בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:17 pm
דורך טיטאניק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך קען בערך זיבן
עברית, ענגליש, יודיש, ספאניש, רוסיש, אונגאריש, פוליש, אראביש.
[דויטש בין איך מכליל אין יידיש, און אזוי אויך פארטאגעיזיש אין ספאניש, און אוקרייניש אין רוסיש, סלאוואקיש אין אונגאריש, טערקיש אין אראביש וכדומה]
כ'וואלט געוואלט קענען אויך, פראנצויזיש, כינעזיש, און גריכיש.
כ'וואלט געוואלט קענען אויך??? קענסט עס שוין! אויף דעם נוסח ווי די קענסט די אנדערע...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:25 pm
דורך טיטאניק
I speak this language (ענגליש)
איך רעד דעם שפּראַך (אידיש)
אני מדבר בשפה הזה (עברית)
Hablo este idioma (ספאניש)
I tego języka (פויליש)
Azt beszéli ezt a nyelvet (אונגאריש)
أنا أتكلم هذه اللغة (אראביש)
Je parle cette langue (פראנצעזיש)
Ik spreek deze taal פלעמיש (נישט פעטש... עס איז עכט דא אזא שפראך אין בעלגיע)
Ich diese Sprache sprechen (דויטש, שטאמט פון אקדמות לשון, שפרעכן...)
Parlo questa lingua (איטאליעניש)
Eu vorbesc această limbă (ראמעניש)
Я говорю на этом языке (רוסיש)
Ben bu dili konuşan (טערקיש)
من به این زبان صحبت می کنند (פערסיש)
בעצם רוב פון די ליסטע וואלט איך געוואלט וועלען קענען

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:20 pm
דורך עוד מישהו
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך קען בערך זיבן
עברית, ענגליש, יודיש, ספאניש, רוסיש, אונגאריש, פוליש, אראביש.
[דויטש בין איך מכליל אין יידיש, און אזוי אויך פארטאגעיזיש אין ספאניש, און אוקרייניש אין רוסיש, סלאוואקיש אין אונגאריש, טערקיש אין אראביש וכדומה]
כ'וואלט געוואלט קענען אויך, פראנצויזיש, כינעזיש, און גריכיש.
ראיתי והשתוממתי סלאוואקיש און אונגאריש?! טערקיש און אראביש?! אויב עפעס איז סלאוואקיש מער ענליך צו פויליש וואו צו אונגאריש. טערקיש און אראביש זענען ניטאמאל קיין קרובים, אראביש איז א סעמיטישע שפראך טערקיש בכלל נישט.
באותו משקל וואלטסו פונקט אזוי געקענט שרייבן, איך רעד אראביש דאס איז מכליל פראנצויזיש, איך רעד טערקיש דאס נעמט אריין כינעזיש.
אגב וועלכע אראביש קענסטו? איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער ס'זענען דא עטליכע, וואס היינט ווערט איינס זיכער אפגעטיילט אלס אן אנדערע שפראך, ס'ווערט גערופן מערב אראביש "מאגרעב".
איך וועל שרייבן אין אונזערע אותיות, דו וועסט מיר זאגן אויב דו פארשטייסט. אינתה בעחקע חאר'טא יא סאח'בי.
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:35 am
דורך קרעמער1
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך קען בערך זיבן
עברית, ענגליש, יודיש, ספאניש, רוסיש, אונגאריש, פוליש, אראביש.
[דויטש בין איך מכליל אין יידיש, און אזוי אויך פארטאגעיזיש אין ספאניש, און אוקרייניש אין רוסיש, סלאוואקיש אין אונגאריש, טערקיש אין אראביש וכדומה]
כ'וואלט געוואלט קענען אויך, פראנצויזיש, כינעזיש, און גריכיש.
דייטש איז, לדעתי הענייה, נישט נכלל אין יודיש
א דייטשער וועט קיין ריין יודיש נישט פארשטיין (פארקערט אפשר יא)
פארטוגעיזיש אין ספאניש ביסטו גערעכט
(און לאדינאו וואלט איך אויך אריינגערעכנט אין ספאניש, ס'איז סאך מער ענליך צו ספאניש ווי יודיש צו דייטש)
נשלח: זונטאג יאנואר 05, 2014 12:16 pm
דורך טעפל
איך קען אפאר שפראכען, למאי נ"מ? ווילסט פרעגען עפעס פרעג וויאזוי מ'זאגט עס און אידען דא וועלן פראבירען צוהעלפן.
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 6:08 pm
דורך פלאוויוס
עוד מישהו:
עוד מישהו האט געשריבן: איך וועל שרייבן אין אונזערע אותיות, דו וועסט מיר זאגן אויב דו פארשטייסט. אינתה בעחקע חאר'טא יא סאח'בי.
הא הא! דחיקעט קטיר...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:05 am
דורך berlbalaguleh
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך קען בערך זיבן
עברית, ענגליש, יודיש, ספאניש, רוסיש, אונגאריש, פוליש, אראביש.
[דויטש בין איך מכליל אין יידיש, און אזוי אויך פארטאגעיזיש אין ספאניש, און אוקרייניש אין רוסיש, סלאוואקיש אין אונגאריש, טערקיש אין אראביש וכדומה]
כ'וואלט געוואלט קענען אויך, פראנצויזיש, כינעזיש, און גריכיש.
דיין טעאריע איז אבסורד: ווייל ווען איינער קען רעדן אידיש פארשטייט ער נאך נישט און קען רעדן דייטש. די זעלבע איז מיט רוסיש/אוקראיניש, אונגאריש/סלאוואקיש, ספאניש/פארטוגעזיש.
למעשה. פראקטיש. ווען איינער וועט רעדן אוקראיניש, וועט א רוסיש רדענדער איהם נישט פארשטיין. די.זעלבע איז ווען איינער וועט רעדן ספאניש וועט איינער וואס רעדט נאר פארטוגעזיש, איהם נישט פארשטיין.
אונגאריש האט, א חוץ פון סלאווישע ווערטער (מיט אן אנדערע הברה) אויך א סאך ווערטער מיט א ספאנישן שורש, ווי למשל. "אורא" וואס מיינט זייגער. אדער "א דאקומענט" וואס מיינט אין אונגאריש "צעידולא" מיט א קמץ אויף דעם לעצטן אות. די זעלבע ווארט ווערט אין ספאניש ארויסגעזאגט: "סע-דו-לא" מיט א פתח אויף די לעצטע אות.
ORA...CEDULA..! Hany ora van? vs. Que ora es?; Meg van a Cedula? vs. Tu tienes la Cedula?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:41 am
דורך לאליפאפ
Amigo please
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 2:30 pm
דורך גאלדגרוב
אונגאריש האט קיין שום שייכות מיט סלאוואקיש וועלכער איז א סלאווישע שפראך.
אונגאריש איז אן אוראלישע שפראך וואס איז עטוואס נאנט צו עסטאניש.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
גאלדגרוב האט געשריבן:אונגאריש האט קיין שום שייכות מיט סלאוואקיש וועלכער איז א סלאווישע שפראך.
אונגאריש איז אן אוראלישע שפראך וואס איז עטוואס נאנט צו עסטאניש.
אין שורש טאקע נישט. אבער ס'איז דא עטליכע סלאווישע ווערטער וועלכע זענען אריינגעפאלן אין די אונגארישע שפראך. (וויאזוי, וויייס איך נישט.). למשל. דער ווארט "וואצאק" וואס מיינט אין אונגאריש "געדזשעט", מיינט די זעלבע זאך אין טשעכיש...א ראקעט, פון יענע מדינה האט געהאט דעם נאמען...! ס'איז דא נאך ווערטער. נאר ס'קומט מיר יעצט נישט ארויף אין זיכרון...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:26 am
דורך ציבעלע-קיגל
7
איך קען אידיש פארשטיי איך שוין דייטש איז 2
איך קען רושית פארשטיי איך שוין פויליש איז 4
און פראנצוזיש פארשטיי איך אזוי ווי כינעזיש איז 6
אבער מיין רבי אין חדר פאר ער האט מיר מיט זיין גרויסען ליבשאפט אנגעפראסקעט פלעגט שרייען "יעצט וועל איך דיר לערנען טערקיש" קען איך דאס אויך. איז 7
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 1:58 pm
דורך איך אויך
איזה שפה זה רושית?