בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:16 am
דורך אפטעמיסט
אפטעמיסט האט געשריבן:ווער ס'איז אינטערעסירט אז איך זאל מיך באטייליגן, זאל ביטע לייקן די תגובה. אויב באקום איך נישט א שיינע צאל לייקס, נעם איך מיר די לעבן. געדענקט, כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.

כ'בין אפן וועג צום בריק. כ'העל נישט ווארענען נאכאמאל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:19 am
דורך דער (פינטעל) איד
אויב קאווע טרינקערס אוועטער קומט און ס'נישטא א מחיצה לויף איך ארויס! א בושה און חרפה אביסעלע צניעות ביטע

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:22 am
דורך [NAMELESS]
אפטעמיסט. גייסט נישט באקימען פון מיר א לייק מיט סאראשענען. סארי. כ'על דיך מספיד זיין

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:31 am
דורך משה געציל
העי, צוויי יאר?! קענט בעליוו איט! אוי, צייט לויפט...
קוים באקומען דעם אימעיל פונעם מנהל אז מיין ניק איז אקצעפטירט... נאך א מזל איך בין דעמאלטס געקומען, ווען איך קום ווען היינט באקום איך א ריפליי; "אנטשולדיגט, אבער מיר נעמן מער נישט אן קיין ניקס מיטן נאמען משה"...
איך ווייס נישט צו קאווע טרינקער האט בכוונה געשריבן "יום הולדתינו" און נישט "יום הולדת השטיבל", אבער אין א געוויסע זין איז עס באמת יום הולדתינו.
צוויי יאר איז באמת א מיילסטאן, ווען מיר האב מיר ווען [tag]לעמאן דזשוס[/tag] אויפן ליין וואלט איך געהאט די חוצפה פארצושלאגן נאך א פארמעסט. איך האף אז זיינע חדשים ציילן זיך נישט מיטן באשעפערס מספר הימים...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:33 am
דורך אפטעמיסט
[tag]ראשאקאל[/tag] וואס העסטו זאגן ביי מיין הספד? וויאזוי העסטו קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה? זיי נישט קיין סמארט עליק און געב א דריק די הענטעלע, יא דארטן אויבן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:43 am
דורך אליצפן
אפטעמיסט האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:ווער ס'איז אינטערעסירט אז איך זאל מיך באטייליגן, זאל ביטע לייקן די תגובה. אויב באקום איך נישט א שיינע צאל לייקס, נעם איך מיר די לעבן. געדענקט, כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.

כ'בין אפן וועג צום בריק. כ'העל נישט ווארענען נאכאמאל.

אפשר זאגסטו אונז וועלכע בריק? איך וויל גיין וואטשן די עקשען, פאליס, הצלה, שומרים. אז דו ווילסט קען איך דיך העלפן איבער קריכען די געיט, ס'איז גאנץ הויעך.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:48 am
דורך אפטעמיסט
כ'בין שוין אריבער די געיט, [tag]סאשי פיש[/tag] האט מיר געהאלפן. כ'בין שוין מיט איין פיס אראפ. זייט אזוי גוט, האטס רחמנות אויף מיין ווייב און קינדער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:52 am
דורך [NAMELESS]
:פארנומען: :פורים2:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 6:07 am
דורך לעיקוואד
היי היי
איך ציטער נישט, נישט פאר מיין שאטען און נישט פאר קיין צווייטער'ס שאטען, ווי אלע ווייסען שוין דא. און ווער עס פארשטייט פארשטייט. און יעדער איינער איז איינגעלאדענט ביי מיר אויף א מסיבה. ווי מען וועט ערנסט דורכשמועסען די סטייט אוו די יוניאן, און זעהן וואס מען קען טוהן זיך מחזק זיין בתורה ועבודת השם ושתיית הקאווע. ווי אויך מעורר זיין אויף די לעצטיגע התרשלות בענינים שונים.

איין זאך נאר, איז איך בין שטארק מקפיד ביי מיינע אסיפות ומסיבות אז די ווייבער זאלען אויך קומען, סיי אלץ אידישקייט, ווייל כידוע איז זי די עקרת הבית און אסאך פון די אידישקייט איז תלוי אין איר, ומי לנו גדול מרבינו זצוק"ל וואס פלעגט פאר כל נדרי זיך אויסדרייען רעדן מיט זיי מעורר זיין אויף פארשידענע ענייינים. און סיי מדין ליבערעליזם, וואס מאכט עס גאר וויכטיג נישט ארויסצולאזען די ווייבער פון סיי וועלכע געלעגענהייט. ווי אויך איז נישט מסוגל פאר שלום בית אז די מענער זאלן זיך האבען אזא סיקרעט קלאב צו פארברענגען אן משתף זיין די ווייבער. דערווייל איז אין קאווע שטיבל נישטא קיין איין ניק וואס אידענטיפיצירט זיך אלץ פרוי, און דער פירצה שרייט עד לב השמיים. מחיצות וועלן צוגעשטעלט ווערן פאר די וואס דארפן דאס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 8:18 am
דורך קאווע טרינקער
אלע משתתפים וועלן באקומען א מתנה, א מזכרת, א קונטרס פון [tag]ברסלבער[/tag] (כל אחד לפי מידתו שצריך תיקון)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 9:32 am
דורך פידלער
לעיקוואד האט געשריבן:היי היי
איך ציטער נישט, נישט פאר מיין שאטען און נישט פאר קיין צווייטער'ס שאטען, ווי אלע ווייסען שוין דא. און ווער עס פארשטייט פארשטייט. און יעדער איינער איז איינגעלאדענט ביי מיר אויף א מסיבה. ווי מען וועט ערנסט דורכשמועסען די סטייט אוו די יוניאן, און זעהן וואס מען קען טוהן זיך מחזק זיין בתורה ועבודת השם ושתיית הקאווע. ווי אויך מעורר זיין אויף די לעצטיגע התרשלות בענינים שונים.

איין זאך נאר, איז איך בין שטארק מקפיד ביי מיינע אסיפות ומסיבות אז די ווייבער זאלען אויך קומען, סיי אלץ אידישקייט, ווייל כידוע איז זי די עקרת הבית און אסאך פון די אידישקייט איז תלוי אין איר, ומי לנו גדול מרבינו זצוק"ל וואס פלעגט פאר כל נדרי זיך אויסדרייען רעדן מיט זיי מעורר זיין אויף פארשידענע ענייינים. און סיי מדין ליבערעליזם, וואס מאכט עס גאר וויכטיג נישט ארויסצולאזען די ווייבער פון סיי וועלכע געלעגענהייט. ווי אויך איז נישט מסוגל פאר שלום בית אז די מענער זאלן זיך האבען אזא סיקרעט קלאב צו פארברענגען אן משתף זיין די ווייבער. דערווייל איז אין קאווע שטיבל נישטא קיין איין ניק וואס אידענטיפיצירט זיך אלץ פרוי, און דער פירצה שרייט עד לב השמיים. מחיצות וועלן צוגעשטעלט ווערן פאר די וואס דארפן דאס.


קאווע שטיבל ערלויבט נישט פרויען נעמען ניקס. און אויב דאס איז זייער פאליסי גלייב איך אז ס'וואלט געווען זייער נישט דרך ארץ'דיג פאר ניקס אינטערן מחיצה זיך צו אידענטיפיצירן אלץ פרויען. אדרבה, מאך די מסיבה, גרייט צו אפאר בלויע bartenuras, און ווער ווייס -- אנשטאט [tag]יידל[/tag] וועט אנקומען א ייטל, אנשטאט [tag]הערשי[/tag] א העני, אנשטאט [tag]ראשעקאל[/tag] א קאל ראזשע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 9:39 am
דורך אפטעמיסט
מיין מאן זאגט מיר ער קומט נישט נאר אויב מ'לאזט מיר אויך קומען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 9:48 am
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:אלע משתתפים וועלן באקומען א מתנה, א מזכרת, א קונטרס פון [tag]ברסלבער[/tag] (כל אחד לפי מידתו שצריך תיקון)

קונטרסים שרייב איך דא אין שטיבל. צום יום הולדתינו קום איך ווי א זשענטלמאן, דו וועסט נישט חלומ'ן ווער איך בין...

מען האט שוין אזויפיל מאל גערעדט אז מען זאל מאכן אזא צוזאמקום. איך בין נייגעריג אויב עס גייט זיך טאקע אמאל אויסארבעטן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:14 am
דורך שמעקעדיג
מען רעדט און מען פלאנט, און ווי מער מען פרובירט און מען האפט, אלס נענטער ווערט דער טאג..

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:20 am
דורך shem-tov
כ'האף ס'וועט געפאלן אין א מוצ"ש וועל איך קומען באוואפענט מיט אסאך פון מיינע בעש"ט מעשיות

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:11 am
דורך מורינו הרב
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך ברענג אייער


אריין אין מאחורי.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:27 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
כ'על זיי דארט פארוואנדלען אין אייערשפייז און צוריקפירן אהער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:34 am
דורך שטילע אינגערמאן
shem-tov האט געשריבן:כ'האף ס'וועט געפאלן אין א מוצ"ש וועל איך קומען באוואפענט מיט אסאך פון מיינע בעש"ט מעשיות

זיי נאר מתפלל מנשה זאל נישט אריין קומען פון אידלאנד (jew land) צום מעמד, ווייל טאמער יא ביזטו אויס קאפליטש מאכער

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:45 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'בין שוין אריבער די געיט, [tag]סאשי פיש[/tag] האט מיר געהאלפן. כ'בין שוין מיט איין פיס אראפ. זייט אזוי גוט, האטס רחמנות אויף מיין ווייב און קינדער.

ר' אפטעמיסט: כ'האב דיר נאר געוואלט דערמאנען אז אין די איצטיגע צייט איז דאס וואסער אונטער'ן בריק זייער קאלט, און ווען דו וועסט אנקומען דארט וועסטו זייער שטארק האבן חשק אריינצוטאנצן אין א הייסע מקוה. אפשר טוסטו א טובה און דו ווארטסט צו ביז'ן זומער. לאמיר זאגן נאך שבעה עשר בתמוז. :lol: :x :roll:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:51 pm
דורך אפטעמיסט
בערל, רעד נישט אזוי סאך. זיי אזוי גוט און לייק מיין תגובה וועסטו אפשר ראטעווען א איד פון באגיין זעלבסטמארד.

---

בד"וו, מזל טוב פאר מיין 200'סטע תגובה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:59 pm
דורך דער (פינטעל) איד
בקיצור דו ביזט פולי אבסעסד מיט זיך אליינס...
א לייק פאר דיין 200 תגובה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:01 pm
דורך דער (פינטעל) איד
בערל , מיין רבי אין ישיבה וואלט אויף דיר געשריגן נו! אז ימלא שחוק פינו! :lol: :P

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:02 pm
דורך a1b2
אז זר קומט בין איך אין