בלאט 2 פון 3

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:45 am
דורך [NAMELESS]
מ'שלאגט דא מיט מיר כפרות.
ווי די מנהג המקום האב איך אויך געלייקט כפרה'ניקעס, אבער איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס ער רעד. וואס איז פאליש?? ווער שטויסט די סוכה?? א נייע פארום פאר פארניגראפיע??
קען איינער מסביר'ן פון וואס מ'רעדט?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:52 am
דורך גנדי
איך האב מורא עס איז געווען ליידער ליידיג דא. ווייל די עולם איז געגאנגן באזוכען די פאליש. מען איז געווען ביזי אפגעבן שטימעס. ווי אן אלטע בחור אין ישיבה גייט אויס פאר קנאה און גלאצט אריין די אויגן אין די חבר׳ס חתונה בילד.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:55 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
ראש עקעל,
עס גייט פאר א פשוטע מחלוקת אין פירוש המילות על פי רמז.
כפירה- ניקס, אדער כי-פארן-איקס.
ואי פה אי שם איז דא א וועלט וואס זאגט אויף ביידען אז קלי וקלי.. ....למה עזבתנו

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 9:31 am
דורך יואליש
כ'האב נישט פארשטאנען וואס די ארטיקל רעדט ביז איינער האט מיר אונטערגעשיקט צו א פאליש פורום פון א חסידישע מדבר פרן. ס'שטעלט זיך ארויס אז קאווע שטיבל איז דער דרך אמצעי אין היימישע מקומות אויפן געוועב. קאווע שטיבל איז די ברכת כהנים זיצן צווישן די אייוועלט-מזרח-וואנט און די פראסטע פאליש.

אבער מיר ווייסן פון היסטאריע אז די לב-טהור-אייוועלט איז באמת הורתו ולידתו בפארנגראפיע. אייוועלט איז די גלגול פון דאס פאפולערסטע חסידישע פאראנאגרעפיע זייטל על טהרת הקודש. ווען די שרייבער זענען געווען אנאנאמים איז ארויסגעקימען די אונטערדריקטע טעמעס און חמדה וועלכע עקזיסטירט ביי טייל חסידים ווי אין יעדע געזעלשאפט. ווען די שרייבער זענען געווארן אויס אנאנאמים, האט זיך אנגעהויבן א כשר'ע חזיר פיסל עפאכע, אן ערשיינונג וועלכע שפיגלט אפ דאס עכטע לעבן.

ממילא אל תהיה בז לפאליש ווייל ס'קען נאך אויסוואקסן די נעקסטע אייוועלט.

(פריוואט גערעדט, די פאליש קוקט אויס ווי די פרי עמלו פון איין פראסטע, פויערישע קאנספיראציע טעאריסט. נישט כדי צו מאכן א וועזן פון אים. עכ"פ דאס עס אויפהייבן צו די לעוועל פון ק"ש אדער אייוועלט איז אומפראפארציענאל.)

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 9:54 am
דורך יאיר
כיואליש ועוד, מיר אלע קענען זיך גרינג פארשטעלן ווי אזוי עס וואלט אויסגעזען אונטער'ן פארהאנג ווען נישט וואס עס איז דא א צענזור. מילא דאס וואס קופי פירט א מלחמת חרמה מיט פארנאגראפיע איז נאך אויסצוהאלטן, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס ער האט געצילט דערויף זיין גאנצע ארסענאל.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 11:00 am
דורך וויליאמסבורגער
זיידעטשקע האט געשריבן:דא איז א סקרין שאט פון "היימישע שטותים" וואס פונקט ווי "פאליש" איז אויך געוועהן אפן פאר יעדעם

:o
איך גלייב נישט וואס מיינע אויגען זעען!!!!!!!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 11:09 am
דורך יואליש
שפתים ישק האט געשריבן:[...]


ס'פעלט נישט אויס צו נישטערן אין די פארגאנגעהיינט יחידים אדער חלילה פורש בשמם זיין. מ'ברויך ארויסלאזן אינדיווידואלען פונעם שמועס און זיך קאנצעטרירען אויף די חיזוק וואס מ'קען ארויסנעמען פון די עוועלוציע פונעם אייוועלט-פאליש ביז ארויף די טרעף פונעם אייוועלט-ארון הקודש. (מעם מזבחי תקחנו, ע"ד לא תעלו במעלות על מזבחי אשר לא תגלה ערוותך עליו.) ס'איז אן אנטוויקולונג מיט א העפי ענדינג. רוב פון די דעמאלסדיגע שרייבער זענען נאך היינט אויף אייוועלט און לכאורה נאכאלס א טייל פון די לידערשיפ. זייער היינטיגע פארנאגראפיע באשטייט פון קרעכצן אויף ירידות הדורות. אויך אן אומפארשטענדליכע תאווה.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 2:46 pm
דורך יואליש
אליבא דאמת האט געשריבן:איך רייב מיך די אויגן און איך גלייב נישט וואס איך זעה. איך וואלט דאס אין ווילדסטען חלום נישט געקענט אויסטראכטן


כ'זעה די מנהלים האבן יעצט אראפגעשניטן די שאקירענדע און שמוציגע חלק פונעם סקרין-שאט, מסתם כדי נישט צו פארעקלן די ליינערס דא.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:35 am
דורך חד גדיא
רחמנא ליצלן

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:39 pm
דורך איינגעמיירעט
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:אויך וואלט איך געראטען אז אנשטאט שרייען מיטן קול נהי מציון, ווי אלע קולות הקוראים במדבר, נעם דיין מייסטערהאפטע פענע אין זיי מסביר וואס די חורבן פון פארן איז. אויב איז דא, ברענג סטאטיסטיקס וואס צייגן די כלומרשטע חורבנות וואס פארן האט אנגעזייט אויף דער וועלט.
אינטערסאנט אז די רבנים פארשטייען היינט שוין גאר גוט אז די ספקנים ובלאגיהם זענען אסאך שעדליכער ווי פארן. עס איז מיר א חידוש אז דו אלס מגיד מישרים דק"ק קאוועשטיבל, ביסטו נישט מעודכן.


און קורצע ווערטער די חורבן פון פארן.
סהארגעט די מענטשענס געפילען און זיין שטרעבען,פארן נעמט איבער די מענטש, סווערט א תירוץ אויף אלע קושיות, א לעזונג צו אלע פראבלעמען און ספיקות,און אנשטאט די מענטש זאל שטייגען און אנקומען צו נייע שטארקייטען און נייע השגות,דורך דילעין מיט זיך און מיט די לעבן סטרוגגעלס, אנשטאטס דעם אנטלויפט מען פון זיך און פון די אייגענע שאטען און מבלייבט אריינגעשטינקען און די סייטס,
אנשטאטס מזאל אהיימקומען ארומנעמען די ווייב און קינדער מיט ליבשאפט און גיסען ליבשאפט, געט מען אויס די גאנצע טענשטין און די פארן, און מקומט אהיים וואו א טויטע נבילה סרוחה.
היות איך בין נישט קיין שרייבער קיצרתי מאד אבער איך מיין אז די נקודה איז קלאר פאר יעדער רעכטדענקיגע מענטש.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:43 pm
דורך אויפגעקלערטער
עפעס זאגסטע. אבער כאילו מ'קומט אהיים צו א ווייב וואס זעט אויס נישט ווי א נבילה סרוחה נאר ווי א לעבעדיגע בהמה מיט א הערליכן טורבאן און שמוציגע פודינג הענט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:47 pm
דורך איינגעמיירעט
אז די מאן קומט אהיים אויסגעדראשען,פארוואס און פארוועם זאל זיך די פרוי צושטעלן ?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:54 pm
דורך טאמבל סאס
אה, סאו די פראבלעם הייסטעס איז, באמת געט בית רחל ארויס הייסע מאדעלן, נאר ווען די אינגעלייט קומען אהיים פון כולל ווי טויטע נבילות, אנגעקוקט מיט די בלעטער פארן, ש"ס ושו"ע, און זענען נישט אינטרעסירט אין די ווייבער, דעמאלט'ס הייבן די פרויען אן זיך צו פארשמירן די הענט מיט פודינג, אלס נקמה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:00 pm
דורך וויליאמסבורגער
זיידעטשקע האט געשריבן:איך האלט אין איין באקומען מעסעדזשעס אין אישי אז מ'וויל באקומען פון מיר די גאנצע סקרין שאט פון ווי אזוי "אייוועלט" האט זיך אנגעפאנגען, היות א מנהל האט אראפגעשניטן רוב דערפון. איך שטעל עס דא נאכאמאל ארויף, אויסמעקענדיג עטליכע ווערטער פון ניבול פה, און איך האף אז יעצט איז עס שוין אקעי דא צו זיין

ה' ירחם. ס'איז טאקע נישט צו גלייבן. איך זעה דארטן אן אשכול אז "היימישע שטותים" איז די 4טע מערסט געקוקטע פארום!! דאס מיינט אז די חברה האבן פארשפרייט א געוואלד מיט שמוץ ר"ל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:01 pm
דורך טאמבל סאס
קען זיין זיי מאכן יעצט תשובת המשקל דערויף. כ'ווייס נאר נישט פארוואס זיי זענען כאטש נישט געבליבן מיט'ן זעלבן קעפל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:10 pm
דורך berlbalaguleh
מיין (לעצטנס צוגע-שטעלטער) פילטער בלאקט מיך בכלל אריינצוגיין אין פאליש, ב"ה. נאר פון יואליש'ס קטעים וואס ער ברענגט פון אייוועלט, קען מען זעהן וואס פארא שקצים און נידעריגע יונגען זיי זענען געוועהן. על הכלל כולו יצא. אזא פנים האבן אלע "הייליגע אידן" וועלכע זענען געווען די גרעסטע בעלי עבירה, און געזונקען אין די מ"ט שערי טומאה. און היינט שרייען זיי "שייגעץ" אויף א יעדן וואס גייט נישט נאך לויט זייערע היינטיגע געפאפטע און געפעלשטע סטענדערדס. העי. איך האב קיינמאל (ב"ה) נישט געטון די עבירות וועלכע דו האסט געטון. היינט אז דו ווילסט "תשובה טון", האק דיין אייגענעם ,טמא'נעם, טריפה'נעם קאפ אין וואנט. וואס ווילסטו פון יענעם. :roll: :twisted: :evil: :P :shock:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:12 pm
דורך טאמבל סאס
ר' בערל, וואס זענען די אלע סמייליס וואס לויפן דיך אייביג נאך?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
פאליש לאזט הודעות וואס זענען געשריבן אויף שבת, די חברה מאכן א חוזק פון שבת אין שבת. באמת טויג נישט אז מ'רעדט פון זיי ווייל אונז געב מיר זיי שטאף. די פלאץ איז א ליידיגע פלאץ. אפיקורסים אן אינטעליגענץ, משכילים אן א דרך, און פארן קוקער אן קיין שכל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:15 pm
דורך גנדי
אפשר ׳פאליש׳ שרייבער זענען די קינדער פון ׳היימישע שטותים׳ שרייבער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:17 pm
דורך גנדי
K9 filter בלאקירט פאליש אלץ פארן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:18 pm
דורך יושב קרן
יא און דאס איז מיין פרוי'ס זכות! זי האט זיך פארבינדן מיט זיי און זיי האבן עס אריינגעלייגט אין אדאלט מאטשור קאנטענט אפטיילונג.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:23 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:קען זיין זיי מאכן יעצט תשובת המשקל דערויף. כ'ווייס נאר נישט פארוואס זיי זענען כאטש נישט געבליבן מיט'ן זעלבן קעפל.

זיי קענען מאכן תשובת המשקל. אבער זאלן זיי האקן זייערע אייגענע טמא'נע, טריפה'נע קעפ אין וואנט. פארוואס ווילן זיי האקן אן אנדערנ'ס קאפ אין וואנט?! כמו שאמרתי באשכול זה במקום אחר. :roll: :x :roll:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:30 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:ר' בערל, וואס זענען די אלע סמייליס וואס לויפן דיך אייביג נאך?

זיי לויפן מיר נישט נאך. נאר אויב דו וועסט באמערקן איז דאס אייביג לויט דעם ענין. די "ראללינג אייס" זענען ווען איך בין סקעפטיש איבער איינעם'ס מנהגים אדער הנהגה. די טוויסטעד זענען ווען איך האלט אז דער בעל המימרא אדער מאמר איז פארדארבן. און די סמיילינג סמייליס זענען ווען ס'איז דא א הומאריסטישע נקודה אין די מימרא. :lol: :roll: :D .