בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 11:53 am
דורך אביגדור
מהיכי תיתי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 11:23 pm
דורך היימישער ליטוואק
מאראנצןזאפט האט געשריבן:.

3. די סאטמארע קהילה, די אמעריקאנע רעגירונג, דער באבובע רב זענען אלע גרייזיג. ווען מ'נוצט א שטאט אדער לאנד פאר דיסקריפציע ענדיגט מען אלעמאל מיט א רי"ש, אפילו ווען מ'רעדט פון א פרוי אדער לשון נקיבה, צ"ב: די קלויזנבורגער רעבעצין, און אפילו ביי א לשון רבים צ"ב: בעלזער חסידים.
דער פיטסבורגער ניגון, די אמעריקאנער קאנגרעס, די רוסישער פארלימענט, ארשיווער רב, חאצאצקער רעביצין, שפיטיווקער קהילה. א.א.וו.
איי וועט יואב פרעג מייחע טייסע? דער תירוץ: ווילט איר הערן די מעשה אדער ווילט איר זיך מתווכח זיין!

דער תירוץ איז, ווייל א שטאט איז לשון נקבה. וזה פשוט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 9:24 pm
דורך מאראנצןזאפט
9. אין אן אויוון באקט מען קוכן. דארט אויבן איז די הענטעלע צו לייקן תגובות פון ראשעקאל.
10. איך האב געזוכט די צען ברעקלעך. מאטי שטיינמעץ האט א שיין געזיכט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 9:29 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מאראנצןזאפט האט געשריבן:מאטי שטיינמעץ האט א שיין געזיכט.

האסט שוין געשטימט?
viewtopic.php?f=24&t=5302

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 3:34 pm
דורך מאראנצןזאפט
10. איך לאדן אייך צו א קומזיץ.
א איד דארף לויבן אין פריידן און ליידן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 4:10 pm
דורך געפילטע פיש
מאראנצןזאפט האט געשריבן:10. איך לאדן אייך צו א קומזיץ.
א איד דארף לויבן אין פריידן און ליידן.

גיי ביטע צום וואגן און לאדן איר אן.
קוקט אויפן פענסטער, די (דער?) לאדן איז צובראכן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 4:23 pm
דורך ממרום שלח אש
אכתוב טעם נכון מה שנלע"ד בענין "צו" ו"צע" וונפק"מ שיוצא מזה למעשה.

ווען מען לייגט צו א "צו" פארענט פון א ווארט איז עס נישט פאר שיינקייט אדער ליידיגיין, עס איז בכונה תחילה ווייל עס פעלט זיך אויס א "צו" דהיינו חיבור. געקומען מיינט געקומען, צוגעקומען מיינט איינער וואס קומט "צו" עפעס לדוגמה "פלוני איז צוגעקומען צו מיר" וזה פשוט.

ווען צוויי אירע קריגן זיך, זענען זיי "צעקריגט" עס איז נישט קיין חיבור, עס איז א פירוד, ממילא נוצט מען "צע", ולפי"ז דארף מען שרייבן "צעגאנגען" "צעריסן"

די פראגע איז ביי פארווע ווערטער, וויזוי שרייבט מען "צובייזערט", "צולאכט", לויט ראטה איז דאס אויך מיט א ו'

אבער וואס וועט זיין מיט "צודרייט" ווענדט זיך, אויב די נערוון איז אים געווארן שטארק איינגעדרייט, שרייבט מען "צודרייט" אויב איז עס געווארן אויפגעראלט, לויז, שרייבט מען "צעדרייט"

ואם שגיתי איתי תלין משוגתי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:11 am
דורך מאראנצןזאפט
11. קאווע טרינקער האט נישט משנה געווען קיין זיז כל שהוא דעם פרייטאג צונאכטס.
זוז איז א געוויסע סארט איר אלטע סכום /מטבע.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:30 am
דורך שמעקעדיג
מאראנצןזאפט האט געשריבן:זוז איז א געוויסע סארט איר אלטע סכום /מטבע.

איר אלטע?

12. כפה פרשה לעני. איר האנט שטרעקט זי אויס פארן ארעמאן.
זוז איז אן אור-אלטע מטבע.

(איך ווייס נישט די מקור פון דעם ווארט אור. אוהר מיינט שעות אויף דייטש?)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:32 am
דורך קאווע טרינקער
13. פרייטאג צו נאכטס איז די סעודה פליישיג, מען טרינקט נישט קיין קאווע.
קאווע טרינקער איז א ניק פון א שרייבער אין קאווע שטיבל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:49 am
דורך מאראנצןזאפט
:like שמעק
אלטע איז אויך גרייזיג און סוואלט געדארפט שטיין אלטער.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 9:44 am
דורך פישלע העררינג
די רי"ש קומט נישט אריין צו מטבע - א לשון נקבה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:49 pm
דורך מאראנצןזאפט
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן::like שמעק
אלטע איז אויך גרייזיג און סוואלט געדארפט שטיין אלטער.

די רי"ש קומט נישט אריין.

שטייט דאך סכום קודם און סכום איז א לשון זכר.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:22 pm
דורך שמעקעדיג
גערעכט, אבער איך האב געשריבן "מטבע", און נישט סכום.
מטבע קומט אנעם ר', סכום ווארשיינליך מיטן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:25 pm
דורך מאראנצןזאפט
שמעקעדיג האט געשריבן:גערעכט, אבער איך האב געשריבן "מטבע", און נישט סכום.
מטבע קומט אנעם ר', סכום ווארשיינליך מיטן.

איך האב געמיינט צו זאגן אז איך בין גרייזיג.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:44 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:12. כפה פרשה לעני. איר האנט שטרעקט זי אויס פארן ארעמאן.

כפה איז די האנט-פלאך, אדער דלאָניע. הגם איך זעה אז קינג דזשעמס טייטשט יא איבער כפה צו her hand.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:58 pm
דורך שמעקעדיג
אודאי אזוי, כף היד, אבער די פשט איז איר האנט.
די האנט פלאך איז אנגעפילט מיט עפעס וואס קען זעטיגן דעם ארימאן,
עס איז פשוט אן אנדער מליצה אויסדרוק ווי דעם צווייטן העלפט פסוק, וידיה שלחה לאביון, ביידע מיינען די זעלבע.

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 2:43 pm
דורך מאראנצןזאפט
13. כדי און כדאי זענען צוויי אנדערע ווערטער.
[tag]יואב[/tag]

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 2:52 pm
דורך שמעקעדיג
כדי - So
כדאי - Worthwhile

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 3:11 pm
דורך יואב
מאראנצןזאפט האט געשריבן:13. כדי און כדאי זענען צוויי אנדערע ווערטער.
[tag]יואב[/tag]

און? וואסי פשט פון טעגן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 12:40 pm
דורך מאראנצןזאפט
14. אויכעט איז נישט קיין ווארט, און שניידט דאס ביטע ארויס פון אייער שריפטליכן לעקסיקאן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 12:48 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'איז יא א ווארט, מ'נוצט עס און דו ווייסט וואס ס'מיינט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 12:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווי ניי דארף א ווארט זיין, אז ס'זאל נישט הייסן א ווארט?