בלאט 2 פון 3
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 11:23 am
דורך קאצקע ציקער
א באנדע בהמות
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 2:47 pm
דורך שרייבער
נעכטן נאכט ביים דינער אין קרית יואל האט דער נואם הכבוד דער לימנובער רב נאכגעזאגט א גוט ווארט וואס האדמו"ר מהר"א האט אים אמאל געזאגט אין א קעיס וואס האט זיך געהאנדלט מיט א אינגערמאן וואס האט איינגעמאכט מיט א באבא
כל המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחלה, המתפלל בעד חבירו, דער באבא וואס דאוונט פארן חבר, והוא, און דער באבא, צריך לאותו דבר, ד. מ. געלט ווי די גמרא רופט עס אן דבר ולא חצי דבר, הוא, דער באבא, נענה תחלה, ער ווערט זיכער געהאלפן, אבער דער נצרך ברויך נאך גרויס רחמי שמים
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 3:30 pm
דורך געפילטע פיש
זייער פאני, מ'קען חוזק מאכן פונעם באבא וואס רעדט איין מענטשען אז זיין ברכה איז ווערט עפעס... קשוט עמצך, דיין קוויטל געלט איז פונקט אזוי פאני.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 3:36 pm
דורך שרייבער
אנטשולדיגט איך האב נישט דערציילט די גאנצע מעשה, די תחלת המעשה איז געווען אז דער באבא האט געזאגט ער זעט א חרון אף אויף אים, און געבעטן 1000 דאלער, און יענער האט נישט געהאט, האט ער געזאגט ער קען צאלן מיט א ק"ק און פעימענטס, אבער ער זאל וויסן אויב צאלט ער פעימענטס וועט די חרון אף אראפגיין צוביסלעך, נאך יעדע פעימענט נאך אביסל.... (לאך נישט, אזוי האט דער לימנובער דערציילט איז געווען די מעשה)
די רבי'ס בעטן נישט פון קיינעם קיין געלט, זיי געזעגענען אפילו וועסט ברענגן א קוויטל אן געלט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 3:53 pm
דורך געפילטע פיש
אוודאי זענען די רבי'ס מער דיפלאמאטישער ווי די באבא'ס, זיי האבן מער טאקט און ווייסען בעסער וויאזוי ס'זאל נישט אויסזעהן ווי זיי זענען געלט גייציג, זיי האבן דאך דורות דורות טרעינינג, ביי נאו האבן זיי שוין ארויס די מעשה. קוק נאר אביסל די אלטע מעשיות ווען רבי'ס האבן צוגעזאגט ישועות נאר אויב מ'געט א גאנצע רובל, אדער ס'נישט קיין פארגלייך, ביי זיי איז עס געווען העכערע כוונות...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 2:15 am
דורך קאצקע ציקער
געפילטע פיש האט געשריבן:אוודאי זענען די רבי'ס מער דיפלאמאטישער ווי די באבא'ס, זיי האבן מער טאקט און ווייסען בעסער וויאזוי ס'זאל נישט אויסזעהן ווי זיי זענען געלט גייציג, זיי האבן דאך דורות דורות טרעינינג, ביי נאו האבן זיי שוין ארויס די מעשה. קוק נאר אביסל די אלטע מעשיות ווען רבי'ס האבן צוגעזאגט ישועות נאר אויב מ'געט א גאנצע רובל, אדער ס'נישט קיין פארגלייך, ביי זיי איז עס געווען העכערע כוונות...
יא ביי זיי איז עס געוועין העכערע כוונות!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:47 am
דורך געפילטע פיש
נו דאס זאג איך דאך!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 12:24 pm
דורך בעל הבית
וואס גייט דא פאר ביי הרב אפג'ין
איך זעי גאנץ נארמאלע מאנטשן לופין עם נאך , קען איינער די אינסייד
http://www.jdn.co.il/news/281582
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 12:48 am
דורך היימישער ליטוואק
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 11:30 am
דורך שמעקעדיג
Re: די סקעם פון סגולות און מופתים
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:47 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
פין א ׳עם סגולה׳ איז געווארן אן ׳עם סגולות׳...!
(משפחה מגזין בשם אפגין.)
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:56 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווער אביסעל אויף גערעגט צו זעהן דא לינקס צו אייועלט.
איך בין דא ווייל איך האב נישט ליב דארט
איך בין נישט דער מאן דאמר קעגן גרעסערע פון מיר, אבער ב״ה אז דא קען יעדער זאגן
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 9:07 pm
דורך שמעקעדיג
די עצה איז צו לערנען אגרת הרמב"ן יעדן טאג
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:די עצה איז צו לערנען אגרת הרמב"ן יעדן טאג
יעצט פיל איך מיר שוין ווי אין אייועלט
אזא ענטפער קומט פון זיך דרייען דארט צו סך, סאיז משפיע
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 2:44 am
דורך בעל מדות
א מעשה פלא, א געוואלדיגע קידוש שם שמים...
תל אביב - עס איז געווען א אנגעפאקטע פליגער פון תל אביב, די טירן פון די פליגער האט מען שוין געהאלטן ביים פארמאכן, ווען פלוצלינג שטעלט זיך אויף פון רייע 47 א ארטאדאקס חסידישע איד.
זיין זיץ איז געווען גלייך נעבן א פרוי, און בשום פנים ואופן איז ער נישט געווען גרייט צו זיצן נעבן איר פאר 11 שעה,
פון די פראנט ביז די בעק האט ער א יעדעם געפרעגט צו אפשר ווילן זיי טוישן זיצן, אבער ניין.... צו זיין אנטוישינג האט קיינער אויף די פליגער נישט געהאלטן ביים טוישן זיצן... די סטוירדס (stewards) אויפן פליגער האבן נאך א שטיק צייט אים געגעבן צוויי ברירות, אדער זעצט ער זיך אראפ און רוהט איין, אדער קען ער פארלאזן די פליגער,.
אראפשפאצירנדיג פון די פליגער, הערט ער פלוצלינג ווי פון א זיץ ווי עס זיצט א פארלוירענע און פארגרעבטע פרייע איד מיט די געשטריקטע פיר סלייסיגן קאפל אויפן קאפ, שרייט הויעך. "איך וועל טוישן מיט אייך צו יענעם זיץ" , מיט א אפענע וואונדער פרעגט ער אים, "פארוואס די ערשטע מאל האסטו נישט געוואלט טוישן און יעצט יא?"
ענטפערט דער פרייער איד:
"איך ווייס וויאזוי דעי זאכן גייען, (און ער איז מסביר,) די גייסט ארויס גיין יעצט פון די פליגער, און די פליגער וועט חס וחלילה קראכן, און די וועסט דערציילן די וועלט אז און דעם זכות ביזטו געראטעוועט געווארן, ממילא קום מיט מיט אינז, און אזוי וועט די פליגער נישט אראפקראכען " א געוואלדיגע השגה.....
**********
נאטיץ: קימט נישט ארגינעל פון מיר, איך האב עס פשוט אנגעטראפן און קאפי פעיסט.
די לייק קענסטו מיר סתם געבן פארן אינזין האבן קאווע שטיבל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 6:29 pm
דורך הוגה
א היכי תמצי פון אן איין-מאל-אין-פוציג-יאר (וי"א אכט און צוואנציג) געשעניש וואס פאסירט יערליך.
#עםחכםונבון
.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:55 pm
דורך [NAMELESS]
ער זאגט אז ס׳איז די ניינטע יאר, דאס קען נישט זיין יעדע יאר, שאלה בלייבט ניינטע יאר צו וואס, קען זיין ניין יאר פון ניין עלעווען (911) אדער פונעם ברך משה׳ס פטירה
Who knows#
אזוי קוקט אויס ווען ליטאים פראווען סגולות, מ׳דארף ווען שיקן דעם ווערעצקי׳ער זיי לערנען דעם פאך.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 8:29 pm
דורך הוגה
די פראבלעם איז אז פאר דריי יאר צוריק האט מען שוין פארקויפט דער סגולה, כמבואר בתחלת האשכול, און דעמאלטס האבן זיי געשריבן אז ס'געשעהט נאר איין מאל אין פופציג יאר.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 8:37 pm
דורך berlbalaguleh
איין זאך איז זיכער.קופת העיר זענען די טויגליכסטע שנארערס (נאך קארס פאר קידס, פארשטייצעך.) זיי קומען אויף מיט די מערסטע געניאלע איידיעס פון וואס דער עולם ווערט נתפעל. נאך מער פון כולל תהילים אדער כולל חצות. איך ווער נתפעל פאר זייערע חידושים...נאך איין זאך האבן זיי נישט געטון. זיך אפגעפיקטשערט מיט די אבות הקדושים. אברהם יצחק ויעקב. און אפשר מיט משה רבינו, ווי ער געט די לוחות ביים בארג סיני...ועוד חזון למועד...!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 10:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'ליגט מיר אין קאפ אז איך האב געזען פראפאגאנדא ערגעץ וועגען דער ענין פון זאגען תיקון חצות, ווי מ'וויינט מיט דער צער השכינה כביכול. און אלע שערי רחמים ווערען גע'עפענט צו הערען דער קומי רני בלילה. דעריבער קען מען באצאלען דער שרייבער מיט זיין כנופיא צו וויינען פאר דיר!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 9:17 am
דורך אישתישבי
פאריאר איז געוועהן די היינטיגע יאר ניינטע חודש ניינטע וכו'
היי יאר איז עס די צענטע יאר צענטע חודש וכו'.
קומט עס אויס עשרה בטבת, די צענטע שעה איז א גרויסע סגולה צו טרינקען צען גלעזלעך משקה, מיט צען שטיקלעך קעיק פין די צען לעיער קעיק. און נישט פארגעסען צו געבען צען קללות פאר קופת העיר.'
נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 12:11 pm
דורך הוגה
[justify]נתן סליפקין האט געפאוסט א
פרישע ארטיקל אויף דער נושא. בין הדברים אנטדעקט ער אז דאס איז שוין די
פערטע מאל אין די לעצטע זיבן יאר וואס קופת העיר אפפערט דער איין-מאל-אין-א-יובל געלעגנהייט. דערנאך ווייזט ער אויף אז די ברית מנוחה, אויף וואס דער סקעם איז באזירט, איז פארדרייט געווארן דורך די בעלי הקופה כפי אוות נפשם.
.[/justify]
נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 12:46 pm
דורך יעקב מענטש
צום עצם נושא.
די קאמערשעל סגולות מארקעט איז קלאר indefensible, אבער פון די אנדערע זייט ווערט שוין די קאנצעפט פון גיב-געלט-ווער-געהאלפן דערמאנט אין חז"ל, האומר סלע זו לצדקה האומר סלע זו לצדקה בשביל שיחיה בני הרי זו צדיק גמור.