בעש"ט: נישט נשתכח, נאר נישט פארשטאנען
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
קודם דארף מען צופארשטיין מה חידשה הבעל שם טוב, דערנאך קען מען דן זיין צו מען האט עס פארשטאנען אדער נישט, און דערנאך וועלן מיר זעהן צו נשתכחה אדער נישט.
מה חידשה הבעל שם טוב?
לדעתי אויב מיר וועלן עס צוטיילן אין עטליכע ענינים וועט עס ווערן לייכטער.
1. יעדער איד האט זיין תפקיד אויף דעם איז ער באשאפן געווארן. דער תפקיד קען נאר ער אליין טוהן. לגבי דעם תפקיד איז ער חשוב'ער פון עני אנדערע איד. דער נקודה ברענגט ארויס די חשיבות פון יעדער איד כמו שהוא. אזוי אויך דארף די טיפקייט פון דער נקודה ארויס ברענגן ריכטיגע אהבת ישראל. 2. אור וחיות בתורה ומצוות. די דרך הבעל שם טוב געבט אריין א חיות אין קיום תורה ומצוות, הידור מצוה (נישט חומרות- דאב איז א מתנגדישע ענין), תפילה בפנימיות. 3. אמונה- די בעל שם טוב האט מבאר געוועהן די אמונה פון אחדות השם כמבואר בתניא ועוד ספרי חסידות.
די ערשטע צוויי נקודות זענען זאכן וואס נעמט אדורך אלע חסידישע קרייזן. (ליידער היינט ביי חסידות שבימינו איז דא א שטארקע אינטערדרוקונג). אבער די דריטע נקודה ווערט שטארק נתבאר אין ספרי חב"ד, אזוי אויך בקיצור אין ספרי רבי צדוק, איזביצא, אין נאך פוילישע ספרי חסידות.
ווען מיר וועלן פרעגן ווי איז די נקודת הבעל שם טוב וואס נעמט אדורך אלע חסידות'ן? וועלן מיר ענטפערן אז די נקודת החשיבות פון יעדן איד, אהבת ישראל, און אזויאויך די חיות בתורה ומצוות, קומט פון די בעל שם טוב.
האט מען עס פארשטאנען?
פרעג יעדער הולך בדרך החסידות שלו, וועט ער ענטפערן אז זיינע רבי'ס האבן עס גוט פארשטאנען. אנדערע האבן אביסל פארשטאנען אביסל בכלל נישט פארשטאנען.
סאטמארער רב'ס חידוש פון נשתכחה!!
סאטמארער רב האט געזעהן אז ער האט מברר געוועהן קעגן ציונות און גיין אין כנסת המינים וכו', קיינער האט אים נישט אפגעפרעגט. ווידער זעהט ער ווי תלמידי חכמים פון קרייזן וואס 'כרעו לבעל' לערנען דעם ספר, און זיי פאלגען ווייטער זייער רבי. ווי קען זיין אזא זאך? זאגן זיי דאס איז די דרך הבעש"ט אז מען פאלגט די רבי מיט פארמאכטע אויגן. אויף דעם טענה האט די סאטמארער רב געזאגט 'נשתכחה תורת הבעל שם טוב'. מען טאהר שוין מעהר נישט פאלגן קיין רבי'ס מיט פארמאכטע אויגן. טוה דורך די הלכה, און טוה וואס שטייט אין די תורה, נישט ווי דיין רבי האט דיר געהייסן טוהן.
פיין, א שיינע פאטענט. אבער נאך אלעם, תורת הבעש"ט איז נאך אלץ אפן פאר יעדן איד יעדער קען זיך מדבק זיין צו זיינע הייליגע דרך דורך לערנען ספרי תלמידיו, און לעבן מיט די געדאנקען גאנג וואס ער האט זיי געלערנט.
ניין נישט נישתכחה, יא פארשטאנען, אלעס איז אפן פאר יעדן איד.
נ.ב. איך האב מקצר געוועהן איבער די ענינים. עס וואלט אפשר געדארפט זיין א עקסטרע אשכול אויף דעם (אויב עס איז נאך נישט דא).