בלאט 2 פון 2

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 9:34 pm
דורך יאיר
ידען האט געשריבן:א שלאנג ווייל הפורץ גדר ישכנו נחש

דאס איז דאך געפילטע'ס קשיא, פארוואס שטייט הפורץ גדר ישכנו נחש, ס'איז דאך סייווי מעשה ניסים, וואלט שוין געקענט שטיין ישכנו קענגערו. אויף דעם זאגן די מפרשים אז אין הכי נמי, נאר די פסוק כאפט אן נחש וויבאלד סטאטיסטיקס ווייזן אז מענטשן דערשרעקן זיך מער ווען מען זאגט זיי אז א שלאנג וועט זיי בייסן ווי אז א קענגערו וועט זיי בייסן, אדער אז זיי וועלן אויפגיין אין עסיג'דיגע פלאמען, אדער אז זיי וועלן ווערן א גל של עצמות פון ר' זיידעלע קרעטשניפער'ס הקפדה.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 9:34 pm
דורך יאיר
אפטעמיסט האט געשריבן:אבי מ'טענה'ט אונזער דור איז געפערליך. אפילו אדם הראשון האט געהאט אינטערנעט, והא ראיה א שלאנג איז אים נאכגעלאפן. אככ, וואס רעד איך. סתם אינטערנעט האט ער געהאט? א סמארט פאון מיט אלע פיטשיווקעס. נישט סתם א שלאנג איז אים געקומען, א נחש הקדמוני.

נו, ס'איז דאך באקאנט אז דער דור המבול האט שוין געהאט אינטערנעט מיט די אטאם באמבע.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 10:15 pm
דורך ידען
יאיר האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:אבי מ'טענה'ט אונזער דור איז געפערליך. אפילו אדם הראשון האט געהאט אינטערנעט, והא ראיה א שלאנג איז אים נאכגעלאפן. אככ, וואס רעד איך. סתם אינטערנעט האט ער געהאט? א סמארט פאון מיט אלע פיטשיווקעס. נישט סתם א שלאנג איז אים געקומען, א נחש הקדמוני.

נו, ס'איז דאך באקאנט אז דער דור המבול האט שוין געהאט אינטערנעט מיט די אטאם באמבע.

באקאנט?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 11:07 pm
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'איז א מצוה מפרסם צו זיין, אז א שלאנג וואס מ'טרעפט אין די באוואוינטע געגענט אין מאנסי איז נישט קיין סכנה. אין ניו יארק סטעיט איז דא נאר דריי ספישיס פון גיפטיגע שלענג, און אין די באוואוינטע געגענט דרייען זיי זיך בכלל נישט. און די בילד וואס גייט ארום פונעם שלאנג זעט נישט אויס ווי קיין איין פון די דריי ספישיס פון גיפטיגע שלענג.

מי שאמר לחומץ שידליק ולהגבהת עינים שיעשה גל של עצמות הוא יאמר לנחש וימית.

אפשר פאר אינטערנעט מיט א פילטער קומט אומגיפטיגע שלענג

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 11:34 pm
דורך טיטאניק
ארפכשד האט געשריבן:ביי מיין ווייב האט די מעשה געהאט גאר א פארקערטע affect. זי זיצט אויפן געוועב און געזעגענט זיך נישט ביז זי איז זוכה אליין צו זען דעם שלאנג בהקיץ! וויי וויי איז מיר. ווען זי זיצט ווען אויף נייעס וועבזייטלעך, ק"ש, אדער אפילו פארנאגראפיע מהיכי תיתי, אבער צו אלע שווארצע יאר זיצט זי מיר אויף shopping זייטלעך און ברענט אויס איין קרעדיט קארד נאך די אנדערע! ראטעוועט!

איך האב א עצה!
קויף אין א פעט שאפ א שלאנג,לייג עס ארונטער
וועסט פארדינען א הויפען מיט זאכען
איינס זי וועט דיר צוריק געבען די קרעידט קארד
צוויי דער דרעזנער פון קאל מעוואסער וועט דיר רופען
ועוד צימעס

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 3:30 am
דורך berlbalaguleh
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס: איך האב נאר איין שאלה. וויאזוי איז מעגליך אז דער שלאנג, אדער די שלאנג'טע איז נישט צומאלן געווארן דורך דעם "קאאלינג פען" אין דיין קאמפיוטער, רח"ל.?! :lol: 8-) :roll:

איר פרעגט אויף מעשי נסים?

ווען איך בין א ליטוואק וואלט איך לכתחילה נישט געגלייבט. אזוי גלייב איך בעצם, נאר כ'האב ספיקות. :lol: :roll: :o

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 3:35 am
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אם נטפלת למעשה ניסים קען עס שוין זיין א קענגערו פאר די זעלבע געלט. וואס דוקא א שלאנג?

אין הכי נמי. איך זע טאקע יעצט אז דער באשעפער האט געשיקט א קאקאראוטש תיכף ווען איך האב געעפנט די וועב, און א פליג איז געקומען צופליען באלד ווי כ'האב געעפנט קאווע שטיבל. אוטש -- ס'בייסט!

פאר קאקא-ראוטשעס האביך א פשט'ע אייצעה. רוף דעם עקסטערמינעיטער. אדער קויף ראוטש מאטעל אין סופערמארקעט. :lol: :roll: :evil:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 3:45 am
דורך לעיקוואד
איך האב שוין באשריבען די מעשה. דא

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 10:41 am
דורך outspoken
די עולם האט נישט פארשטאנען די מעשה, די וואס האבן אינטערנעט זענען ב-ה-מ-ו-ת, וואס ס'איז א שאד די מעשה ניסים צו ברענגען א שלאנג, דא רעדט מען פון א צדיק וואס איז דורך געפאלען אין א שוואכע מינוט, האט ער געהאט די זכי' אז די נחש הקדמוני האט געטון תשובות המשקל, אנשטאט איינצורעדען אין א שוואכע מינוט האט ער געראטעוועט אין א שוואכע מינוט...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 10:44 am
דורך חכם באשי

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 10:51 am
דורך outspoken
לעפטאפ