בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 5:27 pm
דורך דעמאקראטיע
סתם א עקל אין א גרויל צו זעהן וויאזוי עטליכע מידיא נעצן קאווערן די קאנטער ראלי
פיקס 11 האט א קליפ פון בערך א מינוט 11 סעקונדן רעדט מען פון די 40 טויזענט באטייליגטע אין 50 סעקונדן רעדט מען פון די 15 פראטעסטירער משוגעים

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 5:37 pm
דורך יידל
דעמאקראטיע האט געשריבן:משוגעים

:?:

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 5:40 pm
דורך דעמאקראטיע
יידל האט געשריבן:
דעמאקראטיע האט געשריבן:משוגעים

:?:

סאררי גערעכט זיי זענען העכסט נארמאלע מענטשן :lol: :lol:

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:28 pm
דורך יידל
דעמאקראטיע האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
דעמאקראטיע האט געשריבן:משוגעים

:?:

סאררי גערעכט זיי זענען העכסט נארמאלע מענטשן :lol: :lol:

:דמיונות:

נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:41 pm
דורך געפילטע פיש
דעמאקראטיע האט געשריבן:סתם א עקל אין א גרויל צו זעהן וויאזוי עטליכע מידיא נעצן קאווערן די קאנטער ראלי
פיקס 11 האט א קליפ פון בערך א מינוט 11 סעקונדן רעדט מען פון די 40 טויזענט באטייליגטע אין 50 סעקונדן רעדט מען פון די 15 פראטעסטירער משוגעים

קאנטערווערסי מאכט אינטערעסאנטע נייעס, די זעלבע סיבה פארוואס זיי האבן געקאווערט די פערציג טויזענט באטייליגטע ביים כינוס און נישט די מיליאנען וואס האבן שפאצירט גימיטליך אויף די ניו יארקע גאסען.

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 2:10 pm
דורך דעמאקראטיע
איז ביי זיי נישט גענוג קאנטראווערשל אז פופציג טויזענט מענטשן קומען פראטעסטירן קעגן די אינטערנעט? דאס איז געווען זייער העדליין כדי צו ציען די ליסענערס
אין ווען מען קוקט די קליפ באריכטן זיי פון עפעס א פאשרטונקענעם קאנטער ראלי

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 2:16 pm
דורך זר זהב
שולדיג אין דעים זענען די ארגאנאזירער פאר'ן נישט אריינלאזן די מידיא אינעם סטאדיום. ראנג איידיע, סאררי.

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 1:12 am
דורך געפילטע פיש
שלום דין איז מלקט די שמועסערייען ציווישן די פראטעסטירער און די אסיפה גייער.
www.unpious.com/2012/05/overheard-at-the-asifa-protest-quotes-moments-vignettes/

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 9:47 am
דורך בן תמליון
געפילטע פיש האט געשריבן:שלום דין איז מלקט די שמועסערייען ציווישן די פראטעסטירער און די אסיפה גייער.
www.unpious.com/2012/05/overheard-at-the-asifa-protest-quotes-moments-vignettes/

קען איינער פארציילן מער איבער דעם פארשוין דין מיט זיין גאנצן Unpious אפאראט? וואס איז זיין ציל דא צו שמד'ן כלל ישראל? כ'הער ער'ט איבערגעלאזט זיין גאנצע האב און גוטס, פרנסה, ווייב קינדער אין סקווער צו זיכן גליקן אינדרויסן אבער איז היינט היימלאז פרוטה'לאז און א שיכור. נא האט ער חשק מיר זאלן אלע איהם נאכטוהן. קומט ער פראטעסטירן אז מיר זענען מאלעסטערס ער'ט אבער געלאזט זיינע קינדער הפקר צו די מאלעסטישע חיות אנשטאט בלייבן און זיי פראטעקטירן.

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 5:18 pm
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:

שוין יארן נישט געליינט אזא כשר'ן עד האמינעם, רעד הערינג, בת היענה שפראך, און מקוה אובער-אינטעלעגענציע - געפלאכטן אדנירם.

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 5:19 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:שולדיג אין דעים זענען די ארגאנאזירער פאר'ן נישט אריינלאזן די מידיא אינעם סטאדיום. ראנג איידיע, סאררי.

הרב וואקסמאן האט גערעדט צו די מידיע!! דאס מיינט אז זיי האבען זיך פארגעשטעלט אז די מידיע וועט זיך למעשה אריינכאפן אין די סטעידיאם. אויב אזוי פארוואס האט אויסגעפעלט זיי צו מאכען פילן ווי זיי זענען נישט וועלקאם??

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 10:24 am
דורך בן תמליון
יואליש האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:שלום דין איז מלקט די שמועסערייען ציווישן די פראטעסטירער און די אסיפה גייער.
www.unpious.com/2012/05/overheard-at-the-asifa-protest-quotes-moments-vignettes/

קען איינער פארציילן מער איבער דעם פארשוין דין מיט זיין גאנצן Unpious אפאראט? וואס איז זיין ציל דא צו שמד'ן כלל ישראל? כ'הער ער'ט איבערגעלאזט זיין גאנצע האב און גוטס, פרנסה, ווייב קינדער אין סקווער צו זיכן גליקן אינדרויסן אבער איז היינט היימלאז פרוטה'לאז און א שיכור. נא האט ער חשק מיר זאלן אלע איהם נאכטוהן. קומט ער פראטעסטירן אז מיר זענען מאלעסטערס ער'ט אבער געלאזט זיינע קינדער הפקר צו די מאלעסטישע חיות אנשטאט בלייבן און זיי פראטעקטירן.

שוין יארן נישט געליינט אזא כשר'ן עד האמינעם, רעד הערינג, בת היענה שפראך, און מקוה אובער-אינטעלעגענציע - געפלאכטן אדנירם.

כשר'ן עד האמינעם, רעד הערינג, בת היענה שפראך, מקוה אובער- אינטעליגענציע, געפלאכטן אדנירם. א שאד איר האט געשטעלט דעם פלוס פון פערל-רייד אונזער ווערטער אוצר וואלט געווארן רייכער עטוואס מערׁ :P
גראדע האב איך יא חשק צו פארפירן א שמועס איבער'ן דערמאנטן פערזאן, ס'קוקט אויס ער'ז דער דע-פאקטא פירער פון דעם OTD געמיינדע. וואלט געווען וויכטיק צו וויסן די קוואליטעטן פונם צד שכנגד. בכלל איז א חידוש דער מאן האט קוואליפיקאציעס ווי עס האט באוויזן זיין חאסידיק רעבעל בלאג, דאך האט ער עס נישט געמאכט אינדרויסן. זאגט דאס אז א געוועזענער חסיד האט נישט קיין שאנס אינדרויסן?

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 7:18 am
דורך אשכולות אויפוועקער
אויך די יארטאג