בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 5:17 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:דו זוכסט א בוך אין א חרדי'שע גייסט? אויב יא קענסטו פרובירן ר' אביגדור מילער. עס איז אויך דא א בוך דורך איינעם יוסף אייזן וואס גייט דורך די גאנצע היסטאריע פון כלל ישראל פון אנהויב ביז'ן סוף אין קלארע קורצע ווערטער.
אויב דו ווילסט א פשוט'ע סעקולערע בוך, קענסטו דאס טרעפן אין סיי וועלכע אידישע היסטאריע בוך ווי פון גרעץ, סאלא באראן, פאול דזשאנסאן, מאקס דימאנט וכו'. גיב נאר א סוירטש אויף גוגל.
יאיר: (אויב ד לעבסט נאך. אפשר אין אן אנדער'ן גילגול.). איך האב געליינט מאקס דימאנט'ס ביכער. ער באשרייבט טאקע גאנץ גוט דיהיסטאריע. אבער ער לייגט צו זיין אייגענעם רעפארמיסטישן, אטעאיסטישן ספין...!
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 6:11 pm
דורך פלאוויוס
בן חכמוני האט געשריבן:הגם דעם ספר זעה איך נישט, זעה איך אז דער מחבר האט אנדערע זאפטיגע ספרים איבער די נושא אויך. יישר כח פאר זיין נאמען.
זוך אין ארץ-ישראל'דיגע וועבזייטלעך וואו ס'ווערן פארקויפט צווייט-האנטיגע ספרים. אדער מאך א באזוך אין א אידישער ביבליאטעק, א היכל מנחם א.ד.ג.
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:10 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מקטוביץ עד ה׳ אייר איז זיכער נישט וואס בן חכמוני האט געוואלט, אפילו ווען ס׳איז קראנט.
פארוואס נישט? ער האט געבעטן דאס:
בן חכמוני האט געשריבן: .
ספעציפיש בין איך נייגעריג איבער די חסידישע התנגדות צו די חובבי ציון און איבער די אריבערגאנג פונעם רעיון צו א נאציאנאלע רעיון, און די אגודה והמסתעף.
בתודה מראש.
די צווייטע האלב מקטוביץ רעדט טאקע פון דעם.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די פראבלעם מיט די בוך, לדעתי, איז אז ער איז א חרדישער וואס זוכט צו שרייבען אלץ מדען. ער טאנצט אהין און צוריק פון באשטעטיגטע פאפירען צו באקאנטע עובדות. ער נוצט אלץ ראיה זאכען וואס וואלטען קיינמאל נישט געווען קיין ראיה צווישען מענטשען וואס פארשטייען די סיסטעם, נאר ווייל ס׳שטימט מיט איהם. זיין פרק אויף דער חזון איש איז לוקה בחסר אויף אן אויסנאמליכע אופן, וואס טוט זיך נישט וויסענדיג מאכען פון א שלל פון עדות׳ן און בריווען.
זאל ער האבען א ליכטיגער ג"ע, אבער אויפריכטיגקייט איז נישט זיין מעלה געווען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אויפן ערשטן העלפט קען איך הערן די טענות, דארטן קומט ער אויפווייזן אז די אגודה עסקנים האבן זיך נישט גערעכנט געהעריג מיט זייערע רבנים, איך קען הערן אז ער דרייט אלעס לויט זיין אגענדע.
אבער אויב לייגט מען נישט אראפ דעם בוך בעפאר מען האט איהם געענדיגט דורכלייענען קומט מען אן צו זיין צווייטע נושא, נעמליך די יחס פון די גדולי האגודה צו בנין הארץ, איך זעה נישט וואו ער זאל האבן דארט אן אגענדע, אלזא פארוואס איז ער נישט קראנט דארט?
Re: ביכער איבער יודישע היסטאריע
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וועל עס מוזען איבער ליינען צו ברענגען די מקורות פון מיין טענות. איך האב עס דאס לעצטע מאל געליינט אין תשס"ב און דאס איז געווען מיין איינדרוק.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:29 pm
דורך בן חכמוני
איך זוך א קאמפריהענסיוו, ערנסטע היסטארישע בוך איבער די היסטאריע פון השכלה און די שיטות פון אלע רבנים פארמישט אנגעהויבן פון מענדלסאן ביזן ערשטע וועלט קריג.
אויך זוך איך אן ענליכע בוך מיט א focus אויף די אונגארישע רבנים. זייער צוגאנג, וויאזוי די שטעט האבן אויסגעזעהן פארן אנקום פון השכלה, נאכדעם, און וואס עס האט פאסירט נאכן טיילונג מיט די שטעט.
מיט ׳קאמפריהענסיוו׳ מיין איך אז עס זאל דירעקט נישט זיין א בוק איבער בלויז איין פערזענליכקייט, ווי א בוך בלויז אויף מענדלסאן אדער רשר״ה.
מיט ׳ערנסט׳ מיין איך אז עס זאל געשריבן דורך א געלערענטע, אבדזשאקטיווע היסטאריקער.
יישר כח פון פראנאויס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 9:57 pm
דורך [NAMELESS]
זעה דא ביים אפטיילונג "לקריאה נוספת"
https://he.m.wikipedia.org/wiki/תנועת_ההשכלה_היהודית
בנוגע אונגארן איז דא די בוך "הקרע שלא נתאחה" פון יעקב כ"ץ, מען קען דאס באשטעלן ביי די וועבסייט פון מרכז זלמן שזר.
בכלל, אין די נושא פון היימישע היסטאריע האט די פאבלישינג פון מרכז שזר די בעסטע בוכער, אלעס צו באשטעלן אויף זייער סייט, פלאטשקע אביסל דארט, וועסטו טרעפן א סך גוטע זאכן. צווישן אנדערע אביסל מער ספעציפישע בוכער אויף די ברייטע נושא וואס דו זוכסט, צב"ש איבער השכלה אין גאליציע און די התמודדות החרדים איז דא "הרב והעיר הגדולה" פון חיים גרטנר, זייער אינטערעסאנט (עכ"פ פאר מיר).
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:10 pm
דורך בן חכמוני
א גרויסע שכח. זאלסטו זיין געבענטשט.