בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:52 am
דורך הוגה
מי אני האט געשריבן:[left]
What yesterday was still religion is no longer such today; and what today is athesim, tomorrow will be religion
Ludwig Feuerbach[/left]
עס דערמאנט פון די באקאנטע חבד'סקע מעשה'לע, ווי מ'האט פון די אלטע גן עדן געמאכט די היינטיגע גיהינום. והדברים עתיקין.
נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2022 8:17 pm
דורך מי אני
עס איז מן הראוי לציין צו וואס הראי״ה שרייבט (שמונה קבצים קובץ א אות תשסה):
לפעמים ימצא כופר שיש לו אמונה חזקה, פנימית, מאירה, נובעת ממקור הקדושה העליונה, יותר מאלפי מאמינים קטני אמנה. דבר זה נוהג באישים פרטיים וכן בדורות, ועל כולם נאמר צדיק באמונתו יחיה.
ער האט אויך געשריבן במידות הראי״ה (אמונה אות טו):
האמונה בטהרתה על ידי אפשרות של כפירה.
(וע״ש באות י).
שטערקער שרייבט ער
בקבצים מכתי״ק כרך ב (מספר 50):
האמונה בטהרתה תצא דוקא על ידי אפשרות של כפירה בלא שום הגבלה.
און פריער דארט (במספר 48):
אין רגע שאנו פטורים מזיקוק הדעות. הכפירה יש לה זכות הקיום, מפני שהיא צריכה לעכל את הזוהמא שנתדבקה באמונה.
ועיין כאן.
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 7:46 pm
דורך מי אני
אגב, יצחק דויטשער אליין איז געווארן א כופר אלס בחור נאכדעם וואס ער האט מנסה געווען ג-ט דורכ׳ן עסן טריפות ביוה״כ על קברו של צדיק אחד און עס האט אים גארנישט פאסירט.
דר. דוד ביאלע
טענה׳ט אז ווען מאדערניטי איז צושטאנד געקומען און מ׳האט אפגעטיילט רעליגיע פון די מדינה, דער סעקולער מלך איז געווארן במקום ״ג-ט״, דאן איז רעליגיע שוין געווארן איין ברירה צווישן אנדערע. און אויב אזוי:
All of us are free to choose and if such choice is an inherent meaning of secularism, then even those choosing to be religious are, in a sense, secular
Re: א רואיג ווינקל פאר כופרים...
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 8:43 pm
דורך כרם זית
כ'מיין ער האט עכט געמיינט אז ג-ט וועט אים גלייך פארשניידן? און אויב יא? ער איז דאך טויט און קען אים ממילא נישט דינען.
אח''כ חשבתי אז אזוי ווי ער איז געווען א הייסע קאמאניסט האט ער מסכים געווען זיך צו פארשניידן כדי די איבריגע אידנטאם זאל כאטש באקומען א שטיקל אמונה. ער ארבעט און די גאנצע לאנד צעטיילט זיך מיט די רוחים.
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 5:49 pm
דורך הייליגע קאקאש קעיק
ארויף געברענגט לכבוד די פלייץ פון נייע ניק'ס, זיי זאלן זען וואס איז דאס קאווע שטיבל
נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 6:39 pm
דורך תשפג
הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:ארויף געברענגט לכבוד די פלייץ פון נייע ניק'ס, זיי זאלן זען וואס איז דאס קאווע שטיבל
כ׳שטעל מיך פאר, אז א גרויס חלק פון די נייע ניקס זענען בעצם שוין אלטע ליינער, נאר לעצטענס דארף מען זיין א מעמבער צו קענען ליינען די גאנצע אשכולות, ממילא שרייבט מען זיך איין. ודוק.