בלאט 2 פון 5

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:26 pm
דורך קרעקער
ער דארף עס ווען מאכען אין די זעלבע סטעדיום ווי סאיז געוועהן די אינטערנעט אסיפה מיט אלע רבנים
קיינער וואהלט נישט געקענט אסערען אהינציגיין

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:27 pm
דורך מנשה לוסטיג
להד''ם איז א באקאנטע אויסדרוק פאר ווער ס'האט געלערנט א בלאט גמרא.
ל'א ה'יו ד'ברים מ'עולם..

איך קען גוט ליפא פון זיין פריעסטע יוגענד, און ביז היינט צו טאגס, ער איז גארנישט אנדערש, אמאל שפילט ער רבי און אמאל גלח, ס'נישט מער ווי א מאסק, ער איז דא פאר אינטערטעימענד, און ער האט דעם ציבור מעריצים בגדול.
ווער ס'האט אמאל געשפירט אז ער איז בדרך לא דרך, האט זיך שוין באקאנט געמאכט מיטן וועג אוועק פון עהם, און אויב אזוי מה כל הרעש? וואס איז די שעלטעריי כאילו עפעס נייע חידושים האט מען יעצט אנדעקט, וואס מ'האט נישט געוואוסט וועגן עהם..
אלא מאי, כאן מצא בעל דין לגבות את חובו, פשוט אז מ'קען אריינפראקן אביסל דברי נבלה אויף עהם, הגם עהם גייט עס גאנץ גוט אז מ'רעדט פון עהם, אבער דער שעלטער מיינט נעבעך אז אין הימל באלעקט מען זיך מיט זיינע תגובות דא.. אויב ער מיינט.. לכאורה מיינט ער גארנישט נאר זיך און זיי עגאיזעם

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:31 pm
דורך סאשי פיש
בן-זומא האט געשריבן:די מיינסט אז אויב די וועסט שרייבן פאני ראשי תיבות וואס קיינער ווייסט במילא נישט וואס סמיינט גייסטי ווערן גערעכט??? ווארט נאר ביז מארגען וועסטי זעהן לויט וויפל לייקס איך באקום אז רוב נארמאלע מענטשען האלטען אויך אזוי!!!!

קודם זע איך ווער עס רעד!!
״אז מען לערנט נישט קען מען נישט״
להד״ם = לא היה דברים מעולם

מנשה האקט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:11 pm
דורך שושן פורים
טמאו את היכל קדשיך!!!!!

מיט גרויס צער נעמט כלל ישראל אויף די ביטערע בשורה, אז דער ברואדוועי גאס וואס איז שוין פארהייליגט ביי כלל ישראל שוין טויזענטע יארן , ווי אידן זענען זיך אייביג צוזאמגעקומען צו שפירן עפעס העכערס , ווי ווען אימער א איד האט געהאט א פראבלעם ספעציעל אין שלום בית, איז מען אייביג געומען צו דעם מקום זיך אויסגיסן דאס הארץ , א פלאץ וואס הונדערטע זענען שוין געהאלפן געווארן מיט שידוכים ועוד, וואס כידוע האט רביהקוה"ט זיעועכי"א זצוקללההההההההה"ה זיך אויסגעדרוקט בשעת'ן גרינדען די מצה בעקערייי אז בלויז אויף בראדוועי קען מען זיין פארזיכערט אז די מלאכים בצורת רוסקיס וועלן היטן אויף די מצות .

אט דער מקום קדוש שטייט אויס מטומא צו ווערן מיט די נידריגסטע עלעמענטן , וואס בלויז זייער אנוועזנהייט אויף די וועלט פארשאפט צער פאר אונזערע מנהיגים שליט"א, און ווער רעדט נאך ווען זיי עפענען זיך דאס מויל און זענען מפטפט זייערע דברי הבל ווי כאילו אז מ'קען זיין א איד אהן א בארד , אדער אהן צוויבל קוגל שבת , אדער גאר מיטן זינגען אנדערע ניגונים ווי מיזמור לדוד איי איי איי איי , אויף וואס רבינו הקדוש האט זיך אויסגעדריקט אז מיט יעדע "איי" אין די ניגון מאכט מען אז א ציוני זאל ליידן פון OCD, ווי אויך ברענגן די חברה כמה פעמים אריין א געשמאק אין די לעבן פון צובראכענע אידן , א זאך וואס אחב"י אין אלע דורות האבן זיך געהיטן דערפון ווי פון פייער .

אט די חברה גרייטן זיך מטמא צו זיין אונזער מקום קדוש מיט ביליגע הוליערייען כדרך הגוים .

מי שיראת השם נוגעת בלבבו ווערט געבעטן זיך צו ווענדן צו הגה"ק רבשכבה"ג רבי יואל צימערמאן , אדער צו הגה"ק רבי הערשל קלאר , און צוזאמען מטכס עצה זיין וויאזוי צו אפטוהן דעם חרון אף און מרבה זיין כבוד שמים .

הכונו למערכה אדירה למען כבוד שמים!!!!

פרטים יבואו.....

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים: ניין. צימערמאן איז יעצט ביזי. ער האלט אין מיטן מוחה זיין אקעיגן דעם תולדות אהרן רעבע. ער האט שוין געענדיגט (דערווייל) :roll: שרייען ימח שמו אויף הרב שטיינמאן.יעצט שרייט ער שייגעץ אויף דעם תו"א רבי. (ס'א ביטער געלעכטער. אוי לדור שכך עלתה בימיו. ס'איז נישטא ווער ס'זאלל זיי די שור נגח'ס געבן א גוטן שטופ אין שניי אריין. זיי זאלן מאכן גילגול שלג.) :cry:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 9:15 pm
דורך משה געציל
קרעקער האט געשריבן:ער דארף עס ווען מאכען אין די זעלבע סטעדיום ווי סאיז געוועהן די אינטערנעט אסיפה מיט אלע רבנים
קיינער וואהלט נישט געקענט אסערען אהינציגיין

פיר אויס... ווייל אויב יא וואלט עס געווען היפראקוויטיע... געוואלדיג! קאמאנטלאז...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 9:20 pm
דורך מנשה לוסטיג
בכגון דא אמר אמרי דבי מנשיא, ווען ס'שוין דא ווער ס'זאל וויינען קען איך שוין לאכן..
ווען מ'האקט האקט מען אויף אלע, אויב סקווער איז ראנג ביי דיר איז סאטמאר ראנג ביי מיר, און מ'דארף בכלל נישט האקן באמת, אבער אז מ'האקט פליען שפענדלען.. און טייטש נישט אז איך בין אקעגן איינעם, איך האק אויף ווער ס'האקט, און ממילא ווען זיי האקן אויף עפעס וואס זיי טוען פונקט ענליכעס האקן מיר אויך אויפן צד שכנגד.

איך וואלט געזאגט, איך בין אליינס מסופק צו ליפא איז כעס'יק אדער לאכעדיג וועגן דעם שערוריא קעגן עהם.. נאך טיפער, נישט איך מסופק, ליפא איז אליינס מסופק.. צו ער זאל זיין בייז צו ער זאל לאכן..
ס'באמת א שאד די מאס שפייעכטס אויף א נושא וואס איז קלארזיכטיג און קרעפטיג, ליפא בלייבט ליפא און איז נישט מעלה און נישט מוריד, און האקער בלייבט האקער ולא עלתה לו אלא האקעריתו.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:08 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
berlbalaguleh האט געשריבן:שושן פורים: ניין. צימערמאן איז יעצט ביזי. ער האלט אין מיטן מוחה זיין אקעיגן דעם תולדות אהרן רעבע. ער האט שוין געענדיגט (דערווייל) :roll: שרייען ימח שמו אויף הרב שטיינמאן.יעצט שרייט ער שייגעץ אויף דעם תו"א רבי. (ס'א ביטער געלעכטער. אוי לדור שכך עלתה בימיו. ס'איז נישטא ווער ס'זאלל זיי די שור נגח'ס געבן א גוטן שטופ אין שניי אריין. זיי זאלן מאכן גילגול שלג.) :cry:



וואס וואולסטו די זעיסטנישטמיטדי אויגן ווי תולדות אהרן פארט אפ :lol:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:20 am
דורך פיטומי מילי
מר בן זומא להד״ם איז א ר״ת וואס יעדע תינוק בן יומו ווייסט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:23 am
דורך sefish
להד״ם איז ר"ת ל'יפה ה'אדעוועט ד'ורות מ'שוגעים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:29 pm
דורך berlbalaguleh
בערל_פרוכטבייסער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שושן פורים: ניין. צימערמאן איז יעצט ביזי. ער האלט אין מיטן מוחה זיין אקעיגן דעם תולדות אהרן רעבע. ער האט שוין געענדיגט (דערווייל) :roll: שרייען ימח שמו אויף הרב שטיינמאן.יעצט שרייט ער שייגעץ אויף דעם תו"א רבי. (ס'א ביטער געלעכטער. אוי לדור שכך עלתה בימיו. ס'איז נישטא ווער ס'זאלל זיי די שור נגח'ס געבן א גוטן שטופ אין שניי אריין. זיי זאלן מאכן גילגול שלג.) :cry:



וואס וואולסטו די זעיסטנישטמיטדי אויגן ווי תולדות אהרן פארט אפ :lol:

שרעק דיך נישט. איך גיי נאכנישט ווערן א תולדות אהרן חסיד. ס'דארף געשעען א סאך זאכן פאר דעים. למשל אז די זון זאל אויפשיינען אויף מערב און אונטערגיין אויף מזרח. אדער אז דער אטלאנטיק אוש'ן זאל זיך שפאלטענען. כ'האב נאר געואלט אנמערקן וואו דאס קנאות שטייט איין. ביי וועימען. אז דער טיפה סרוחה קען שרייען אויף אן אלטן איד "ימח שמו" האטצעך אלעס אויפגעהערט. :lol: :roll: :twisted: :evil:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:33 pm
דורך בן-זומא
סאשי פיש האט געשריבן:
בן-זומא האט געשריבן:די מיינסט אז אויב די וועסט שרייבן פאני ראשי תיבות וואס קיינער ווייסט במילא נישט וואס סמיינט גייסטי ווערן גערעכט??? ווארט נאר ביז מארגען וועסטי זעהן לויט וויפל לייקס איך באקום אז רוב נארמאלע מענטשען האלטען אויך אזוי!!!!

קודם זע איך ווער עס רעד!!
״אז מען לערנט נישט קען מען נישט״
להד״ם = לא היה דברים מעולם

מנשה האקט


סאיז פינקט ווי אשפ"ג, די ווייסט מסתם נישט וואס אשפ"ג מיינט און איך האב נישט געוואוסט אז להד"ם איז נתריקון: לא היו דברים מהם. מוראדיג

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:34 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מעולם נישט מהם. אבער וואס איז א פארגלייך להד"מ איז שוין טויזענט יאר אלט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:48 pm
דורך berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:מעולם נישט מהם. אבער וואס איז א פארגלייך להד"מ איז שוין טויזענט יאר אלט

ר' פינטל. איך מיין א ביסל עלטער. ס'איז אן אויסדרוק אין די גמרא. מיין גמרא איז בערך 1,600 יאר אלט. :x :) :o

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:49 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ממש? קענסט מאכן אסאך געלט ביי דע קעסטענבוים ליצוטאציע :lol:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:57 pm
דורך berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ממש? קענסט מאכן אסאך געלט ביי דע קעסטענבוים ליצוטאציע :lol:

גוט. ווי קומט עס פאר?! דו דערמאנסט מיך א ווערטל פון מיין ראש ישיבה. זצ"ל. ווען ס'איז געווען א שמועס אז מדינת ישראל זאל צוריקגעיבן דעם מדבר סיני פאר מצרים. האטצעך געטון גאנצע פארהאנדלונגען צי מ'זאל יא צוריקגעיבן אדער נישט. האטצעך בן גוריון אנגערופן. "איך בין מסכים צוריקצוגעיבן דעם גאנצן סיני, מיט די תורה צוזאמען.... :x :P :roll: 8-)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 1:58 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דער ווערטל איז אן אמת אויך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 3:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
אשפ''ג שטאמט גראדע פונעם משכילה - ליבי פאללאק הנודעה לשמצה
די אויסלייג איז א'יך ש'פרונג פ'אר ג'עלעכטער

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 3:55 pm
דורך מ גפני
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אשפ''ג שטאמט גראדע פונעם משכילה - ליבי פאללאק הנודעה לשמצה
די אויסלייג איז א'יך ש'פרונג פ'אר ג'עלעכטער

משכילה ? בעיסד אויף וואס רופסטו איר אזוי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:00 pm
דורך גנדי
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אשפ''ג שטאמט גראדע פונעם משכילה - ליבי פאללאק הנודעה לשמצה
די אויסלייג איז א'יך ש'פרונג פ'אר ג'עלעכטער


א'יך ש'יס פ'אר ג'עלעכטער

עס איז געווארען די אידישע LOL

http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%A9%D7%A4%D7%92

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:23 pm
דורך סלינקי

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:31 pm
דורך טעפל
וואו איז מען פון בראדוועי אנגעקומען קיין אשפ"ג??

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:33 pm
דורך שמעקעדיג
עס שנייט אינדרויסן און די ראודס זענען גליטשיג ממילא זענען זיי פארפארן פונעם נושא.