בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:05 am
דורך שמעון וואלף
נאה דורש ונאה מקיים. כ'זעה די ביסט מעביר סדרה דורכאויס די וואך
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:27 pm
דורך שמן זית
באמת איז שוין דינסטאג, כ'וועל עס שוין נישט מאכן מיט פינף מינוט א טאג, אבער כ'מוז ארויסברענגען, די אשכול האט מיר מעורר געווען!
בלי נדר גיייט מען זיך נעמען אין די הענט אריין! שנים מקרא ואחד תרגום אי"ה!
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:33 pm
דורך שמן זית
נישט אננעמען קיין טעות, די אשכול האט ארויסגעברענגט אז מיט אביסל אויפאמאל קומט מען אן מער, און דעס האט מיר מעורר געווען.
מיין שכח געב איך פשוט פארן פותח האשכול פארן מיר אויפמערקזאם מאכן דערצו, און מיין ערשטע טריט פאראויס איז "מעביר סדרה זיין".
אביסל אויפאמאל, שוין היינט!
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 3:40 pm
דורך א גוט מארגן
דעת תורה האט געשריבן: איין וויכטיגע עצה (נאר ווער עס האט נישט מעביר סדרה געווען ביז היינט מעג עס נוצן

) מען מעג לכתחילה מעביר סדרה זיין בשעת'ן ליינען. אויב שמועסט ער בשעת'ן ליינען, זאל זיך קובע זיין צו מעביר סדרה זיין דאן.
געהערט אמאל אז אויב מען איז מעביר סדרה בשעתן ליינען און מען זאגט מיט די בעל קורא יעדן פסוק קען מען רעכענען דאס וואס די בעל קורא זאגט פאר איין מאל און נאכדעם דארף מען נאר נאך זאגן תרגום
אויב איינער ווייסט אויך דערפון וואלט איך געקענט באשטיין צו וויסן א מקור אויב מען קען זיך פארלאזן אויף דעם
נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 2:16 pm
דורך שמעקעדיג
א בפירוש'ער מעשה רב!
(סיי פון הרב וואזנער זצ"ל און סיי סאטמאר רב זצ"ל)
.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:24 am
דורך ברסלבער
אויף קול מבשר האבן זיי געלופטערט א קורצע אינטערוויו (114) דעם פרייטאג, איבער מעביר סדרה זיין.
דער בעל דרשן זעט אויס האט זיך גוט פארגעקוקט, ער ווייסט צו זאגן ווען מען דארף זאגן מיט'ן טעם העליון און ווען מיט'ן טעם התחתון. ער ווייסט אפילו וואס מען האט צו טון ווען ס'איז דא א פסקא באמצע הפסוק, אויב מען מעג דארט מפסיק זיין, ער זאגט אז ר' פנחס'ל קאריצער פלעגט נישט מפסיק זיין דארט. און אז עס דא מנהגים אויב מ'זאל מעביר סדרה זיין מיט די תפלין אדער אן, נאך חצות אדער פאר, און אזוי ווייטער.
די פשוטע הלכות פון שלחן ערוך איבער מעביר סדרה זיין, דאס האט ער אבער פארגעסן צו לערנען. ער זאגט אז עס איז דא עפעס א שיטה פון ווילנער גאון אז מ'קען שוין מעביר סדרה זיין פון זונטאג, יעדן טאג פון די וואך איין שטיקל, ביז מען ענדיגט סוף וואך די גאנצע פרשה.
דאס איז נישט קיין שיטה פון ווילנער גאון, נאר דאס איז דער פשוטער שלחן ערוך, און לויט'ן שו"ע איז דאס דער לכתחלה'דיגער וועג. פארקערט, דאס מעביר סדרה זיין פרייטאג אדער שבת איז בכלל נישט קיין הלכה, נאר דאס איז עפעס אן ענין וואס דער אר"י הק' זאגט, און לויט'ן אריה"ק דארף מען אויך מעביר סדרה זיין אין א ספר תורה.
די איבריגע זאכן, אז מען טאר נישט אויסרעדן, צי מ'זאל זאגן פסוק בפסוק, אז מ'זאל עס זאגן מיט די טראפן, מ'זאל עס טון מיט די תפלין, וכדו', די אלע זאכן זענען נישט קיין הלכות, נאר שפעטערדיגע צוגעלייגטע ענינים.
אזוי זעט מען אויס ווען מ'מאכט פונ'ם טפל אן עיקר.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 6:42 pm
דורך shem-tov
ידידי ברסלבר, האסט דאך אליינס געזאגט די תשובה ווייל כידוע טוען מיר אלעס ע"פ האר"י הק' דעריבער טוט אזוי רוב וועלט בנוגע שמו"ת. חוץ בחצר הקדש ברסלב ועוד כמה מקומות
ויקרא להן שמו"ת
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 7:46 am
דורך shem-tov
איצט זעה איך אז סאיז אייביג געווען חילוקי דעות אין דעם ענין. סדא א טייטש פון באבובער רב ז"ל אויף די וואכעדיגע סדרה ויקרא להן שמו"ת יעדער זאל מעביר סדרה זיין ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום כשמו"ת אשר קרא להן אביו אזוי ווי זיין טאטע פלעגט מעביר סידרה זיין אזוי ווי סדא אסאך מנהגים זאל זיך יעדער פירן אזוי אזוי ווי מהאט אים אויסגעלערענט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:30 am
דורך שמעקעדיג
אין כל חדש, אזוי ווי אייביג, טו ווי דער טאטע, נו אודאי אזוי, מסורה מסורה.
אבער וואס טוצעך אויב דו ביסט נישט מעביר סדרה אזוי ווי דער טאטע, ווייל עס קומט אן זייער שווער, און לכבוד דעם קומט אויס אז א ריזיגע פראצענט כלל ישראל איז בכלל נישט מעביר סדרה, ווייל ס'איז אדער "מיי וועי" אדער גארנישט; פאר די חברה זאגט מען, ליבערשט כלך לך מדרך זו, יש לכם על מי לסמוך, גיי צו א גרינגערע סדר, און זאג יעדן טאג אביסעלע, ווי איידער גארנישט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:45 am
דורך ברסלבער
וואס טוט זיך אויב דער טאטע האט בכלל נישט מעביר סדרה געווען? דארף מען אויך נאכגיין די מסורה?
און עס שמעקט מיר נישט דער אויסדרוק פון @שמעקעדיג "יש להם על מה לסמוך", אין די צייט ווען דאס איז דער פשוטער טרוקענער לכתחילה'דיגער וועג אין שלחן ערוך בלי שום חולק. דאס מעביר סדרה זיין אום שבת איז שוין א דיעבד, און דאס משלים זיין די קומענדיגע וואך ביז דינסטאג איז שוין א דיעבד שבדיעבד.
זאג נאר, די וואך איז דער זמן הדה"נ בערך פיר דרייסיג. ווען פונקטליך גייט מען מעביר סדרה זיין?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 12:07 pm
דורך שמעקעדיג
ברסלבער האט געשריבן:עס שמעקט מיר נישט דער אויסדרוק פון @שמעקעדיג "יש להם על מה לסמוך", אין די צייט ווען דאס איז דער פשוטער טרוקענער לכתחילה'דיגער וועג אין שלחן ערוך בלי שום חולק
דו ווייסט דאך וואס מ'זאגט ביי אונז, דער שו"ע איז געמאכט בלויז פאר גרים, ווארום מיר האבן דאך א מסורה אויף יעדע פרט ופרט...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 4:36 pm
דורך ברסלבער
שוין געענדיגט ב"ה מעביר סדרה זיין פ' שמות ביז שני.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 5:08 pm
דורך פארשוויגען
יישר כח ברסלבער דיין ארטיקל איז אזוי מורא'דיג צו דער זאך און געשמאק.