דער מדינת ישראל ווארט זאגער זאגט אז דער פרעמיער ביבי נתניהו אין איהר נשיא שמעון פערעס וועלן נישט פארן צו דער ליוויה, מיטן אויסרייד אז אזא נסיעה פון דער ראש הממשלה קאסט קנאפע זיבן מיליון שקלים וואס איז צו סאך אויסצוגעבן פאר אזא ליוויה. אבער אין קיינער גלייבט נישט אז דאס דער ריכטיגע תירוץ פאר נישט ווען אנטייל נעמען, עפעס מער פון דעם ליגט זיכער אינטער דער טיש.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
Deaf interpreter for Nelson Mandela memorial a fake: officials South Africa's deaf federation said Wednesday that the interpreter used for the Johannesburg memorial — attended by nearly 100 heads of state, including U.S. President Barack Obama — was a fake. Outraged leaders in the deaf community said the mystery man was "literally flapping his arms around."
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
יא!! פון ווען איך האב געהערט פון דיין הסתלקות (וואס בדרך אגב איך האב נישט קיין סאך געוויסט פון דיר פאר דעם) בין איך פארנומען לייענען אסאך פון דיר און טראכטן פון ווער דו ביזסט געוועהן.
טייערע נעלסאן איך בין נתפעל פון דיין לעבן וויאזוי דו האסט אויסגעניצט די אונטערדרוקונג פון די ווייסע, צו מאכן דיר און דיינע ברודער בעסערע מענטשן.
איך ווער נתפעל ווי נאך זיין אין תפיסה פאר 'זיבן און צוואנציג יאהר' האסטו נאך געקענט שטיין גראד. נישט נאר גראד ביזסטו געשטאנען, נאר ביזסט געווארן די פירער פון דיין לאנד!! די פירער פון פרייהייט, די פירער און וועג ווייזער פון נאבעלע מידות!
איך ווער נתפעל וויאזוי דו האסט מוחל געוועהן דיינע פיינט וואס האבט דיר געפייניגט. דו האסט געוויזן קבל עם ועדה לכל העולם כולו אז מען דארף קענען מוחל זיין אפילו מענטשן וואס האבן דיר אזוי געפייניגט. און מיט דעם ביזסטו געווארן די וועג ווייזער פון מחילה בלב שלם!!
מיר ווייסן אז גאהרנישט איז א מקרה. עס איז זיכער נישט קיין מקרה אז דיין פטירה איז געוועהן אין די צייט וואס מיר לייענען פרשת מקץ ויגש, ווי יוסף הצדיק האט אויך נאך יאהרן פון תפיסה, איז ער געווארן די פירער פון מצרים. ראטעווענדיק מצרים וכל העולם כולו פון הונגער. אזוי אויך זעהן מיר ווי יוסף הצדיק האט מוחל געוועהן זיינע ברודער.
איך וויל דיר שרייבן איין פערזענליכע געפיל, אז דו האסט דיר געפרינדעט אויך מיט אראפאט! פון איין זייט זעהט עס אויס אז דו ביזט א חבר פאר דער רוצח. אבער פון דער אנדערע זייט טוסטו ווייזן מיט דעם אז יעדער האט א מקום ביי דיר. און מיט דעם ווילסטו לערנען די וועלט ACCEPTANCE.
איך וועל בע"ה ארבעטן צו ווערן א בעסערע מענטש און א שטערקערע דורך מיינע challenges. איך וועל אויך ערליכער זאגן פון היינט און ווייטער דעם רבונו של עולם הריני מוחל וכו', אין באמת מוחל זיין מענטשן וואס האבן מיר שלעכט געטוהן.
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:Deaf interpreter for Nelson Mandela memorial a fake: officials South Africa's deaf federation said Wednesday that the interpreter used for the Johannesburg memorial — attended by nearly 100 heads of state, including U.S. President Barack Obama — was a fake. Outraged leaders in the deaf community said the mystery man was "literally flapping his arms around."
אפטעמיסט האט געשריבן:[tag]ראש הישיבה[/tag] טייערער, אויב איך מעג פרעגן, זענט איר ביי עני טשענס טינקעל הויטיג? דיין ליבשאפט און עהרע פאר מאנדעלא איז אוט אף די לימיטס. כ'מאך נאר א ווערטל . מכל מלמדי השכלתי.
ניין איך ווייס קוים אז ער איז טונקעל הויטיג. אבער עס האט מיר זייער באנומען ליינענדיג וועגן אים. און איך פיל אז מען דארף עס ארויסברענגען. איך האב אויך וועגן דעם גערעדט מיט מיינע קינדער שבת ביים טיש! איך האב נישט קיין פערזענליכע ליבשאפט צו אים. אבער איך שעץ זייער שטארק וואס דער מענטש סטענדס פאר. הלוואי זאל אונזער קאמיוניטי האבן האלב אזויפיל acceptance ווי אים, אין הלואי זאלן אונז האבן דער כח פון forgiveness.
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:Deaf interpreter for Nelson Mandela memorial a fake: officials South Africa's deaf federation said Wednesday that the interpreter used for the Johannesburg memorial — attended by nearly 100 heads of state, including U.S. President Barack Obama — was a fake. Outraged leaders in the deaf community said the mystery man was "literally flapping his arms around."
מסתם האט ער געריקט די האנט מיט אן אמעריקאנע אקצענט און די אפריקאנער האבן אים שווער פארשטאנען. עוד יש לומר אז ער האט בלויז געשטאלפערט, אבער ווייט נישט קיין פעיק.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אבער ס'דא ווער ס'האלט אז וויבאלד ער איז געוועין אן אנטי-ציוני איז ער שוין אויטאמאטיש געוועין אן אוהב ישראל. געוויינליך איז דאס א פעקעדזש דיעל. דער וואס איז אן אנטי ציוני אויז אויכעט אן אנטיסעמיט. מ'דארף נאר א ביסל אויסהערן די אלע שונאי ישראל אונטוער די פארשידענע נעמען וועלכע זיי רופן זיך. ווי למשל : האלאקאוסט פארלייקענערס:קאנספיראסי-טעאריסטן. ניין-עלעווען טרוטהערס. וכל שום וחניכא דאית להו. הצד השוה שבהן איז אז זיי זענען אלע וויסטע שונאי ישראל. נאר ס'איז דא ביי אינז אידן נאאיווע מענטשן וועלכע מיינען אז אויב מ'וועט אריינלייגן אין דעם פארשאלטענעם ניו יארק טיימס אן עד אז אונז ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים, וועט שוין קומען די ישועה.
ר' ראש הישיבה: א דאנק דיר פאר דעים שיינעם דאנק פאעזיע לכבוד פון דעם גרויסן נפטר נעלסאן מאנדעלא ימח שמו וזכרו. ווי ס'זעהט אויס האסטו אדער דיינע קרובים נישט גע-טעיסט פונ'ם נחת זרועו פון דעם גרויסן נפטר. מילא. דאס אז די אידן אין ארץ ישראל (כ'מיין מדינת ישראל) זענען געפאלן קרבנות צו די רציחות פון זיין גוטן פריינט יאסיר אראפאט ימ"ש, מיט וועים ר'האט זיך אזוי הארציג געקושט און פולשטענדיג געשטיצט. זיי זענען דאך נאר געוועין ציונים, נאך אלעמען.
טאמאס פרידמאן שר"י מיט די נטורי קרתא (אדער נטרונא וכל שום וחניכא דאית להו) ארבעטן ביידע פאר די ניו יארק טיימ'ס, פרידמאן שטעלט צו אנטיסעמיטישע ארטיקלען און נטורי קרתא שטעלט צו אנטיסעמיטישע עד'ס, הצד השווה שבהן: ביידע זענען שונאי ישראל... איצט נעמט אלע ארויס די שטיינער און הייבט אן צו ווארפען, כ'האב מיר שוין אנגעטוהן א העלמעט פון פארויס, ממילא!!
ס'נאריש צו פארגלייכן א גוי'ס שנאת מדינת ישראל צו א איד'ס.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%