בלאט 2 פון 3
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 1:25 am
דורך ציוני
משה געציל האט געשריבן:ציוני האט געשריבן:קודם בויאן האט א פאפיר דאס צו באשטעטיגן כפי שקיבל מאבותיו הק' עד הרוזינ'ער זיע"א,
וואו קומט באיאן אריין דא ווייס איך נישט, איינער וויל צו נעמן דעם זכות הדלקה פון זיי? און אויב יא איז דער בריוו פונעם ריזשינער א כתב מתנה? אינטערעסאנט, איך האב קיינאל נישט געוואסוט אז דער ריזשענער זי"ע האט געהאט אין באזיס אזא הייליג שטיקעל לאנד...
ציוני האט געשריבן: און אויך די וועדות ההקדשות, האבן קאנגערגעשן צעטליך אז דאס פלאץ באלאנגט צו זיי.
ערקלער ביטע פונקטליך וואס עס מיינט קאנגערעגעשן צעטליך, איז דאס בערך אזא דאקומענט וואס פאפא האט אז דאס ביהמ"ד איז זייערס?
יא, ס'איז נאך פון די צייטן פון די ענגלאנדער אדער פריער
און ס'איז איבערגעפרישט געווארן אונטער די מדינה, און שוין יארן וואס זיי האבן די בעלות אויף דעם מקום קדוש בחסות המדינה
און בנוגע בויאן, זכות ההדלקה בא לו מירושת אבותיו, ווען דער הייליגער רוזינ'ער האט אפגעקויפט דעם מקום קדוש און אויפגעבויעט די מערה, (לכמה גירסאות רק חידשה, אבל המערה הקיימת כעת, הוא מהדורא מאוחרת יותר) און פלעגט יעדן יאר שיקן א שליח מיוחד מטעמו אנצוצינדין די הדלקה, און ווען א רויזינער אייניקל פלעגט קומען קיין מירון ל"ג בעומר פלעגט ער צינדן, אח"כ נאך די מלחמה און נאכ'ן מסדר זיין בין כל היורשים איז דאס געבליבן ביים אלטן ביאנער וואס האט דאס גע'ירש'נט פאר דעם היינטיגן רבי'ן,
און די מדינה וויל שוין כמה פעמים צו נעמען פון אים די הדלקה,
דערפאר הייסט דער ביאנער רבי מ'זאל לייגן בילדער און טעלעוויזן וכ'ו יעדע יאר ביי די הדלקה זיינע על אף ער איז תמיד קעגן בילדער, כדי להורות אז ער איז בעה"ב.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 12:36 pm
דורך גלות יוד
די זאך איז אזוי מ'קען נישט נעמען א ראיה פון כותל צו מירון משום כמה סיבות איינס ווויייל די ציונים האבן געווואלט אז די כותל זאל האבן די אלטע היייליגע אידישע כאראקטער צוליב פאליטישע סיבות זייי דארפן וויייזן פאר די וועלט ווואס דאס מייינט "אידנס" רעכטן אין ירושלים און דאס לכאורה איז נישט גילטיג כלפי מירון צווייטנס בייים כותל איז נישט שיייך געווען צו מאכן גאנצע אויסשטעלונגן ס'נישט דא קיין פלאץ משא"כ מירון דריטנס ווער ס'ווייסט איז מירון ל"ג בעומר א מקום שאור וחושך משמשין בערבוביא ווער וויייסט וואס וועט זיין ווען זיי ריקן זיך אריין דארט אפיציעל
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 12:44 pm
דורך גלות יוד
און בנוגע בויאן ער קען וויייטער אנצינדן די פייער אפילו אויב די מדינה איז מפקיע די פיזיקעל רעכטן און כ'טראכט יעצט אז די מדינה קען מאכן רשב"י די גרעסטע טפל אין מירון אויב זייי ווילן דווקא
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 4:33 pm
דורך ציוני
גלות יוד האט געשריבן:און בנוגע בויאן ער קען וויייטער אנצינדן די פייער אפילו אויב די מדינה איז מפקיע די פיזיקעל רעכטן און כ'טראכט יעצט אז די מדינה קען מאכן רשב"י די גרעסטע טפל אין מירון אויב זייי ווילן דווקא
די מדינה האט שוין די יאר געוואלט צונעמען די הדלקה פון ביאיאן און איבערגעבן פאר'ן רב הרשע
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 5:10 pm
דורך גלות יוד
פארוואס? וואס פארדינען זיי ס'יז זיי א חילוק ווער עס צינד?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 5:11 pm
דורך ציוני
שמע חביבי, אני בנתיים לא יושב במשרדי המדינה, וב"ה שאיני יודע בדיוק מה מסתובב להם בראש,
אבל מן הסתם זה יותר כבוד להמדינה שאיזה חומעיני מהמדינה דמתקריא רב הרשע ידליק, ויעשה מזה מעמד חילוני מובהקת,
מאשר האדמו"ר מבויאן שליט"א אשר עושה את זה במסגרת חסידות, ותו לא.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 5:16 pm
דורך גלות יוד
מסתבר פאר לאנג טערם לוינט זיי
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 8:07 pm
דורך משה געציל
מיין הויפט קשיא איז, האט איינער אמאל געפריבט זיך דורעך קומען מיט זיי עס זאל זיין לויט די ווילען פון די חרדים?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 8:09 pm
דורך יידל
איך גיי נאכאמאל איבערזאגן מיין בקשה: קען מיר איינער צוצייגן א נישט חרדי'שער מקור אויף די אלע זאכן וואס די מדינה וויל רח"ל טון מיט מירון?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 9:01 pm
דורך משה געציל
עס קוקט אויס וואו אפאר חרדים האבען זיך ארויס געלאזט אין פינשטערניש פון דער נאכט, אין אפגעשטאטעט א באזוך אין די הדעקוואדערס, אזוי ארום דערווישט דו פינצטערע פלענער, וואס דערווייל האט קיין איין נישט חרדישע מידיא קוואל נאך נישט געקענט דערווישען דו פלענער.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 9:29 pm
דורך ידען
יידל פרעגט זייער גוט. אויב האסטו עפעס א בעסערע מקור ווי היימישע צייטונגען, ברענג, אנדערש איז עס גארנישט ווערד.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:07 pm
דורך לעמיל
א בפירושע איד/בלאט איז דיר נישט גענוג??
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:09 pm
דורך יידל
ציוני אדער גלות איד - איר קענט נאך זוכה זיין צו מיין השתתפות ביים היינט-נאכטיגן אסיפה און קאנטינענטאל. ס'פעלט זיך סך הכל אויס א נישט-חרדישע מקור צו די בייזוויליגע פלענער פון די מדינה.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 6:10 pm
דורך לעמיל
איך מיין מ'דארף דיך דארט פאר מנין!!!!
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 7:54 pm
דורך משה געציל
איך פלאן יא צו גיין סתם צו הערן א צווייטע צד, איך וויל באמת פארשטיין דעם חורבן, פון די תשובות דא בין איך גארניקס קליגער געווארן.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 7:57 pm
דורך יידל
משה געציל האט געשריבן:איך פלאן יא צו גיין סתם צו הערן א צווייטע צד, איך וויל באמת פארשטיין דעם חורבן, פון די תשובות דא בין איך גארניקס קליגער געווארן.
געדענק צו איבערגעבן א באריכט דא פון די ערשט-האנטיגע דעטאלן וואס מ'גייט דארטן הערן.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 8:09 am
דורך ידען
איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 8:11 am
דורך ידען
משה געציל האט געשריבן:איך פלאן יא צו גיין סתם צו הערן א צווייטע צד, איך וויל באמת פארשטיין דעם חורבן, פון די תשובות דא בין איך גארניקס קליגער געווארן.
נו משה געציל ביסט קליגער יעצט?
געב אונז אויך אביסל פון די חכמה וואס האסט געשלינגען נעכטן נאכט.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 8:47 am
דורך אבי גערעדט
איך בין נישט דארט געווען. אבער לבי אומר לי אז ס'איז געווען א דורכפאל פון א מעמד, כ'מיין וויפיל מאל קען מען צוזאמשלעפן טויזנטער מענטשן, ביים חנוך לנער איז כאטש געווען בין הזמנים, אין ס'נאך געווען א פאליטיק וואס ציעט אוטאמאטיש א ציבור, אבער דא?
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 10:17 am
דורך משה געציל
עס איז מיר למעשה נישט אויס געקומען צו גיין, איך וואלט זייער געוואלט שאפען א רעקארדינג פונעם מעמד, אויב איינער ווייסט אויב און וואו מען קען באקומען ביטע מפרסם זיין.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 12:55 pm
דורך ציוני
תושבי א"י ווייסן גאנץ גוט זייערע פינסטערע פלענער, מ'לעבט דאס מיט יאר איין יאר אויס, ס'איז נישט היינט באשאפן געווארן, ס'איז שוין א פלאן פון א שיינע פאר יאר,
נאר היות איך זיץ אין קאווע שטיבל כדי נישט צו דארפן נישטערן אויף טרייפענע סייד'ס קען איך דיר ב"ה נישט ברענגען קיין חילונישע מקורות,
אבער אויב קענסטו אויפזיכן ביי די דאקאמענטן פון די מדינה, וועסטו זיכער טרעפן אויף דעם, אסאך אסאך,
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 1:20 pm
דורך משה געציל
ידען האט געשריבן:איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.
הרב י. מ. סופר איז פון פאך אויס א מוראדיג'ע גוטע שרייבער, ער האט נאר איין פראבלעם וואס איז גובר אלע מעלות, נעמליך ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו צוטירן גאנצע שטיקלעך לדוגמא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 1:22 pm
דורך ציוני
משה געציל האט געשריבן:ידען האט געשריבן:איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.
הרב י. מ. סופר איז פון פאך אויס א מוראדיג'ע גוטע שרייבער, ער האט נאר איין פראבלעם וואס איז גובר אלע מעלות, נעמליך ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו צוטירן גאנצע שטיקלעך לדוגמא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.

דאס מיינט דאך א מורא'דיגער גוטע שרייבער
