רעדין איז איינער פון די ווייניג אקאדעמיקערס וואס האבן אויסגעקליבן איבערנאטירליכע ערשיינונגען ווי זייער פעלד פון עקספערטיז. רעדין איז אינטערעסאנט אויסצוהערן ווייל ער אנאליזירט דעם פענאמען אין די גרעניצן פון אקאדעמיע.
(ווי מיט יעדער זאך, זענען ווארשיינליך פאראן לעכער אין זיינע מסקנות. די לעכער זיינע זענען אבער, לויט מיין פארשטאנד, לפי-ערך די זעלבע ווי אין אנדערע שטודיעס, אויף וועלכע די וועלט פון סטאטיסטיק איז אוועקגעשטעלט.)
וואס איז די גאנצע קברים געגייעכץ אויב נישט דורש אל המתים?
Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 3:45 pm
דורך [NAMELESS]
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 06, 2024 2:01 pm
וואס איז די גאנצע קברים געגייעכץ אויב נישט דורש אל המתים?
כמדומה לי אז דער זוה"ק זאגט אז צדיקים במיתתם זענען חיים, ממילא איז עס נישט בגדר דורש אל המתים
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 4:57 pm
דורך ברוך שפינוזה
אויב אזוי וואלט געדארפט צו שטיין דורש אל החיים, ניין?
Re:
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 5:51 pm
דורך [NAMELESS]
.
Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 1:19 pm
דורך די קעפעלע
עס איז דא אין אינדיע א שבט פון עובדי עבודה זרה, זיי רופן זיך די Aghori שבט. זיי זענען א אפטיילונג וואס איז אוועק פון די הינדו רעליגיע, זיי זענען בעיקר פלאצירט אין די Uttar Pradesh אין די שטאט Varanasi.
זייער קראנקע רעליגיע איז בעיקר געבויט אויף מתים און טויטע קערפער מיט א גאר גרויליגע צוגאנג פון טוהן אלע סארט מיאוסע זאכן מיט טויטע קערפער, זיי עסן די פלייש און דערנאך פארברענען רוב פון די קערפער, פאר דעטאלן קען מען ליינען און זעהן אין די לינקס.
איין אויסגערופענע וועג פון זייער דורש אך המתים איז אז די אגארי האלטן פאר זיך די קעפ פון די פארברענטע גופים, זיי גלייבן אז די לעבן קראפט פון דעם פארשטארבענעם קלינגט צו דער קאפ, און אז מיט געוויסע מעטאדן (ספּעציעל אלקאהאל פארן טויטן), זענען זיי ביכולת צו ארויסרופן די גייסט פון דעם פארשטארבענעם און באקומען קאנטראל איבער אים פאר וואס מען וויל.
למעשה זעט מען נישט גארנישט אויף די ווידעא, חוץ א צורידערטער מי רגלים טרונקער און אש פון פגרים.
ווי איראניש איז ווען די אמעריקאנער ריפארטער, פאלט פאר די אגורי גלויבן, בלויז פארן געבן גלייך בארעכטיגונג פאר די קרעציגע.....
דורש אל המתים מוז נישט דוקא זיין ווען איינער ערווארט צו הערן עפעס פונעם מת, כמדומה לי אז ווען איינער לייגט ארויף אן אינוויטעישאן אויף א מצבה קוקט עס נישט אויס ווי א דורש אל המתים??
Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 11:35 am
דורך סאדאם חוסעין
ניין ביי א חתונה בריוול פרעגט מען גארנישט פון די מת, אפשר איז א לויה אויך דורש אל המתים?
דורש איז טייטש פרעגן אז די מת זאל ענטפערן
Re: איז טאקע היינט נאך דא דורש אל המתים?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:49 pm
דורך צוקוועטשטע איילבירטן
סאדאם חוסעין האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 11:35 am
ניין ביי א חתונה בריוול פרעגט מען גארנישט פון די מת, אפשר איז א לויה אויך דורש אל המתים?
דורש איז טייטש פרעגן אז די מת זאל ענטפערן
יכול להיות, אבער ס'באלאנגט נישט פאר'ן עם נבון וחכם, דאס איז אמאל זיכער