בלאט 2 פון 3
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 7:40 pm
דורך יואליש
הערשי האט געשריבן:וינשקהו
אהבה ואחוה צווישן אפארטהייד קעמפער.
הערשי, יעצט קישסטו קארטער'ס בוך.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 10:59 am
דורך דולה ומשקה
דער מדינת ישראל ווארט זאגער זאגט אז דער פרעמיער ביבי נתניהו אין איהר נשיא שמעון פערעס וועלן נישט פארן צו דער ליוויה, מיטן אויסרייד אז אזא נסיעה פון דער ראש הממשלה קאסט קנאפע זיבן מיליון שקלים וואס איז צו סאך אויסצוגעבן פאר אזא ליוויה. אבער אין קיינער גלייבט נישט אז דאס דער ריכטיגע תירוץ פאר נישט ווען אנטייל נעמען, עפעס מער פון דעם ליגט זיכער אינטער דער טיש.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:05 am
דורך טעפל
ראש ממשלת מדינת השמד הציוניסט ביבי נתניהו פארט נישט צום לויה ווייל ס'קאסט צופיל געלט, אזא מין צדיק!!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 6:09 pm
דורך [NAMELESS]
א גוטע ארטיקעל וואס נעמט דורך די אנדערע נישט געשמאקע זייט פון מאנדעלא. די טעראר און טעראריסטען וואס ער האט געשטיצט וכו'
http://www.jpost.com/Opinion/Columnists ... ela-334487
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 2:52 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ליצים!!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C_OK1T7bn74[/youtube]
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 2:58 pm
דורך דער (פינטעל) איד
Deaf interpreter for Nelson Mandela memorial a fake: officials
South Africa's deaf federation said Wednesday that the interpreter used for the Johannesburg memorial — attended by nearly 100 heads of state, including U.S. President Barack Obama — was a fake. Outraged leaders in the deaf community said the mystery man was "literally flapping his arms around."
Read more:
http://www.nydailynews.com/news/world/d ... z2nCLpQIA0
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 3:00 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
דער רבי'רעב מאנדעלא איז נישטגעוועהן קייןקליינער אנטיסעמיט!
ימ"ש וזכרו
א דאנק דיר נעלסן מאנדעלא!!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 5:08 pm
דורך ראש הישיבה
יא!! פון ווען איך האב געהערט פון דיין הסתלקות (וואס בדרך אגב איך האב נישט קיין סאך געוויסט פון דיר פאר דעם) בין איך פארנומען לייענען אסאך פון דיר און טראכטן פון ווער דו ביזסט געוועהן.
טייערע נעלסאן איך בין נתפעל פון דיין לעבן וויאזוי דו האסט אויסגעניצט די אונטערדרוקונג פון די ווייסע, צו מאכן דיר און דיינע ברודער בעסערע מענטשן.
איך ווער נתפעל ווי נאך זיין אין תפיסה פאר 'זיבן און צוואנציג יאהר' האסטו נאך געקענט שטיין גראד. נישט נאר גראד ביזסטו געשטאנען, נאר ביזסט געווארן די פירער פון דיין לאנד!! די פירער פון פרייהייט, די פירער און וועג ווייזער פון נאבעלע מידות!
איך ווער נתפעל וויאזוי דו האסט מוחל געוועהן דיינע פיינט וואס האבט דיר געפייניגט. דו האסט געוויזן קבל עם ועדה לכל העולם כולו אז מען דארף קענען מוחל זיין אפילו מענטשן וואס האבן דיר אזוי געפייניגט. און מיט דעם ביזסטו געווארן די וועג ווייזער פון מחילה בלב שלם!!
מיר ווייסן אז גאהרנישט איז א מקרה. עס איז זיכער נישט קיין מקרה אז דיין פטירה איז געוועהן אין די צייט וואס מיר לייענען פרשת מקץ ויגש, ווי יוסף הצדיק האט אויך נאך יאהרן פון תפיסה, איז ער געווארן די פירער פון מצרים. ראטעווענדיק מצרים וכל העולם כולו פון הונגער. אזוי אויך זעהן מיר ווי יוסף הצדיק האט מוחל געוועהן זיינע ברודער.
איך וויל דיר שרייבן איין פערזענליכע געפיל, אז דו האסט דיר געפרינדעט אויך מיט אראפאט! פון איין זייט זעהט עס אויס אז דו ביזט א חבר פאר דער רוצח. אבער פון דער אנדערע זייט טוסטו ווייזן מיט דעם אז יעדער האט א מקום ביי דיר. און מיט דעם ווילסטו לערנען די וועלט ACCEPTANCE.
איך וועל בע"ה ארבעטן צו ווערן א בעסערע מענטש און א שטערקערע דורך מיינע challenges. איך וועל אויך ערליכער זאגן פון היינט און ווייטער דעם רבונו של עולם הריני מוחל וכו', אין באמת מוחל זיין מענטשן וואס האבן מיר שלעכט געטוהן.
יישר כח נעלסאן מיר וועלן דיר אייביג געדענקען.
ראש הישיבה
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 5:17 pm
דורך אפטעמיסט
[tag]ראש הישיבה[/tag] טייערער, אויב איך מעג פרעגן, זענט איר ביי עני טשענס טינקעל הויטיג? דיין ליבשאפט און עהרע פאר מאנדעלא איז אוט אף די לימיטס.
כ'מאך נאר א ווערטל

. מכל מלמדי השכלתי.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:Deaf interpreter for Nelson Mandela memorial a fake: officials
South Africa's deaf federation said Wednesday that the interpreter used for the Johannesburg memorial — attended by nearly 100 heads of state, including U.S. President Barack Obama — was a fake. Outraged leaders in the deaf community said the mystery man was "literally flapping his arms around."
Read more:
http://www.nydailynews.com/news/world/d ... z2nCLpQIA0
משוגענע מעשה. מאכט נישט קיין טראפ סענס
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 5:27 pm
דורך ראש הישיבה
אפטעמיסט האט געשריבן:[tag]ראש הישיבה[/tag] טייערער, אויב איך מעג פרעגן, זענט איר ביי עני טשענס טינקעל הויטיג? דיין ליבשאפט און עהרע פאר מאנדעלא איז אוט אף די לימיטס.
כ'מאך נאר א ווערטל

. מכל מלמדי השכלתי.
ניין איך ווייס קוים אז ער איז טונקעל הויטיג. אבער עס האט מיר זייער באנומען ליינענדיג וועגן אים. און איך פיל אז מען דארף עס ארויסברענגען. איך האב אויך וועגן דעם גערעדט מיט מיינע קינדער שבת ביים טיש! איך האב נישט קיין פערזענליכע ליבשאפט צו אים. אבער איך שעץ זייער שטארק וואס דער מענטש סטענדס פאר. הלוואי זאל אונזער קאמיוניטי האבן האלב אזויפיל acceptance ווי אים, אין הלואי זאלן אונז האבן דער כח פון forgiveness.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 5:33 pm
דורך יואליש
ראשעקאל האט געשריבן:דער (פינטעל) איד האט געשריבן:Deaf interpreter for Nelson Mandela memorial a fake: officials
South Africa's deaf federation said Wednesday that the interpreter used for the Johannesburg memorial — attended by nearly 100 heads of state, including U.S. President Barack Obama — was a fake. Outraged leaders in the deaf community said the mystery man was "literally flapping his arms around."
Read more:
http://www.nydailynews.com/news/world/d ... z2nCLpQIA0
משוגענע מעשה. מאכט נישט קיין טראפ סענס
מסתם האט ער געריקט די האנט מיט אן אמעריקאנע אקצענט און די אפריקאנער האבן אים שווער פארשטאנען. עוד יש לומר אז ער האט בלויז געשטאלפערט, אבער ווייט נישט קיין פעיק.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 8:11 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
איך וויל דיר מודיע זיין אז ווען דער רבי'רעב מענדאלא האט זיך געטראפען מיט עראפאט ימ"ש, איז נאך עראפאט געוועהן אסור ווי חזיר אין די גאנצע וועלט, דאס איז געוועהן פאר די אסלו שלום געשפרעכן (ס'דא וואס רופען דאס "אסלה" געשפרעכן, פאר די וואס פארשטייען די טמא'נע שפראך העברעיש).
דער עראפאט איז בימים ההם אפעציעיל געוועהן א טעראריסט וואס האט געהידזשעקט און געקראכט ערעפלאנען, אן רעגולאר בעיסעס; געפאנגען און געהארגעט מענטשן; אריינגעווארפן אלטע אידן מיטן ווילטשער אין וואסער לעבעדיג'ערהייט בשעת'ן היידזשעקן א שיף ועוד כהנה רבות.
דער רבי'רעב מענדאלא ימ"ש האט געזעהן פאר וויכטיג, זיך צו טרעפן מיט דעם "פריי'הייט קעמפפער" עראפאט, אבער קעגן מדינת ישראל איז ער געוועהן וועגן "אפארטהייד פראבלעמען" (זארג נישט ער איז נישט געוועהן קיין קנאי), סאו ווער נישט אזוי פארלוירן און צולזאט ווי צוקקער אין א רעיגען, פון די מידיא און דזשארנאליסט'ען וואס גלייכען אים אזוי.
איז לאמיר נאך איינמאל אויסרופען במעמד כל חברי קהילתינו הק', שותי הקאווע (טעיסטעס טשויס) בקצווי תבל אט יעצטביים גענעראל פארזאמלונג: "מענדאלא ימח שמו וזכרו"
פארשלאג אנגענומען און רעזאלטירט
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 2:32 am
דורך דער (פינטעל) איד
ער אנטשולדיגט זיך.... ער ליידט פון סקיצאפריניע
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=njsSV8x3Jcc[/youtube]
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 3:03 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי ער איז דארט אנגעקומען????
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 3:11 am
דורך דער (פינטעל) איד
א קשיא אויף א דריט וועלט לאנד
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:17 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
ס'איז אינגאנצען נישט קיין דריטע וועלט לאנד.
פאר מענדאלא ימ"ש איז ארויף אויפ'ן בענקל איז דאס לאנד געשטאנען א סאך בעסער (טאקע אינטערן אפארטהייד רעזשים), אבער נאכאלטס איז נישט קיין דריטע וועלט לאנד
מיין קשיא איז אויף "סיקרעט סערוויס"!!!!!
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:20 pm
דורך berlbalaguleh
טעפל האט געשריבן:ראש ממשלת מדינת השמד הציוניסט ביבי נתניהו פארט נישט צום לויה ווייל ס'קאסט צופיל געלט, אזא מין צדיק!!
איין מינוט, טעפל. דו וואלסט געוואלט אז דער ראש ממשלת מדינת השמד מדינת ישראל זאל נישט זיין קיין ציוניסט?! וואדען, א נטורי-קרתא'ניק?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
בערל_פרוכטבייסער האט געשריבן:דער רבי'רעב מאנדעלא איז נישטגעוועהן קייןקליינער אנטיסעמיט!
ימ"ש וזכרו
אבער ס'דא ווער ס'האלט אז וויבאלד ער איז געוועין אן אנטי-ציוני איז ער שוין אויטאמאטיש געוועין אן אוהב ישראל. געוויינליך איז דאס א פעקעדזש דיעל. דער וואס איז אן אנטי ציוני אויז אויכעט אן אנטיסעמיט. מ'דארף נאר א ביסל אויסהערן די אלע שונאי ישראל אונטוער די פארשידענע נעמען וועלכע זיי רופן זיך. ווי למשל : האלאקאוסט פארלייקענערס:קאנספיראסי-טעאריסטן. ניין-עלעווען טרוטהערס. וכל שום וחניכא דאית להו. הצד השוה שבהן איז אז זיי זענען אלע וויסטע שונאי ישראל. נאר ס'איז דא ביי אינז אידן נאאיווע מענטשן וועלכע מיינען אז אויב מ'וועט אריינלייגן אין דעם פארשאלטענעם ניו יארק טיימס אן עד אז אונז ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים, וועט שוין קומען די ישועה.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:19 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
טאמאס פרידמאן שר"י מיט די נטורי קרתא (אדער נטרונא וכל שום וחניכא דאית להו) ארבעטן ביידע פאר די ניו יארק טיימ'ס, פרידמאן שטעלט צו אנטיסעמיטישע ארטיקלען און נטורי קרתא שטעלט צו אנטיסעמיטישע עד'ס, הצד השווה שבהן: ביידע זענען שונאי ישראל...
איצט נעמט אלע ארויס די שטיינער און הייבט אן צו ווארפען, כ'האב מיר שוין אנגעטוהן א העלמעט פון פארויס, ממילא!!
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:21 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ס'נאריש צו פארגלייכן א גוי'ס שנאת מדינת ישראל צו א איד'ס.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 9:33 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
טאמאס פרידמאן איז א איד, לדאבונינו