בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 12:13 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אפטעמיסט האט געשריבן: אפשר זאל [tag]הוגה[/tag] נעמען א סורוועי ווי סאך ארדערס זענען אדורך און ווי פיל נישט. :lol:

קענסט אפשר מסביר זיין די געלוגענע וויץ? א אפטעמיסט א לץ

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 2:47 pm
דורך קרעמער1
אפטעמיסט האט געשריבן:איך בין גראדע מודה צו דיר [tag]געפילטע פיש[/tag] אז סאיז נישט מענטשליך צו אויסניצן אן אומשולדיגן פארקויפער און זיך ארויף כאפן אויף זיין טעות. אבער פארוואס זעהט מען אין די תורה אז טעות עכו"ם מותר? די תורה איז דאך דרכיה דרכי נועם און איז פארט מתיר א טעות. אפשר רעד די תורה נאר פון אן אופן וואו דער מוכר וועט נישט כאפן אז ער האט זיך טועה געוועהן און פארלוירן געלט, אבער כמיין די תורה מאכט נישט קיין חילוק.

פונעם רמב" ם איז קלאר משמע אז אויב דער גוי וועט זיך כאפן איז עס יא אסור. ווייל טעות עכו"ם איז נאר מותר ווייל ער ווייסט נישט, ממילא איז עס אזוי ווי "אבידת עכו"ם" וואס מע איז נישט מחויב אפצוגעבן.

עיין רמב"ם הלכות גזילה ואבידה פרק יא הלכה ד וה
http://he.wikisource.org/wiki/%D7%A8%D7 ... %90_%D7%93

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 2:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טעות עכום איז נאר מותר נאכדעם וואס מ'האט עס באקומען, נישט אז מ'מעג עס נעמען על סמך דער טעות וואס ער האט געמאכט, וע''ז נאמר אסור להטעותו. אחוץ דעם איז דא ועשית הישר והטוב, וואס דער רמבן ערקלערט אז ס'מיינט מ'זאל טוהן ביזנעס אין אן אופן וואס איז גוט פאר יעדער איינער, נישט געי''מען דע סיסטע''ם. 

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 7:50 pm
דורך אפטעמיסט
ס'איז יעצט דא געלעקסי סמארטפאונס פאר בלויז $20 א שטיקל!
רבותי, כאפטס מציאות!
http://forums.dansdeals.com/index.php?topic=38276.0

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:10 pm
דורך שטילע אינגערמאן
איך בין גרייט זיך צו בעטען אז מ'כאפט נישט קיין מציאות נאר מ'כאפט קאפ-ווי
ס"ה גייט שטיין אויף דיין קרעדיט קארד סטעיטמענט 20 דולר גענוצט פעברואר 9 אין צוואנציג דולר צירוק פעברואר 13.
אין היינט וועסטו באקומען א אי'מעיל פון איבעי אז האסט געקויפט אין אפאר טעג ארום אז האסט צירוק באקומען דיין געלט
טאמער ווילסטו אנפילן דיין אינבאקס איז א גוטע עצה צו קליקען אויף די אויבענ-דערמאנטע לינק.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
אמת אבער איך האב דאך געקויפט פאר די קליינע טשענס

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:18 pm
דורך אפטעמיסט
בין איך משוגע פאר'ן נישט צאלן דורך פעיפעל? כ'האב אריינגעלייגט מיין קרעדיט קארד, כ'האב געטון א טעות?

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:20 pm
דורך שטילע אינגערמאן
די זעלבע טשענס אז גייסט געווינען די לאטערי. אז איינער קויפסט די לאטערי קען ער קויפן דאס.
אפאר נפק"מ. לאטרי חלומט מען גרויס. לאטערי קאסט געלט. לאטערי נעמט אויף פלאץ אין טאש משא"כ דא
בד"וו כ'האב אויך געקויפט. לאל

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:21 pm
דורך אפטעמיסט
סתם נייגעריג, וויפיל האט דער עולם געקויפט? איך האב געקויפט צוויי- איינס פאר מיך און איינס פאר מיין פרוי.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:22 pm
דורך ברעט מענינג
געקויפט צווי שטיקלעך די בלויע געלעקסי גייט נאך אן

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:27 pm
דורך שטילע אינגערמאן
א לבן הארמי דער איינער
http://cgi.ebay.com/ws/eBayISAPI.dll?Vi ... 1113328238

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:29 pm
דורך איך אויך
דאס פארט היינט ארום אויף אלע וואטסאפס ,געדענקט די לאזונג 'א סאקער ווערט געבוירן איעדע מינוט'. דער כינעזער האט נאך אין זיין לעבן נישט געמאכט אזויפיל גרינג געלט אין איין טאג.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:40 pm
דורך ברעט מענינג
סע האט זיך גענדיגט!
וואס מיר זאגן אז איין טאג וועל איך זען א בלויע געלעקסי מיט א נאוט 2 ביי מיין טיר?

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 12:02 pm
דורך ברעט מענינג
היינט זעי איך דאס

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:29 pm
דורך ברעט מענינג
יעצט באקומען אויף אימעיל

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:35 pm
דורך לעמיל
אפטעמיסט האט געשריבן:סתם נייגעריג, וויפיל האט דער עולם געקויפט? איך האב געקויפט צוויי- איינס פאר מיך און איינס פאר מיין פרוי.

מ'האט נישט געקענט קויפען מער ווי דריי אויף א מאל

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 2:06 pm
דורך diff
איך אויך האט געשריבן:דאס פארט היינט ארום אויף אלע וואטסאפס ,געדענקט די לאזונג 'א סאקער ווערט געבוירן איעדע מינוט'. דער כינעזער האט נאך אין זיין לעבן נישט געמאכט אזויפיל גרינג געלט אין איין טאג.

געדענקט די לאזונג 'א סאקער ווערט געבוירן איעדע מינוט און יעדער שעה פיגורט א חאזער

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:25 pm
דורך שטילע אינגערמאן
נו? די עולם טראכט נאך פון באקומען הייסע געלעקסי'ס אויפן פאסט? :D

ערענסט גערעדט. האט שוין איינער געפענט א קאמפלעין? האט איינער שוין צירוק געזעהן זיין געלט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:34 pm
דורך אלס ווייסער
איך שטיי און איך ווארט ביי מיין טיר אויף די ווארעמע גרופע פון פלאנעטן, דערווייל קוקט נישט אויס ווי זיי וועלן אזוי שנעל קומען

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:01 am
דורך ברעט מענינג
זיי האבן געזאגט אז מען זאל ווארטען 10 טאג