בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 6:13 pm
דורך [NAMELESS]
אמת. אבער דאס איז נאר אויב זיי טוען עס בשיטה. למשל סיגעיטער רב'ס אייניקלעך לעבן שוין אונטער א פחד אז "ס'פאסט נישט" צו דרייווען- אין די צייט וואס זייער ראש המשפחה, דער וואס האט געברענגט די רבי'שקיט צו די גאנצע משפחה, דרייווט עד היום הזה.
גיי פארשטיי משוגעתן.......
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 6:49 pm
דורך קרעקער
דאבשינער רבי
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 7:38 pm
דורך יואליש
רבנים, ופרט חסידישע, וואלטן געמעגט אימפארטירן פון ענגלאנד זייערע אוטוס, כדי נישט צו חלילה דרייווען פון לינקס אויף רעכטס.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 8:17 pm
דורך George
ראש הישיבה האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף אויסלויבן די אלע רבנים וואס דרייון. 1. זיי ניצן ווייניגער אויס מענטשן. 2.זיי זענען א וועג ווייזער פאר די אזויגערופענער פרומער וואס זאגן אז דרייוון איז א מאדערנע זאך. מען וואלט זיי געדארפט געבן א געלדענע מעדאל.
אויף 1 ביסטו גערעכט.
אויף 2: פון וועם האסטו געהערט אז דרייוון איז א מאדערנע זאך? ס'רוב וואס דרייוון נישט איז עס יעדער צוליב זיינע פארשידענע סיבות.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 10:53 pm
דורך berlbalaguleh
לך לך האט געשריבן:ווער געדענקט דען נישט די אלטע ראצפערטער רבין בעל קרבן אשר דרייוון אויף לי עווניו?!
א בילד?
אוי איז ער געוועין א זיסער איד. בימים ההם האב איך געדרייווט א באס אין וויליאמסבורג און ס'איז מיר אויסגעקומען אדורכצופאהרן זיין ביהמ"ד אויף סאוט 9. כמעט א ייעדן טאג האב איך איהם באגעיגנט אין פראנט פון זיין ביהמ"ד. ער האט מיך אייביג באגריסט מיט א שמייכל. זכותו יגן עלינו.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 10:56 pm
דורך berlbalaguleh
George האט געשריבן:ראש הישיבה האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף אויסלויבן די אלע רבנים וואס דרייון. 1. זיי ניצן ווייניגער אויס מענטשן. 2.זיי זענען א וועג ווייזער פאר די אזויגערופענער פרומער וואס זאגן אז דרייוון איז א מאדערנע זאך. מען וואלט זיי געדארפט געבן א געלדענע מעדאל.
אויף 1 ביסטו גערעכט.
אויף 2: פון וועם האסטו געהערט אז דרייוון איז א מאדערנע זאך? ס'רוב וואס דרייוון נישט איז עס יעדער צוליב זיינע פארשידענע סיבות.
למשל ווען הערשל קלאר און צימערמאן וואלטן געדרייווט א קאר וואלטן זיי געקענט שנעלער אנקומען צו די מערכות. אויכעט צושפרייטן מער פאשקווילן שנעלער.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 11:48 pm
דורך ונבנתה העיר
רואה ואינו נראה האט געשריבן:רעב בעריש זידעטשויבער זכרונה לברכה און בארא פארק.
יא יא, אשרי עין ראתה ווי דער רבי פלעג עולה רגל זיין אויף די אפענע קאר טיהר זיך אביסל אויסצורוען...
ווען דער רבי האט אויפגעהויבן די פיס צום הימל האט ער אודאי ממשיך געווען אסאך געלט שמעמידו על רגליו - עומדות היו רגלינו בשעריך...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:30 pm
דורך פיטומי מילי
רב ליסטוג, גיי צום שוערע שווער אשכול. איך וויל שמוסען מיט דיר אין יענעם קאווע צימער
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:13 am
דורך בעל הבית
געהערט האב איך אז נייטרא רב זצ'ל פלעגט אויך דרייוין
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:16 am
דורך מנשה לוסטיג
אברהם אבינו אויך.. ויחבוש את חמורו.. זאגט יונתן שווארץ דערויף א טייטש, ער האט איינגעשפאנט זיין 'פערד'..
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:21 am
דורך בעל הבית
הרב ר' יצחק טווערסקי שליט''א בנו הגדול פין האדמו''ר מסקווריא ב.פ. זצ''ל דרייוויט אויך
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:36 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:רואה ואינו נראה האט געשריבן:רעב בעריש זידעטשויבער זכרונה לברכה און בארא פארק.
יא יא, אשרי עין ראתה ווי דער רבי פלעג עולה רגל זיין אויף די אפענע קאר טיהר זיך אביסל אויסצורוען...
ווען דער רבי האט אויפגעהויבן די פיס צום הימל האט ער אודאי ממשיך געווען אסאך געלט שמעמידו על רגליו - עומדות היו רגלינו בשעריך...
ר' ונבנתה: איך האב איהם גוט געקענט פערזענליך. אפילו געדאוונט אין זיין ביהמ"ד איין תקופה. איך ווייס אז ער האט נישט איבערגעלאזט א גרויס פארמעגן לאחר פטירתו. ער האט געטון טובות און געבארגט סכומים פאר עטליכע אידן. איך בין אמאל געווען ביי קידוש לבנה אין זיין ביהמ"ד און כ'האב געהערט ווי דער רבי זאגט אינמיטן, די באוואוסטע סגולה אקעיגן ציין ווייטאג, "ולא יהי' לי כאב שיניים". ביניך צו געגאנגען צו איהם און געזאגט. "פונדעסטוועגן זאל נאך די רבי גיין צו דעם דענטיסט".
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:30 am
דורך בעלזער חסיד
דאבשינער דרייווט?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:18 am
דורך דולה ומשקה
ווי קען מען אויס לאזען רבי אברהם יעקב פרידמאן ז"ל מסאדיגורא בעל עקבי אבירים, וועלעכע פלעגט יארן לאנג דרייוון א באס פאר א געוויסע מוסד אין בארא פארק.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:01 pm
דורך סמבטיון
הייליגע ניקלעשבורגער טרייבט אויך אן אוטו
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:45 pm
דורך מ גפני
סמבטיון האט געשריבן:הייליגע ניקלעשבורגער טרייבט אויך אן אוטו
ביידע, ב"פ און מאנסי
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:31 pm
דורך טיטאניק
דולה ומשקה האט געשריבן:ווי קען מען אויס לאזען רבי אברהם יעקב פרידמאן ז"ל מסאדיגורא בעל עקבי אבירים, וועלעכע פלעגט יארן לאנג דרייוון א באס פאר א געוויסע מוסד אין בארא פארק.
וועלכער מוסד?
מער פרטים.....
נשלח: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 9:44 pm
דורך גד החוזה
זיך אנדעשטויסען אין דעם אשכול, האט איינער בילדער פון איינער פון רבנים אונטערן רעדל, ווייל איך פארמאג נישט אזאנס, אבער א דאנק פאר די ליסטע, עט מען במשך די צייט פרובירען אליינס צו מאכען די בילדער, איך בעט נאר אז איינער זאל מיר ארויס העלפן.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 12:45 am
דורך אלס ווייסער
קען מיר איינער ביטע ענטפערן וואס דער ענין פון נישט דרייוון איז?
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:01 am
דורך zurich
א
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:05 am
דורך zurich
אלס ווייסער האט געשריבן:קען מיר איינער ביטע ענטפערן וואס דער ענין פון נישט דרייוון איז?
און דער ענין פון שיפע טאשן,און זיך האלטן העכער פון די איבעריגע חלק ציבור על לא דבר! און נישט טיהן גארנישט מיטן טאג וכו וכו וכו פארשטייסטו יא?
לערן דיך אויס דו וועסט קיינמאל נישט קענען פארשטיין די מיינד פון די פריצים פון די "רויעל פעמעלי"!!
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:54 am
דורך הדד בן בדד
ראשעקאל האט געשריבן:צוויי דריי יאהר צוריק האב איך נאך געזעהן די סיגעיטער רב הרב מייזליש דרייווען א קאר אין בארא פארק מיט זיין רעבעצין אין די זייט
זיין ברודער דער ווייצענער דרייווט אויך. איך ווייס נישט היינט, אבער איך געדענקט מיט עטליכע יאר צוריק פעגט ער געהעריג דרייוון, איך האב עס כמה פעמים געזעהן.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:56 am
דורך הדד בן בדד
ראש הישיבה האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף אויסלויבן די אלע רבנים וואס דרייון. 1. זיי ניצן ווייניגער אויס מענטשן. 2.זיי זענען א וועג ווייזער פאר די אזויגערופענער פרומער וואס זאגן אז דרייוון איז א מאדערנע זאך. מען וואלט זיי געדארפט געבן א געלדענע מעדאל.
האב איך אמאל געהערט וויי איינער פרעגט פון איינעם אזא רבי'לע וואס דרייווט א קאר "דער רבי דרייווט אליינס, דער גבאי וואלט געדארפט דרייוון", האט יענער אים געענטפערט, איך וויל נישט האבן אזא פנים ווי די אלע רביס וואס זייערע גבאים דרייוון זיי, איך וויל דווקא זיין דער וואס דרייווט דעם גבאי...