נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:47 pm
איך האב געשיקט אן אישי צי איינע פון די ניקס וז"ל:
באקומען די תשובה אין א אישי וז"ל:
לכבוד ידידי ....,
איך וויל פארשטיין עטליכע ענינים ביטע ערקלערן לפי אייער פערספעקטיוו.
דער נתיבות שלום איז נישט געוועהן קיין קטלא קניא באגמא. איך האב כמה פעמים גערעדט מימט אנשטענדיגער (עלטערע) שווארצע חסידים, אין זיי האבן גערעדט וועגן אים בכבוד הראוי.
וויאזוי פארשטייסטו די הכתרה פון דיין זייט? עס קען נישט זיין אז די נתיבות האט נישט געהאלטן פון זיין שווער? עס איז א דבר בלתי מתקבל. ועוד יש אומרים אז נאך רבי מאטיל איז געוועהן בחירות (איך האב נישט מברר געוועהן אמיתת הדבר) אין רוב עולם האט געוועלט פאר די נתיבות. אסאך מענטשן זאגן אז די נתיבות איז דער וואס האט 1 אויפגעבויט סלאנים ממסד עד הטפח, 2מכתיר געוועהן אין געזעצט זיין שווער אויף די כסא ההנהגה פון סלונים.
ועוד והיא העיקר, כפי ידיעתי, זענען 'אלע' קינדער פון די ברכת אברהם געגאנגען מיט די נתיבות. וואס דאס איז א דבר פלא מחמת צוויי זאכן 1 א רבי וואס האט אסאך זוהן זאל מען נעמען אן איידעם לא ראינו דבר כזה בעולם? 2 אויב איז עס אמת אז די נתיבות האט זיך נישט שיין אויפגעפירט כלפי די שווער, ווי קומט דאס אז קיין איינער פון די זוהן האבן זיך נישט אהנגענומען לכבודו, אין געגאנגען מיט די שווארצע? 3 ועוד יותר אז די שווער פון די 'סלאנימער' רבי איז מתחילה געבליבן מיט די נתיבות? איך ווייס נישט וואס איז געוועהן מיט אים סוף ימיו.
ביטע געבן א תשובה לאמיתת הענין כפי מיטב ידיעתכם
יישר כח
ראש הישיבה
באקומען די תשובה אין א אישי וז"ל:
דו פרעגסט זייער גוט. ס'איז שווער צו ענטפערן אויף איין פוס, מ'דארף ארויסהאבן פילע זאכן און אנטוויקלונגען פון יענע תקופה כדי דאס צו פארשטיין. הלוואי ווען איך וואלט געהאט אביסל צייט דערצו.
איך האב הנאה געהאט וואס ציוני האט געשריבן, הגם מען קען זיך דינגען אויף טייל פון זיינע רייד, איז די בילד גאנץ ריכטיג. ער האט אויך אנגערירט אביסל איבער דער בליק פון די גאס אז ער איז געווען א גאר טיפער מענטש, וואס איז היבש איבערגעטריבן צוליב כמה סיבות וואס ער האט שוין ערווענט, בשעת דער שווארצער סלאנימער רבי איז באמת א טיפער טראכטער און א גרויסער בעל הגיון. צוליב זיינע סיבות לאזט ער נישט מפרסם זיין זיינע מאמרים, אפילו אויף טעיפס לאזט ער נישט אפכאפן, און צומאל אפילו נישט אראפשרייבן, א זאך וואס ברענגט אז דער גאס זאל נישט וויסן פון אים און עס זאל גארנישט איבערבלייבן פון אים, חבל על דאבדין. היינט איז שוין בעסער דער מצב, בשעת עס ווערט שוין מער ערלויבט צו שרייבן. ועוד יש להאריך בדבר זה הרבה יותר, אבל אין הפנאי עמי.
בנוגע דיינע הערות:
דער נתיבות האט געבויט א חסידות, אבער נישט סלאנימער חסידות. פאראן וואס טענה'ען אז ווען נישט דער נתיבות וואלט סלאנים אויסגעקוקט ווי מישקאלץ, וויבאלד עס איז געווען א קליין עולם און זייער שוואך און דער נתיבות שלום האט געמאכט דערפון א מענטש. דער באהויפטונג איז נישט ריכטיג געשאצט, צוליב דעם פאקט אז די ליטווישע חסידות'ן נאכן קריג האבן געהאט אן אנדערע דין ווי אנדערע חסידות'ן. ליטא איז געווען דער ארט וואו די השכלה האט געבוזשעוועט, דאס האט געברענגט אז די חסידות'ן וואס שטאמען פון יענע מקומות זענען מער אויסגעבויט מיט א שיטה און א גאנג, אזוי ווי קארלין, סלאנים, חב"ד און אנדערע. אויך קארלין איז נאכן קריג געווען גאנץ שוואך, בשעת זיי האבן פאר א תקופה אפילו נישט געהאט קיין געהעריגע רבי, שוין אפגערעדט פון חב"ד וואס האט איבערגעלאזט דער חלק הארי פון די חסידים אונטער די גראטעס פון די קאמיניסטן און זיך דערזען אין א שווערע סעטואציע, וואו מען מוז אנהויבן בויען חסידות פונדאסניי.
וואס האט באמת געהאלטן די חסידות? - זייער רייכן עבר.
די דאזיגע הויפן זענען געקומען מיט א רייכן עבר, חסידים עובדי השם וואס האבן געדינט דעם אויבערשטן און דער יונגער דור האט זיי געקענט, אט דאס האט מען ווייטער איבערגעפלאנצט און מען האט עס געפולעוועט. אפגעזען ווי שוואך און קליין די חסידות איז געווען, איז אלעמאל געווען מיט וואס דאס צוריקצובויען, ווייל אויב דו האסט הגיון און א מהלך, דארף מען נישט קיין פארענטשעס פלייש דערפאר, מען האט עפעס בעסערס וואס צו פארקויפן.
דאס זעלבע איז געווען מיט סלאנים. יא, זיי זענען געווען א טבריאנער חבריא, אבער מיט לייבן - געהויבענע חסידים וואס האבן איבערגעגעבן דאס חסידות פארן יונגן דור. זעלטן וואס מען געפינט אזא קליינע חבריא אבער מיט אזויפיל לייבן, א שטייגער ווי ר' מטות לוריא, ר' יודא לייב, ר' לייזשע, ר' משה קליערס, ר' נח וויינבערג, און נאך און נאך. די אלע האבן איבערגעגעבן דאס חסידות פארן יונגן דור און האבן געפולעוועט דאס וואס זיי האבן געזען ביים יסוד-העבודה, דער פאטער, דער רבי פון בראנאוויטש און דער יונגער רבי. סלאנים איז געווען גענוג געבויט אז זי וואלט נישט אונטערגעגאנגען, פארקערט; זי וואלט אפשר נישט געווארן קיין גרויסע חסידות מיט מוסדות, אבער זי וואלט זיך געהאלטן מער יסודות'דיג און שטארק מיט דעם רייכן עבר וואס זי האט פארמאגט. דער פאקט אז דער יונגער דור סלאנימער חסידים פון דעמאלס, האט קיינמאל נישט איבערגעלאזט דאס חסידות צו גיין זוכן אנדערע גליקן (א זאך וואס האט פאסירט מיט אלע אנדערע קליינע חסידות'ן נאכן קריג), ווייזט דערויף אז זיי זענען געווען גענוג שטאלץ מיט זיך און וואלטן נישט איבערגעלאזט דער קאמפאניע.
דער נתיבות שלום האט טאקע געטאן, ער האט געבויט די ישיבה (אגב; נישט אליין. עס איז געווען נאך איינער - שמו כשם הרבי השחור - וואס האט אים ארויסגעהאלפן, עס איז אפילו פאראן א הסכם אז ער וועט ווערן רבי נאכן נתיבות שלום, אבער דאס איז שוין קאנטערווערשל) און געמאכט פון סלאנים א מענטש. אבער ער האט עס געמאכט פאר א צווייטע חסידות, ס'איז נישט סלאנים, נישט מיטן אלטן טעם און נישט מיטן געשמאק. אויסגעריסן דער חניוקישקייט און דער פארצייטישקייט. הגה בעצמך, סלאנים וואלט געדארפט זיין א חסידות וואו מען גייט דעם ירושלימ'ער לבוש, אזוי ווי קארלין ועוד. דאס אלעס איז אויסגעריסן געווארן. ער האט געמאכט פון די חסידות אזא סארט שיטה און מהלך מחשבה, וואס איז נישט געווען ביז דאן אין סלאנים.
דער נתיבות שלום איז טאקע נישט געווען קיין קטלא קניא, אזוי ווי דו האסט געשריבן, אבער ער איז געטריבן געווארן פון צוויי שלעכטע און שווערע מידות, וואס דאס האט אים צוגעברענגט צו זיין דורכפאל: גאות מיט שקר. אט די צוויי מידות האט ער אלע יארן פארמאגט און אפילו זיינע נאנטע מקורבים וועלן עס נישט לייקענען. דאס שפלות וואס איז א חלק פון סלאנימער חסידות האט ער נישט פארמאגט, ער האט פון זיך געהאלטן עולם ומלואו און האט ליב געהאט דאס כבוד (במחילת כבוד תורתו). ווי אויך איז ער נישט געווען דער גרעסטער איש האמת. אנטשולדיגט.
בנוגע זיין הכתרה:
מען דארף אין באטראכט נעמען דער מצב אין סלאנים בימים ההם, און זייער עבר.
סלאנים האט קיין רבי נישט געהאט פאר לאנגע יארן. אין ארץ-ישראל איז געווען א סלאנימער חבריא אין טבריא, וואו די חסידים פלעגן פארן מזמן לזמן אויף סלאנים. דאס חסידות האט זיך געהאלטן פונעם אלטן דור וואס האבן איבערגעגעבן פארן יונגערן דור. נאכן קריג, ווען דער מרן מהרשד"י איז גע'הרג'עט געווארן אין קריג, האט מען שפעטער גענומען ר' מאטיל אלס רבי, אבער שפעטער האט ער דערקלערט אז ער איז נישט קיין רבי, נאר א ראש-החבריא. במציאות האט ער זיך נישט אויפגעפירט מיט רבי'סטעווע, ער איז געווען מער פשוט. נאך ר' מאטיל'ס פטירה איז געווען וואלן אין סלאנים, איך געדענק נישט די פרטים אבער דוכט זיך אז עס זענען געווען פיר קאנדידאטן (ווער עס ווייסט בעסער קען מיר פארריכטן), וביניהם דער נתיבות שלום און זיין שווער. ניין, דער נתיבות שלום האט נישט געוואונען די וואלן, נאר וויבאלד ער האט אוועקגעגעבן זיינע שטימען פארן שווער (נישט וועלנדיג זיין רבי), איז אויסגעקומען אז דער שווער האט געהאט דער רוב און אזוי איז ער געווארן רבי.
דער ברכת אברהם (אדער נחל איתן) איז געווארן רבי בשעת ער איז שוין געווען עטליכע זיבעציג. דער נתיבות שלום האט פארשטאנען (אויסער אויב ער איז געווען א בעל רוח-הקודש), אז צו לאנג וועט ער רבי נישט זיין און די רבי'סטעווע וועט שנעל אריבערקומען צו אים. אבער על אפו וחמתו האט זיין שווער אנגעצויגן און געלעבט לאנגע יארן, אזוי אז זיין רבי'סטעווע האט זיך לאנג פארצויגן און זיין געדולד האט אים שוין געפלאצט... און עס איז געשען וואס עס איז געשען.
בנוגע די קינדער פונעם רבי'ן:
קודם-כל, נישט אלע קינדער זענען מיטגעגאנגען מיטן נתיבות שלום. בנו בכורו פונעם רבי'ן זצ"ל, הרה"ח ר' זעליג זצ"ל איז מיטגעגאנגען מיט די שווארצע לכל אורך הדרך. בנוגע די אנדערע קינדער, כנ"ל צו פארשטיין אביסל די היסטאריע פון סלאנים...
אין סלאנים האט געפעלט אביסל די יסודות פון א רבי, מען האט פשוט פארגעסן פיל זאכן וואס א רבי דארף באדייטן, וואס ביזן היינטיגן טאג זענען נאך פאראן סימנים דערפון, ואכמ"ל. עס פעלט דארט די עכטע רבי'שע זאכן, טראצדעם וואס ביים בית אברהם און ביים פאטער איז עס געווען בתוקפו. אין סלאנים איז א רבי היינט מער א מושג פון א ראש-החבריא, הגם עס ווערט כסדר בעסער און בעסער, אבער פארט... עס פעלט... ווען דער סלאנימער רבי, בעל ברכת אברהם זצ"ל איז געווארן רבי, איז ער אפילו נישט געזעצן אויף מזרח, ער איז געזעצן נעבן בימה. אין פאקט, האט ער כמעט קיינמאל זיך נישט געוואשן ביים טיש, נאר געפירט א זיץ. פאר די חסידים איז געווען א דבר חידוש צו קומען פארן נסיעות צום רבי'ן, עס האט גענומען א וויילע ביז עס האט זיך אריינגעגעסן.
אינצווישן האט דער נתיבות שלום געפירט די ישיבה, ער איז געווען דער באליבטער ראש-ישיבה וואס האט זיך פיל אפגעגעבן מיט די בחורים. ווי מיר האבן שוין פריער ערווענט איז דאס געווען אין שארפן קאנטראסט מיטן רבי'ן וואס האט געשטויסן און געשלאגן זיין עולם, כאדמור"י סלאנים מאז ומקדם. ווי אזוי האט נאר געזאגט איינע פון די סלאנימע רבי'ס: "פון וואו מען גלעט דיר און וואו מען קושט דיר זאלסטו אנטלויפן, וואו מען שלאגט דיר און מען בייסט דיר זאלסטו צולויפן". אט דאס איז געשען, די וואס האבן זיך געקלאמערט צום רבי'ן און געוואלט קויפן א דעת זקנים, איינער וואס האט זיך געווייקט ביים פאטער און ביי אנדערע חסידי סלאנים אין טבריא, זענען אויסגעשטאנען צו כאפן קלעפ, תרתי משמע - פונעם רבי'ן און פונעם עולם - ווידער די וועלכע זענען פארבלענדעט געווארן פון שיינע ווערטער און האבן נישט געהאט די קאראזש צו זיין חסידים פונעם רבי'ן (וואס עס איז געווען קעגן דער ווינט בימים ההם) זענען געבליבן חסידים פונעם ראש-ישיבה.
אויך צווישן די קינדער פון דער ברכת-אברהם, איז אויך געווען אזוי: ר' זעליג איז געווען די עלסטע און ער האט גוט פארשטאנען וואס עס קומט פאר, דאס איז געווען די סיבה פארוואס ער איז מיטגעגאנגען מיט די שווארצע. פאר די יונגערע קינדער פון רבי'ן ז"ל, איז דער ראש-ישיבה געווען דער באליבטער שוואגער וואס האט געהאט דעם העכסטן ווארט אין סלונים. ס'איז זיי פיל בעסער געשטאנען מיטצוגיין מיט אים, ווי איידער מיט א נרדפ'דיגע קבוצה וואס מען האט בימים ההם פארמיסט און גע'רודפ'ט. דאס רודפ'ן זייער טאטע האט זיך נישט אזוי אנגעזען ברבים, נאך וואס דער טאטע איז געווען א שפל ברך און נישט ארויסגעוויזן דאס מינדעסטע אז עס זאל אים שטערן. ער האט מסתמא געהאלטן אז אזוי קומט זיך אים, נישט אנדערש. די קינדער האבן עס אנגעקוקט נאטראל (אויסער ר' זעליג), און זיי האבן געהאלטן אז די שווארצע זענען גאר די וואס ווילן ברעכן די הנהגה און ווילן שטערן פונעם באליבטן שוואגער צו פירן סלאנים (ס'איז שווער צו פארשטיין, אבער ווער עס ווייסט אאביסל ווער דער רבי זצ"ל איז געווען, און ווי אזוי סלאנים האט אויסגעקוקט דעמאלס, פארשטייט עס אביסל).
מען דארף נעמען אין באטראכט נאך א זאך: דו האסט געפרעגט, וז"ל: "א רבי וואס האט אסאך זוהן זאל מען נעמען אן איידעם לא ראינו דבר כזה בעולם?" - דער ענטפער דערויף איז - נישט אין סלאנים. אין סלאנים טרעפט מען זייער פיל אז די רבי'ס זענען נישט געווען דוקא קינדער פון די פריעדיגע רבי'ס. הגם עס האט זיך יא געהאלטן מער ווייניגער אין די משפחה, אבער דער יוצא מן הכלל איז געווען זייער פיל דארט. דער יסוד-העבודה'ס זוהן האט נישט איבערגענומען. נאכן קריג האט ר' מאטיל איבערגענומען די הנהגה, טראצדעם וואס ער איז נישט געווען קיין אייניקל, און זיינע קינדער האבן אים נישט איבערגענומען, נאר עס איז געווען וואלן, ווי איינע פון די קאנדידאטן איז גאר געווען ר' מטות לוריא (דוכט זיך - נישט זיכער). דעריבער איז נישט קיין חידוש פארוואס א זוהן האט נישט איבערגענומען. דוכט זיך אז נאך די פטירה פון נתיבות שלום איז געווען א קלער אז ר' חיים ווערנער זאל איבערנעמען די הנהגה (אויך נישט זיכער דערין). מאנכע האבן שפעקולירט צי ר' שמואל איז טאקע דער פאסיגער קאנדידאט דערצו, וויבאלד ער איז געווען א פארמאכטע מענטש און פארקערט פון זיין פאטער. ס'איז נישט אלעמאל געגאנגען פון פאטער צו קינד.
דער שווער פון דער סלאנימער רבי שליט"א איז טאקע געווען מיט די ווייסע, אבער ער איז נישט געווען קעגן זיין איידעם. זיי פלעגן קומען אויף שמחות און מיטהאלטן געהעריג. וואס דארט איז געווען, בין איך נישט באקאנט.
עד כאן לעת עתה.