר, בויעט אויף א משפחה, קינדער, ריספעקטפול דזשאב, און וועט אפילו עסן לאטקעס מיט די קינדער יעדע חנוכה.

דער חבר זאגט אז ער וואלט אויסגעוועלט די ערשטע אפציע... אוי לנו שכך עלתה בימינו.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:03 pm
דורך נאר,,פרייליך
דיין אויפגעקלערטער אוי לנו קרעכץ האט שוין משמיע געווען יאנקל אין פריערדיגען בלאט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:19 pm
דורך געפילטע פיש
וואס נאך טוט זיך עפעס אזוי? פיין קיהל היינט, ניין?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:36 pm
דורך יוחנן הסנדלר
טאמבל סאס האט געשריבן:
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:באמת וואלט די חרידשע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם באקומען א GED, גיין אין קאלידזש און ווערן מענטשן אן דארפן ווערן אן אוכל נבילות און ווערן דערווייטערט פון אלעם פון דעם שויס פון זיין וויגעלע.

כ'וועל אביסל אויסבעסערן דיינע ווערטער
"באמת וואלט די חרדישע געמיינדע געטוהן די קלוגסטע זאך צו עפענען א ארגענעזאציע וואס וועט העלפן קינדער וואס האבן נישט קיין נערוון צו אידישקייט גיין אין קאלעדזש מיט אינגלאך און מוידן אינטערדוסט צו ווערן צו די גויאישע געמיינע לעבן ווערנדיג האלבע און גאנצע גוים, און קענען אהיימברענגען די דעות כוזבות צו זייערע געשוויסטער אינדערהיים.

טאקע א וואזשנע המצאה. ר' יוחנן חוכמתך לנשים!

מאכסט דעך אדער די ביזט? פעלט צענדליגער טויזנטער שומרי תורה ומצות דאקטוירם און לויערס? איך רעד שוין נישט עס איז דא טורא קאלעדזש מיט נאך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:58 pm
דורך טאמבל סאס
אה, כ'האב הנאה. יעצט זענען שוין אלע געווארן "טויזנטער שומרי תורה ומצות".
אבער ווייסט, א ריזיגע חלק פון זיי פירן א לעבן, עספעשעלי אין די יונגע יארן, זייער ווייט פון א חסידישע איד.
און וויפיל נאך זענען אזעלכע ווי געפילטע'ס צווייטע אפציע.
רוב פון די חברה זענען 'שומרי תורה ומצות' אויף גענוג אז ס'זאל זיך זיי לוינען פאר די ביזנעס צווישן היימישע אידן. כ'רעד נישט דא פון א פשוטע מאדערן ארטאדאקסישע אקאונטענט, וואס זיין קינד אגב דרייט זיך שוין מיט גויאישע פרענד און פריינדינעס. כ'רעד פון דאקטורים למשל. און אפ' פון דזשענעראל פראקטישינערס וואס האבן יעדע נאכט א שיעור אין ביהמ"ד.
אויב זאגסטו: אקעי, גייט'ס אלע אין קאלידזש אבער איך לאז ענק נאר לערנען ארט און עקענאמיקס האסטאך שוין ווידער גארנישט אויפגעטוהן. איז עפעס דען יעדער מסוגל צו לערנען דאס וואס דו ווילסט ער זאל לערנען?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:09 pm
דורך ודי למבין
אייוועלט האט שוין געשפארט?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:44 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נאר,,פרייליך האט געשריבן:דיין אויפגעקלערטער אוי לנו קרעכץ

:like :lol:
צום פינטל !

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:די אלע וואס זענען דארט זענען קליין קעפיגע טיפשום אין זענען ארויס געפאלען פונם סיסטעם צוליב זייער אייגינע רצון אין באשולדיגן יעדער וואס איז געשטאנען אין זייער ד אמות זינט זיי זענען ארויס פון מאמנ'ז בויך. מטאר נישט אזוי זאגען ווייל ווי נישט ווי זענען זיי אידישע קינדער אבער זאלן זיי גיין אויף אלע רוחות

און דאס מעיג מען יא זאגו :?: :!:

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 8:55 pm
דורך berlbalaguleh
יאנקל האט געשריבן:
ימי קדם האט געשריבן:אוודאי איינער וואס בלייבט די זעלבע ווי ער איז אלץ געווען, און רופט זיי אהן, צום ביישפיל, נאר פאר הילף מיט collage, אוודאי וועלן זיי אפזאגן, נישט ווייל זיי האבן עפעס דערקעגן, דאס איז פשוט נישט וואס זיי טוהן.

פארוואס טאקע נישט? פארוואס זאלן זיי נישט העלפן א פרומען איד זיך אריינגלידערן אין קאלעדזש? פארוואס זאלסטו ערווארטן א פרומען איד צו האבן הערצה צו אן ארגאניזאציע וואס העלפט אידן גיין אין קאלעדזש אבער נאר אויף דער תנאי אז זיי זוכן צו טוישן זייער גאנצן לעבן?

עס מוז אבער פארדאמט ווערן די סענטימענטן וועלכע ווערן צומאל געהערט פון חרדישע אידן וועלכע ערקלערן דעם פראבלעם פון "פוטסטעפס" מיט'ן מסביר זיין אז ליבערשט זאל דער או-טי-די'ניק ווערן א דראג-אדיקט און עווענטועל צוריקקומען צו אידישקייט, ווי איידער ער זאל האבן א סטאביליזירטן לעבן מיט א דזשאב און זאל נישט צוריקקומען צו אידישקייט. ליידער קען מען אמאל הערן עלטערן וואס רעדן אזוי וועגן זייערע אייגענע קינדער ר"ל. אוי לנו שכך עלתה בימינו.

לגבי די עלטערן (פון או.טי.די.'ס) וועלכע דריקן זיך אזוי אויס, קענמען זאגן דעים מאמר חז"ל "אין אדם נתפס על צערו". אבער די מציאות, די רעאליטעט איז אנדערש. ממילא טוען זיי יא עפעס אויף.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
:roll:
טאמבל סאס האט געשריבן:א שוויצער, אדרבה זאג דו.
וואס טוסטו אויב חלילה וחס דיין בחור'ל הויבט זיך מארגן אהן דרייען מיט שלעכטע חבירים, פארט ביסלעכווייז אפ, הויבט אן טרונקען און טוהן דראגס. קיינער האט נישט קיין השפעה אויף אים חוץ זיינע פארפוילטע חבירים. וואלסטו נישט געוואלט אז כאטשיג זאל פוטסטעפס זארגן פאר אים צו טרעפן אן אכסניה, א דזשאב, און ארויסהעלפן זיך לערנען א פאך?

ס'זעהט אויס אז נישט. :evil: :oops: :mrgreen: :evil: :twisted:

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:07 pm
דורך איך אויך
געפילטע פיש האט געשריבן:אדער די אנדערע אפציע איז ער פארט אפ, גייט אין קאלעדזש, נאך אפאר יאר קומט ער ארויס מיט א שיינע שטעלע, טרעפט זיך אפילו א גויאיש מיידל, סעטעלט זיך ערגעץ אין וויסקאנסין מיט איר, בויעט אויף א משפחה, קינדער, ריספעקטפול דזשאב, און וועט אפילו עסן לאטקעס מיט די קינדער יעדע חנוכה און האלט אויך קראצמעך יערליך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 9:49 pm
דורך קאווע טרינקער
איך אויך האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אדער די אנדערע אפציע איז ער פארט אפ, גייט אין קאלעדזש, נאך אפאר יאר קומט ער ארויס מיט א שיינע שטעלע, טרעפט זיך אפילו א גויאיש מיידל, סעטעלט זיך ערגעץ אין וויסקאנסין מיט איר, בויעט אויף א משפחה, קינדער, ריספעקטפול דזשאב, און וועט אפילו עסן לאטקעס מיט די קינדער יעדע חנוכה און האלט אויך קראצמעך יערליך.

מגלה פנים בתורה שלא כגעפילטע.

#דיסלייק

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:57 am
דורך געפילטע פיש
איך האב דערציילט א שמועס וואס איך האב געהאט מיט א חבר, ווילסט דערציילן אנדערש? גיי האב דיין אייגענע וויכוח.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:24 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז דאס אז די מושג "אויפגעקלערט" אזוי אראפגעקוקט ביי טייל חסידים אזוי ווייט אז זיי נוצן עס שוין אלץ א כינוי של גנאי?? וואס דען איז דער מענטשליכער תפקיד אז נישט טראכטן און קלערן און קלערן טויזעטער מאל בעומק אין יעדער סוגיא, אזוי לאנג קלערן ביז מ'ווערט אויפגעקלערט. עס ווילט זיך דיר נעמען דעם גאנצען זעקל מוח און אריינטראסקען אין אשפה אריין און שפילן א לעבן פון 'נעתק משכל אמו לשכל אשתו'? טראכטן איז א "גוישע זאך"??

לעצם הדיון, דא איז אויך גילטיג די מאמר השותקים "די וואס ווייסן רעדן נישט און די וואס רעדן ווייסן נישט". (כאפט א שנעלע בליק אויף די חברי השטיבל וואס האבן גארנישט מגיב געווען, זייערע נעמען זעהט מען נאר בתחתית הדף)

א שוויצער האט געשריבן:זיי טוען גארנישט בעד טובת ה'אפגעפארענער דעפרעסטער יוגענטליכער, זיי טוען בלויז אויף צו פארזיכערן אז דער פעישען האט ניש קיין וועג צוריק און זאל נישט נתפעל ווערן פינעם רשעים מלאים חרטות

"what can be asserted without evidence can be dismissed without evidence"
!!!DISMISSED