בלאט 2 פון 4

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 8:33 pm
דורך דעת תורה
עס איז צוויי נקודות, דער חלק פון "פארוואס" מ'האט קובע געווען צו צינדן ליכט, און נאכדעם איז דא א משמעות פון פארשידענע היסטארישע מקורות וואס ווייסן בכלל נישט פון קיין ליכט געצינדעריי. די ערשטע נקודה איז שיין באהאנדלט געווארן אנפאנג אשכול, ממי האט זיך באצויגן צו די צווייטע נקודה.

מיר איז שטארק מסתבר אז בהיות דער נס האט דאך שוין פאסירט בערך בתחילת תקופת הצדוקים, איז שטארק מעגליך אז די צדוקים און אנדערע כיתות האבן בכלל נישט מקבל געווען די הנהגות פון די פרושים. און מאן יימר אז דער ספר מכבים איז פון א פרושי'ער מקור? (יוסיפון איז כמדומה יא געווען פון די פרושים, שטימט עס נישט אינגאנצן). מילא האבן זיי טאקע מסתמא נישט געצינדן קיין ליכט. און דערפאר פארנעפלען זיי עס מיט א "חג האורות" נאמען. -

דער עצם יו"ט און פייערונגען האבן זיי אוודאי יא געהאלטן, ווייל דאס איז דאך ווי אויבן געברענגט געווען די יום העצמאות פון די מלכות חשמונאים, אין גרויסן טייל געשוואוירענע צדוקים, מילא דער עצם יו"ט איז נישט נתבטל געווארן אפילו ביי די צדוקים. (וברוח זה, יתכן אז די חכמים האבן אין די שפעטערע תקופות פון רייבערייען מיט די צדוק'ישע מלכי חשמונאי, דוקא ממעט געווען בסעודה ושמחה און אריבער געשיפט דעם גאנצן ענין צו מער א רוחניות'דיגן יו"ט פון להודות ולהלל ולהדליק נרות, להוציא מליבם פון די קעניגליכע פייערונגען).

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 8:47 pm
דורך לעיקוואד
בספר חסדי אבות לחתן הג"ר יהושע מקוטנא שנדפס בסוף ספרו יכין דעת סימן י"ז דייק מהגמרא והרמב"ם שהדלקת הנרות בחנוכה הוא תקנה מאוחרת אחר החורבן, ועי' מועדים וזמנים שדיבר בזה ואינו לפני כרגע.
וכעת מצאתי כאן שדיברו בזה מעט http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... um_id=1364

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 8:55 pm
דורך לעיקוואד
אגב, הערטס א שיינע מעשה וואס אידען האבען געטוען בימי החנוכה הקדושים לוחם זיי מיט די קליפות בזמן שבית המקדש היה קיים. נלקח מספר עתיק
כב וַיְהִי בִּימֵי הַחֲנֻכָּה בִּימֵי הַחֹרֶף בִּירוּשָׁלָיִם׃
כג וַיִּתְהַלֵּ יֵשׁוּעַ בְּבֵית הַמִּקְדָּשׁ בְּאוּלָם שְׁמֹה׃
כד וַיָּסֹבּוּ אֹתוֹ הַיְהוּדִים וַיֹּאמְרוּ עַד־אָנָה תִמְשְׁכֵנוּ בְנַפְשֵׁנוּ אִם־אַתָּה הוּא הַמָּשִׁיחַ הַגֶּד־לָנוּ לְעֵין הַשָּׁמֶשׁ׃
כה וַיַּעַן אֹתָם יֵשׁוּעַ הֵן הִגַּדְתִּי לָכֶם וְא הֶאֱמַנְתֶּם בִּי הַמַּעֲשִׂים אֲשֶׁר־אֲנִי עֹשֶׂה בְּשֵׁם אָבִי הֵם לִי לְעֵדוּת׃
כו רַק אַתֶּם א תַאֲמִינוּ כִּי א מִצֹּאנִי אַתֶּם כַּאֲשֶׁר אָמַרְתִּי לָכֶם׃
כז צֹאנִי שֹׁמְעוֹת אֶת־קֹלִי וַאֲנִי יֹדֵעַ אֹתָן וְהֵנָּה הֹלְכוֹת אַחֲרָי׃
כח וְחַיֵּי עוֹלָם אֶתֵּן לָהֶן א תֹאבַדְנָה לָנֶצַח וְא יַחֲטֹף אֹתָן אִישׁ מִיָּדִי׃
כט אָבִי אֲשֶׁר נְתָנָן לִי אַדִּיר הוּא מִכֹּל וְאֵין אִישׁ אֲשֶׁר־יוּכַל לַחֲטֹף אֶתְהֶן מִיַּד הָאָב׃
ל וַאֲנִי וְהָאָב אֶחָד׃
לא וַיּוֹסִיפוּ הַיְּהוּדִים וַיִּשְׂאוּ אֲבָנִים לְסָקְלוֹ׃
לב וַיַּעַן אֹתָם יֵשׁוּעַ הֵן מַעֲשִׂים רַבִּים טוֹבִים הֶרְאֵיתִי לָכֶם מֵאֵת הָאָב עַל־אֵי־זֶה מִן־הַמַּעֲשִׂים הָאֵלֶּה תִּסְקְלֻנִי׃
לג וַיַּעֲנוּ אֹתוֹ הַיְּהוּדִים לֵאמֹר עַל־מַעֲשֶׂה טוֹב א נִסְקְלֶ כִּי אִם־עַל־חִלּוּל הַשֵּׁם בַּאֲשֶׁר כִּי אָדָם אַתָּה וְהִנְּ אֹמֵר לְנַפְשְׁ אֱהִים אָתָּה׃
לד וַיַּעַן אֹתָם יֵשׁוּעַ הֲא כָתוּב בְּתוֹרַתְכֶם אֲנִי אָמַרְתִּי אֱהִים אַתֶּם׃
לה וְעַתָּה אִם־אֲנָשִׁים נִקְרְאוּ אֱהִים אֲשֶׁר תּוֹרַת הָאֱהִים אִתָּם וּדְבַר הַכָּתוּב אֵין לְהָשִׁיב׃
לו אֵי תֹּאמְרוּן עַל־זֶה אֲשֶׁר קִדְּשׁוֹ הָאָב וַיִּשְׁלָחֵהוּ בָאָרֶץ מְגַדֵּף אָתָּה יַעַן אָמַרְתִּי בֶּן־הָאֱהִים אָנִי׃
לז אִם־א עָשִׂיתִי אֶת־מַעֲשֵׂי אָבִי א תַאֲמִינוּ לִי׃
לח וְאִם־עֲשִׂיתִים אַף כִּי א־אֲבִיתֶם לְהַאֲמִין בִּי הַאֲמִינוּ בְּמַעֲשֵׂי יָדָי לְמַעַן תֵּדְעוּ וְתַאֲמִינוּ כִּי הָאָב בִּי וַאֲנִי בָּאָב׃
לט וַיּוֹסִיפוּ וַיְבַקְשׁוּ לְתָפְשׂוֹ אַ הוּא נִמְלַט מִיָּדָם׃

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:04 pm
דורך [NAMELESS]
השתגעת? להביא ציטוט מספר ברית החדשה מאותו האיש יש"ו? אין גבולות? אתמהה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:08 pm
דורך לעיקוואד
כבר נידון בזה פעם בשטיבלנו ובורר שאין בזה שגעון כלל והובאו לזה סימוכין ממנהג גדולי ישראל שציטטו ממנו.
ועכ"פ רציתי רק להביא מקור חיצוני לחג החנוכה בזמן הבית, ומה שקרה אז על פי הסיפור הזה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:11 pm
דורך דעת תורה
סתם להעיר, דא איז א אידישע (נישט קריסטליכע) פארום.

לגוף הענין, ווי קען זיין אז ב"ש און ב"ה האבן זיך געקריגט וויפיל נרות צו צינדן אויב בימיהם איז נאך בכלל קיין ליכט נישט געווען?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:14 pm
דורך לעיקוואד
ב"ש וב"ה זענען געווען נאך די תקנה.
וועגן דער נקודה רעדט מען, עי' בדברי הרב מיכי בעצכח שלינקקתי. מ'פראבירט פון די מחלוקת גופא מוכיח זיין שבימיהם התחדש ההדלקה שאל"כ קשה אין בזמן קצר נשכח סדר ההדלקה. הגם שי"ל שמקודם לא היה קפידא באיזה אופן להדר, או שההידור הוא שנתקן אז ולא עצם ההדלקה.

אמת שבכל זה אין דברים ברורים ובכלל יש מעט מקורות והכל נסמך על דיוקי דיוקים שקשה לומר שמראים משהו בבירור. איך האב בעיקר געוואלט צובערנגען אז דער געדאנק אז די הדלקה האט מען נישט מתקן געווען גלייך האט היימישע ערליכע מקורות געבויט נאר אויף מקורות הסוגיות און מען דארף נישט וועגן דעם אנקומען צו דברים חיצוניים.

ממי און זיין ווענדעטע קעגן יוסיפון

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:15 pm
דורך יאסל ראקאווער
אויב ס'איז דא איין היסטאריקעל ספר וואס רעפעזענטירט די פרושים איז עס מכבי 2.
און די שרייבער איז לכאורה מאטיוועטאד געווארן צו שרייבן זיין ספר אלץ א פלאטפורם פאר זיין אנטי צדוקי אגענדע אויף אזוינע דעליקאטע מקצועת ווי תחיית המתים און תקנת חכמים.

געלעבט האט ער עטליעסט הונדערט יאר פאר שמאי. במילא, נישט ווי די מסלף יוסיפון, וואס אגב יוסיפון פארציילט מיט שטאלץ זיינע שטיק און טריקס וויאזוי ער האט ארום מענווערט און זיין קאריער.

נישט ווי יוסיפון, שרייבט מכבי 2, כמין ימא לטיגנא, בימי חשמונאים, קלאר די סיבה פאר די חג מיט אלע דיטאלען. וואס איז דא זיך צו דינגען?

ס'איז ראמאנטיש צו טראכטען אז די זקן שמאי האט געפראוועט א חנוכה לעכט ווי זיידעלע קרעטשניף אבער די בית שמאי איז א קאלעקטיוו טשולענט טאפ וואס האט ג'זאמעלט און עקיומעלעטעד שיטות איבער 100-200 יאר. ס'איז כמעט ווי איינער זאל זאגן ביי חסידים האט מען זיך געפירט צו טאנצען שבת און ביי ליטווישע נישט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:23 pm
דורך דעת תורה
לעיקוואד, דו שרייבסט דאך אז די תקנה איז געווען נאכן חורבן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:27 pm
דורך לעיקוואד
ומתי היו ב"ש וב"ה?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 10:46 pm
דורך [NAMELESS]
יוסל, בנוגע אז מקבים איז די איינציגסטע מקור פון היסטאריע לטובת די פרושים, וואס טוט זיך מיט די גמרא? אזוי ווייט נישט נאמן ביי דיר?

און בנוגע די יארן, שמאי האט געלעבט עטליכע הונדערט יאר שפעטער? א נייע מעשה? אפשר הונדערט יאר, אפשר, מער צו 50 יאר. שמאי איז געבוירן געווארן סוף אדער אינמיטן פון ג אלפים תק, און מקבים איז געשריבן געווארן אנפאנג תק

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
פאר די אלע וואס ווילן דעבאטירן יוסיפון. דא איז די פלאץ דערפאר.

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=66337#p66337

אגב, היינט איז א יאר פון ווען איך האב דאס געשריבן, און עס איז געווארן א יאר פון מיין שרייבן דא. מזל טוב. סגירת מעגל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 11:08 pm
דורך דעת תורה
לעיקוואוד, ב"ש וב"ה היו לפני החורבן.(כמובא לעיל, תקופתם נתמשך יותר ממאה שנה. אבל לאחר החורבן כמדומה שלא היו עוד. ר"א ששמותי היה - לחד דעה פירושו מבית שמאי - היה עוד קודם החורבן בירושלים תלמידו של ריב"ז). כ"ז בדיתי מליבי כן הוא ההתרשמות שלי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 11:13 pm
דורך נולד מאוחר
כפארשטיי נישט דאס איז יעדער מסכים אז בית שמאי האבן געצינדען לזכר נס פך שמן? כעלמער מגיד טענהט אויף דעם מהיכי תיתא.
פוןדעסוועגעןדאך ברעגט דאך אז ועל הניסים און הנירות הלולו וואס איז מזמן הגואנים האבן נישט געוויסט פון די נס.

איך זע נישט קיינער מסביר זיין דא פארוואס מהאט געהאלטן די נס פאר א סוד, די אלע הסבירים פון ממי יאסל איז פארוואס מהאט געסטאפט סעלעברעטן די ניצחון צלחמה.
פארוואס האבן די חכמים געמאכט א סוד פונעם נס חנוכה?

כטראכט אז די השכלה איז געווען גרויס, יונים האבן אריינגעברענגט פילאספיה אינעם המון. די חכמים האבן נישט געווואלט געבן חומר מזאל פון זיי לאכן, שטעלט אייך פאר וויפיל בלעטער די "טראפ אויל ברענט פאר אכט טאג" אשכול וואלט געהאט.סוואלט מסתמא געווארן א סמכטאכע. האבן זיי געמאכט אשתיקה פונעם נס. נאר יחידים האבן געוויסט דערפון.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 11:39 pm
דורך [NAMELESS]
ווי האבן די חכמים געמאכט א שווייג דערפון? שמאי און הלל מיינסטו האבן זיך געקריגט אין מאחורי און נאר יחידי הסגולה האבן געוואוסט דערפון?

איך האב דאך שוין נאכגעברענגט א שיינע תירוץ פארוואס עס שטייט נישט אין משניות.

און ווי האב איך געזאגט אז די חכמים האבן געסטאפט סעלעברעיטן?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:22 am
דורך איחוד פעלד
ממי,

פארוואס זאגסטו שמאי און הלל? עס איז בית שמאי און בית הלל, ווען ב"ש און ב"ה קרוגען זיך, האט עס נישט קיין דאטום, ווייל מען ווייסט נישט ווען די מחלוקת האט זיך אנגעהויבען. שמאי און הלל אליין האבען זיך געקריגט אויף גאר ווייניג זאכען. מיש נישט אויס די צוויי.

און נעם דיך אויך אין קאפ דער אנדערע פונקט וואס מען זאגט דיך דא מער פין איינמאל, דאס אז ב"ש און ב"ה קרוגען זיך לגבי דער סדר פין מהדרין מן המהדרין, מיינט נישט אז עס איז לזכר נס השמן בכלל.

בדרך אגב, כ'פארשטיי נישט דיין תירוץ פארוואס עס שטייט נישט אין משניות, רבי האט מורא געהאט פין רומיים צו שרייבען וועגען א מלחמה מיט די יוונים? ביטע זיי מסביר. קען זיין אז כ'אב עפעס פארזעהן אין דיינע ווערטער.

דער אמת איז אז מען מאכט א צימעס פין דער קשיא, ווייל צוליב דעם וואס א פך שמן האט געברענט אכט טעג וואלט מען נישט קובע געוועהן א נס לדורות, לויט ווי חז"ל געבען איבער איז אין ביהמ"ק געוועהן ניסים ונפלאות יעדען טאג, דער רויך דער פלאץ וכו' דער עשרה נסים, און דאס איז נאכנישט אלעס. דער עיקר יו"ט איז געוועהן צוליב דער נס המלחמה, און דער תקון הנרות איז אפשר נתקן געווארען צוליב דער חלק הנס פין דער שמן. באיזה אופן, איז דער יו"ט חנוכה פאר די נס המלחמה וואס מען איז ניצול געווארען פין די יוונים. ממילא איז ווען מען רעדט פין על הנסים האט מען נישט צודערמאנען א קליינע נס וואס איז געוועהן פין די נרות. און אזוי אויך אין הנרות הללו דארף מען נישט דערמאנען דער פרט פין דער נס פין דער נרות ווען עס איז געוועהן אסאך גרעסערע נסים אין חנוכה פין דער פך שמן.

נאר וואס דען? אין די גמרא איז משמע פין דער ת"ר מאי חנוכה אז דער מספר פין אכט טעג איז נתקן געווארען צוליב דער שמן, און אויף דעם קען מען אפשר פרעגען פין די אנדערע ספרים חיצונים אז דארט איז משמע אז דער נומער אכט איז געוועהן צוליב סוכות, און דאס איז צריך בירור, אבער די אנדערע קשיות פין על הנסים און הנרות הללו, זענען גארנישט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:45 am
דורך נולד מאוחר
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווי האבן די חכמים געמאכט א שווייג דערפון? שמאי און הלל מיינסטו האבן זיך געקריגט אין מאחורי און נאר יחידי הסגולה האבן געוואוסט דערפון?

סיי פון די ניסחות ועל הניסים און הנירות הלולו סיי פון די מקורות חיצונם זעט מען אז סנישט געווען באקאנט די נס.
איחוד די ניסים זענען נאך אנגעגאנגען ביים צווייטען בית?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:56 am
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנט אז מ'האט נאכנישט געהעריג באהאנדעלט די 'מגילת תענית' טענה

מ'האט דא דערמאנט אז אין מגילת תענית ווערט שוין געברענגט דער נס פך השמן, ס'איז אבער נישט אינגאנצען אזוי. דער עצם מגילה באשטייט קודם פון די ארמ'ישע חלק וואס איז זייער אלט, ערגעץ סוף בית שני. און דערנאך דער ביאור (the scholium) אין לשון הקודש וואס איז פון אפאר הונדרעט יאר שפעטער (געשאצט א 6-7 הונדרעט יאר שפעטער, אן אריכות פאר זיך). דער ביאור וואס אונז האמיר כהיום איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי מקורות וואס האבן קיין שום שייכות און צומאל זיך סותר איינס דעם צווייטען, ס'פארט טאקע אריין איינס אינעם צווייטען אריין אבער מ'זעהט גלייך אז דא איז מען אריבער א גרעניץ.

יעצט ווען ס'קומט צו חנוכה (פרק ט'), אין די ארמ'ישע שטייט גארנישט מער ווי "בעשרין וחמשה ביה יום חנוכה תמניא יומין, דלא למספד בהון" ע"כ, און ס'מיינט נישט גארנישט ווייל ביי אנדערע תאריכים שטייט אויך נישט צו פיל מער. אבער ווען ס'קומט צום ביאור איז שוין דא צוויי דיעות. דאס ערשטע איז אן העתקה פונעם בבלי אין במה מדליקין (אדער פארקערט, עוד חזון למועד) בזה הלשון

"שכשנכנסו יונים להיכל טמאו כל השמנים שבהיכל, וכשגברה יד בית חשמונאי ונצחום, בדקו ולא מצאו אלא פך אחד שהיה מונח בחותמו של כהן הגדול שלא נטמא, ולא היה בו להדליק אלא יום אחד. ונעשה בו נס והדליקו שמונה ימים. לשנה אחרת קבעום שמונה ימים טובים."

וואס מיינט פשוט אז אכט טאג חנוכה צינד מען לעכט וועגן א נס פון 'והדליקו שמונה ימים' ותו לא מידי.

דערנאך קומט צו גיין דער צווייטער אמורא מיט א לאנגע מעשה און זאגט

"ומה ראו לעשות חנוכה שמונה ימים, והלא חנוכה שעשה משה במדבר לא עשה אלא שבעה ימים, שנאמר (ויקרא ח, לג): "וּמִפֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא תֵצְאוּ שִׁבְעַת יָמִים וְגוֹ'", ואומר (במדבר ז, יב): "וַיְהִי הַמַּקְרִיב בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן אֶת קָרְבָּנוֹ וְגוֹ'", ובשביעי הקריב אפרים. וכן מצינו בחנוכה שעשה שלמה, שלא עשה אלא שבעת ימים, שנאמר (דה"ב ז, ט): "כִּי חֲנֻכַּת הַמִּזְבֵּחַ עָשׂוּ שִׁבְעַת יָמִים, וְהֶחָג שִׁבְעַת יָמִים". מה ראו לעשות חנוכה זו שמנה ימים, אלא בימי מלכות יון נכנסו בני חשמונאי להיכל, ובנו את המזבח, ושדוהו בשיד ותקנו בו כלי שרת והיו מתעסקין בו שמונה ימים. ומה ראו להדליק את הנרות, אלא בימי מלכות יון שנכנסו בית חשמונאי להיכל שבעה שפודין של ברזל בידם וחפום בַּעַץ (בדיל) והדליקו בהם את המנורה. ומה ראו לגמור בהם את הלל, ללמדך שכל תשועה ותשועה שהקב"ה עושה לישראל, היו מקדימין לפניו בהלל בשירה ובשבח ובהודאה כענין שנאמר (עזרא ג, יא): "וַיַּעֲנוּ בְּהַלֵּל וּבְהוֹדֹת לַה' כִּי טוֹב וגו' [כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ עַל יִשְׂרָאֵל. וְכָל הָעָם הֵרִיעוּ תְרוּעָה גְדוֹלָה בְהַלֵּל לַיהוָה עַל הוּסַד בֵּית ה']".

דא שטייט שוין א נייע מעשה, שמונת ימים איז ווייל אזוי לאנג האט גענומען די construction אינעם בית המקדש, לעכט צינד מען וועגן חידוש הדלקת הנרות במקדש (גארנישט דערמאנט וועגן א פך שמן)

ולאחריה קומט א פרישע copy paste פונעם בבלי

"מצות חנוכה נר איש וביתו והמהדרין נר לכל נפש ונפש. והמהדרין מן המהדרין בית שמאי אומרים יום ראשון מדליק שמונה מכאן ואילך פוחת והולך, ובית הלל אומרים יום ראשון מדליק אחד מכאן ואילך מוסיף והולך. שני זקנים היו בצידן אחד עשה כדברי בית שמאי ואחד כדברי בית הלל. זה נותן טעם לדבריו וזה נותן טעם לדבריו. זה אומר כפרי החג, וזה אומר מעלין בקדש ואין מורידין. מצות הדלקתה משתשקע החמה, ועד שתכלה רגל מן השוק. ומצוה להניחה על פתח ביתו מבחוץ. ואם היה דר בעליה, מניחה בחלון הסמוכה לרשות הרבים. ואם מתירא מן (הלצים) [הגוים], מניחה על פתח ביתו מבפנים, ובשעת הסכנה מניחה על שלחנו ודיו."

דא קען מען אינגאנצען נישט דערטאפן וואס די זקני ב"ש וב"ה האבן אינזינען געהאט ביים נר חנוכה. אדרבה, לפי הסדר שטייט די ב"ש וב"ה מחלוקה נאכן "צווייטען" שיטה, וגם זה אין ראיה.

וואס נאכמער אינטערסאנט איז אז לויט ביידע מהלכים אינעם scholium איז די יום טוב 'חנוכה' וועגן 'חנוכת' בית המקדש, די חילוק איז נאר צי א נס השמן איז דארט געווען אדער נישט. בעווייל לויטן בעל על הניסים (נתחבר ע"י?, רב אחאי זיכער נישט) און דער תוספתא פון הנרות הללו, זיי האלטן יום טוב וועגן די נצחון המקבים. (און לויטן יוסיפוס הייסט זי טאקע נישט 'חנוכה' נאר חג האורים). איז לכאורה דער נאמען 'חנוכה' אביסל מאדנע, אבער לויטן בעל 'ועל הניסים' קען זיין אז די חנייה פון די חשמונאים האט זיך נישט פארפולקאמט ביז זיי האבן זיך נישט ווידער דערזעהן צוריק צו זייער (controversial) מלוכה אינעם באנייטען בית המקדש, וכן משמע אין זיין סידור הדברים 'ואחר כך וכו''. און אזוי זעהט מען בפירוש אין קדמוניות פון יוסיפוס ווי ער שרייבט אז "ויהודה חגג עם בני עירו את חידוש הקורבנות בבית המקדש במשך שמונה ימים....... וגדולה כל כך הייתה חדוותם על חידוש מנהגיהם, שניתנה להם הרשות לאחר זמן רב, בלי שציפו לכך, לעבוד את אלוהיהם, עד שחוקקו חוק לדורות אחריהם לחוג את חידוש העבודה במקדש במשך שמונה ימים." און אזוי אינעם מקבים "ועתה כי יש את נפשנו לחוג את יום חנוכת המזבח בעשרים וחמש לחודש כסלו. לא חדלנו מהודיע אתכם לחוג אותו עמנו." וואס פון דעם זעהט מען גאנץ בפירוש אז איך שיהיה, צי די מעשה מיטן פך שמן איז אמת צו נישט, הכל מודים אז דער יום טוב איז שוין לכתחילה געווען א רוחניות'דיגע דערהער, וועגן עבודת בית המקדש. דאס ווארפט שטארק אפ די טענה פון פרופסור דן עמיר אז די חכמים בימי הגלות האבן כאילו אוועק גע'גזל'ט א חג פון נאציאנאליטעט, גבורת עם און איר טרעספארמירט אין א רוחניות'דיגער יום טוב. ווייל ווי מ'זעהט דא איז דער יו"ט לכתחילה אזוי מיוסד געווארן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 2:50 am
דורך לעיקוואד
דעת תורה, הם היו פחות או יותר בזמן החורבן, לפניו אבל גם לאחריו. ויל"ע. עכ"פ מזה ממש קשה לקבוע מסמרות. כך שכל הנושא הזה עדיין לא מבורר כל צרכו.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 8:58 am
דורך דעת תורה
אבל עיינתי בלינק שציינת, ושם אכן לא כתב שהתקנה היה אחר זמן החורבן, אלא סתם תקנה מאוחרת. ובהערות נדרש לזה כי כמעט שא"א לומר שב"ש וב"ה ארכו זמן עד לאחר החורבן, אף שיש כדמות ראיה ממה שהבת קול שהלכה כב"ה יצא ביבנה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 9:01 am
דורך לעיקוואד
הוא לא כותב אכן בגלל טעם זה, אבל כמדומני שזו הסברא של החסדי אבות, שנתקן אחרי החורבן כזכר למקדש.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 12:39 am
דורך [NAMELESS]
ויהי בימים ההם, פאר א קנאפע הונדרעט און צוואנציג יאר מיט א שמייס צוריק איז נאך דער אינטערנעט נישט געווען אזוי נפוץ ביים היימישען ציבור אווי היינט צוטאגס בעו"ה, אין יענע יארן זענען זיי געווען די 'קובצים' 'ירחונים' און 'רבעונים' וכל שום ובצל וואס האבן פארטרעטן דאס וואס קאווע שטיבל ואחותה וצרתה איז היינט פאר אונז יושבי חושך ואור. איז זיך דעמאלס פארלאפן א פרשה, א שערוריה אזוי צוזאגן, וואס האט אריינגעשלעפט מאמרים, מחאות, קונטרסים, תשובות, פאשקעווילן, חרמות, און וואס נישט, פונקט ווי אין די שפעטערע ת"ש יארן.

אנגעהויבן דער שטורעם האט זיך עס מיט א קורצע מאמר אינעם "הצפירה" פון כ"ח כסלו תרנ"ב אונטערן נאמען "מאי חנוכה" פונעם עורך ראשי דער גרויסער גאון און ידען רבי חיים זעליג סלאנימסקי וואו ער קומט אויף מיט א חידוש אינעם סוגיא פונעם 'פך השמן', ובכן אז אפילו נניח ס'איז אמת אז עפעס א מעשה האט פאסירט מיט א קריגל אויל, איז בכלל נישט משמע אז דער מדובר איז פון א 'נס', ער איז מדייק פון לשון הרמב"ם ביי חנוכה ווען ער איז מעתיק די מעשה פונעם פך השמן, לאזט ער ארויס די ווערטער "ונעשו בו נס", ער פארארבעט זיך אויס א מהלך אז די כוהנים האבן זיך ארומגעזען מיט איין קריגל אויל, און פרישע סחורה קומט הערשט אן אין אכט טאג ארום, און היינט אנצינדן און דערנאך גיין שלאפן פאר די קומענדיגע זיבן טעג וועט שטארק אראפקלאפן די מאראל ביים ענטיוזיסטישע מאסן וואס די הדלקת המנורה אינעם פריש פארכאפטן בית המקדש מיט א גרויס טריאומפ לפרסומי ניסא האט געדינט פאר זיי אלץ א שטיק חיות, א תרועת נצחון. זענען זיי געפאלן אויף אן המצאה, מ'האט צוטיילט דאס אויל אויף אכט טיילן און יעדן טאג האט מען אנגעצינדן איין חלק, געברענט האט ער טאקע נאר אנפאנג נאכט 'עד שתכלה רגל מן השוק' ווילאנג מענטשען קענען אין אכט נעמען, און דערנאך האט זיך עס נאטורליך פארלאשן. און מיט דעם פארשטייט מען פארואס אין 'מקבים', פולאוויס', 'על הניסים', 'הנרות הללו', וכו' וכו' ווערט בכלל נישט דערמאנט פון אזא נס.

אין א שפעטערע הצפירה קומט אן א בריוו פון "צבי פערלא" מיט נאך א באמבע, דאס מאל בשם הגאון רבי יהודה בכרך (בעל נימוקי הגרי"ב), אז אין די אלטע גירסא אין במה מדליקין איז אויך נישט געשטאנען "ונעשה בו נס" נאר "ועשו בו נסיון", און אז פשט גייט ווי סלאנימסקי, עיי"ש.

איך דארף אייך נישט פארציילן וואס פאר א צונאמי האט דא אויסגעשאסן. ס'האט זיך אנגעהויבן שיטען ברויזען בריווען הין און צוריק, (5 7 11 13 20) א צייט שפעטער האט ער גע'טענה'ט אז דער ירושלים'ער רב 'רבי שמואל סאלאנט' האט מסכים געווען צו זיין מאמר (אין זכרון יעקב ח"ג סי' מ"ו פארפירט ער אז מען האט דעם 'תמים הרחוק מכל תחבולות הספרות' אריינגענארט אין זאק אריין, און אז מ'האט אויף אים געלייגט שרעקליכע דרוק אז ער זאל צוריקציען פונעם הסכמה, ועלתה בידם אז ר' יעקב האט געשריבן א לענגס און א ברייטס און "ג'עצה'ט" רש"ס צו חתם'נען דעראויף און אריינגעשטעלט אין המליץ אלץ א 'באצאלטע אנאנס'). אינעם (competition) המליץ איז מען אוואדאי אויך נישט געבליבן זיצן אויף בליי, אויפן front page זענען זיי ארויס מיט א מעכטיגע קול מלחמה אזש פארלאנגענדיג נישט ווייניגער ווי א "חרם" אויפן 'הצפירה'. דער מאדנער גאון רבי שמואל אלכסנדרוב פון בוברויסק איז לעומת זה שטארק ארויס לטובת חז"ס מיט עטליכע קונטרסים נאכאנאנד און איז שטארק פארשריגן געווארן דורך זיינע חברים מיט גאנצע חיבורים, דרך אמונה פון ר' יהודה ליפשיץ (א ברודער פון ר' יעקב ליפשיץ, דער בעל "זכרון יעקב"), אמונת חכמים פון ר' דוב בער יהודה ליב גינזבורג בשליחות פון זיין רבי'ן הגה"ק ר' שלמה זלמן פון קאפוסט, נס חנוכה פון ר' ברוך ברויזמאן, נס פך השמן ח"א און ח"ב, און נאך.

א פאר יאר דעראויף האט זיך הרב דוב נחמן הורוויץ (שפעטער רב אדער מו"ץ אין וויטעפסק, בעל חידושי בר נחמני) אינעם "הפלס" אויך באנומען מיט א לענגערע מאמר (ח"א און ח"ב) אויך מיטן נאמן "מאי חנוכה" שטארק אפצושטויסן חז"ס'ס השערה און ותשקוט הארץ מאה שנה...

בלעטערנדיג אהין און צוריק זעה איך אז דער עיקר שטארקע קלעפ וואס חז"ס האט אריינגעהויבן איז געווען פארן לאזן הערן אז אפילו דער רמב"ם מיטן מחבר און רמ"א זענען מודה אז 'נס לא קרה לנו'. אבער חוץ מזה, לגבי דער עצם טענה איבערן אמיתות הסיפור קומט ער זייער שטארק ארויס ואין להם באמת מענה נכונה, והבוחר יבחר או יברח.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 1:23 am
דורך יוסף מ
איר זענט שוין גארנישט קיין כעלעם'ר