ידען האט געשריבן:א שלאנג ווייל הפורץ גדר ישכנו נחש
דאס איז דאך געפילטע'ס קשיא, פארוואס שטייט הפורץ גדר ישכנו נחש, ס'איז דאך סייווי מעשה ניסים, וואלט שוין געקענט שטיין ישכנו קענגערו. אויף דעם זאגן די מפרשים אז אין הכי נמי, נאר די פסוק כאפט אן נחש וויבאלד סטאטיסטיקס ווייזן אז מענטשן דערשרעקן זיך מער ווען מען זאגט זיי אז א שלאנג וועט זיי בייסן ווי אז א קענגערו וועט זיי בייסן, אדער אז זיי וועלן אויפגיין אין עסיג'דיגע פלאמען, אדער אז זיי וועלן ווערן א גל של עצמות פון ר' זיידעלע קרעטשניפער'ס הקפדה.