בלאט 2 פון 17

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2016 5:03 pm
דורך כלבאשבוע
אבטולמוס האט געשריבן:אויף "ווייערד" האב איך געזען אז זיי נעמען יא אן אז ער זאגט דעם אמת.

אויב רעדסטו פון דעם ארטיקל https://www.wired.com/2016/05/craig-wri ... s-creator/
זענען זיי גאנץ פארווע, און דער ערשטער קאמענטער דארט איז כשר גערעכט.

אויף טוויטער טענהט מען אז Gavin Andresen איז פיין פארנארט געווארן https://twitter.com/petertoddbtc/status ... 4345917441

נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2016 9:20 am
דורך כלבאשבוע
ער טשיקענט ארויס, יחידים גלייבן אים נאך אלץ, רוב וועלט נישט
http://www.ibtimes.com/bitcoin-creator- ... im-2364503

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 4:17 pm
דורך סמבטיון
לויט ווי איך האב יעצט געטשעקט האלט עס ביי 5660 זייער שטארק געשטיגן, קען זיך איינער אויס דא צו עס לוינט צו אינוועסטן דארט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 4:24 pm
דורך כלבאשבוע
קען מען דען וויסן? יודעי דבר האלטן אז סגייט אט אט קראכן אבער אסאך פענס האלטן פארקערט

דער עקספערט מאכט א פשרה און טענהט אז סגייט נאך ארויפגיין פאר סקראכט: https://stockhead.com.au/experts/bitcoi ... ys-expert/

למעשה, איז א פאקט אז א אינוועסטמענט פון $1000 אין ביטקוין אין 2011 איז היינט ווערט איבער 5.5 מיליאן! אבער די סארט רווחים איז היסטארי און פערזענליך וואלט כגעשטאנען ווייט דערפון היינט צוטאגס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 5:16 pm
דורך סמבטיון
פארוואס וואלסטו געשטאנען ווייט פון דעם?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 6:02 pm
דורך כלבאשבוע
1 ווייל געווענליך לוינט נישט צו אינוועסטירן ווען א זאך איז זייער הויעך, 2 סאיז לכאורה א באבעל און מהאלט ממש פארן קראך

אין אנדערע ווערטער צו אינוועסטירן יעצט אין ביטקוין איז שטארק ריסקי און מדארף מען זיין גרייט אלעס צו פארלירן און כבין נישט מוכן צו פארלירן אזעלכע סכומים

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 9:01 pm
דורך הויזן טראגער
ביזדערווייל הייסט נאך אז סגייט ארויפגיין ביז 20 אלפים אין די קומענדיגע צוויי יאר.

אויך איז דא אסאך אנדערע קריפטא קורענסיעס, נאר ביטקוין האט די מערסטע טשענס ווייל ער איז געווען די ערשטע, אבער קריפטא קורענסיעס גייען נישט אוועק

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:03 am
דורך אישתישבי
ביטקאון איז ווייניגער ריסקי מיט יעדער טאג וואס עס גייט אהן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:06 am
דורך קורקלענד
הויזן טראגער האט געשריבן:ביזדערווייל הייסט נאך אז סגייט ארויפגיין ביז 20 אלפים אין די קומענדיגע צוויי יאר.

אויך איז דא אסאך אנדערע קריפטא קורענסיעס, נאר ביטקוין האט די מערסטע טשענס ווייל ער איז געווען די ערשטע, אבער קריפטא קורענסיעס גייען נישט אוועק

וואס מיינט אז ס'הייסט? וואס איז די חשבון? עפעס זאכליך?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:25 am
דורך קורקלענד
אישתישבי האט געשריבן:ביטקאון איז ווייניגער ריסקי מיט יעדער טאג וואס עס גייט אהן.

וואס מיינט ווייניגער ריסקי? די שאנסן אז ס'זאל טראסקענען צוריק צו צוויי הונדערט דאלער זענען ווייטער דא. אדרבה ס'איז גאנץ שווער מסביר צו זיין פארוואס ס'שטייט יעצט ביי זעקס אלפים.

אויב איז די סיבה פארוואס מענטשן קויפן יעצט קריפטא-קארענסיס איך ורק ווייל זיי גלייבן אז ס'גייט איין טאג זיין ווערט מער געלט, דאן קוואליפיצירט עס אלס א באבל און מ'דארף נזהר זיין וויאזוי מ'האנדל'ט דערמיט. אויב אבער איז די סיבה פארוואס די עולם קויפט עס פשוט ווייל מען וויל זיך דערמיט באנוצן דאן איז מעגליך אז ס'זאל ארויפגיין לויט די דימענד. לויט ווי ס'קוקט מיר אויס קויפט איצט די עולם אויף נישט צו ניצן, וואס מאכט עס שטארק ריסקי, ווייל עס טראגט נישט קיין אנדערלייאינג ווערט.

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 2:16 am
דורך הויזן טראגער
עס איז דא א געוויסע מאקסימום וויפיל קוינס עס גייט געמיינט ווערן, אין אויב אלעס איז פארקויפט גייט עס נישט צוריק צו 200.
מענטשן קויפן עס נישט נאר ווייל עס גייט שטייגן, קרימינעלן ניצן עס ווייל סאיז שווער צו טרעקן, מענטשן מיט שווארץ געלט ניצן עס, מענטשן האלטן זייער סעווינגס אין ביטקוין ווייל סיז מער פארזיכערט ווי די קורענסי פון זייער קאנטרי אדער ווייל זיי לעבן אינטער א קארופטירטע גאווערמענט, אין הייזער מיט געלט קען מען זיי צונעמען אבער ביטקוין נישט.
חוץ פון דעם אלעס קומען יעדן טאג צו נייע מערשאנטס אין ווענדארס וואס אקסעפטן ביטקוין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:28 am
דורך קורקלענד
הויזן טראגער האט געשריבן:עס איז דא א געוויסע מאקסימום וויפיל קוינס עס גייט געמיינט ווערן, אין אויב אלעס איז פארקויפט גייט עס נישט צוריק צו 200.
מענטשן קויפן עס נישט נאר ווייל עס גייט שטייגן, קרימינעלן ניצן עס ווייל סאיז שווער צו טרעקן, מענטשן מיט שווארץ געלט ניצן עס, מענטשן האלטן זייער סעווינגס אין ביטקוין ווייל סיז מער פארזיכערט ווי די קורענסי פון זייער קאנטרי אדער ווייל זיי לעבן אינטער א קארופטירטע גאווערמענט, אין הייזער מיט געלט קען מען זיי צונעמען אבער ביטקוין נישט.
חוץ פון דעם אלעס קומען יעדן טאג צו נייע מערשאנטס אין ווענדארס וואס אקסעפטן ביטקוין.

על ראשון ראשון.

אפי' מיט א מאקסימום פון צוואנציג מיליאן איז נאכנישט איבערצייגענד וויפיל פונקטליך עס איז ווערט. ווילאנג איך פארשטיי נישט די אמת'ע ווערט איז שווער דן צו זיין. ווי אויך איז די מאקסימום טעאריע לעצטענס שוואכער געווארן מיט די אלע פארקס וואס גאפלן זיך אפ.
יא ס'זענען דא אזעלכע וואס קויפן עס אויף צום ניצן, אבער אזויווי ס'האלט אין איין שטייגן מאכט דאס אז מענטשן זאלן עס אויפהערן ניצן און ענדערשט זיצן זיי דעראויף וואס איז גורם אז ס'זאל זיין ווינציגער אין צירקולאציע, וואס איז ווידער גורם אז ס'זאל שטייגן, און אזוי ווייטער ביז ס'גייט אריין אין באבל טעריטאריע, און דערנאך העכער און העכער, ביז פלוצים דערזעהט זיך יעדער האלטנדיג א ליידיגע זאק. דעריבער האלט איך אז ווילאנג מ'קען נישט אויסרעכנען א לאגישע און ראציאנאלע חשבון אויף די אמת'ע אנדערלייאינג ווערט דאן איז עס א גרויסע ריסק.

רוב מערטשענטס וואס אקצעפטירן ביטקוין, אקצעפטירן עס נישט באמת. דאס הייסט אז זיי רעכענען פרייזן און טראנזאקציעס אויף פיאט וואלוטע, און זיי אקצעפטירן ביטקוין נאר מיט א פרייז דורך פירט, און זיי טוישן עס גלייך אויף. על פי רוב רירט די מערטשענט ניטאמאל צו די ביטקוין'ס, זיי זעהן און ניצן נאר דאלעקס.

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:33 am
דורך הויזן טראגער
די ווערט איז נאר רעקועסט אין דעמענד, במילא ווילאנג מענטשן האלטן עס גייט עס נאר שטייגן, אין אז סשטייגט זוכן עס מענטשן מער.
עס גייט נאר טראסקענען ווען אסאך מענטשן גייען עס ארויסלייגן צו פארקויפן אין קיינער גייט עס נישט קויפן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 10:50 am
דורך קורקלענד
הויזן טראגער האט געשריבן:די ווערט איז נאר רעקועסט אין דעמענד, במילא ווילאנג מענטשן האלטן עס גייט עס נאר שטייגן, אין אז סשטייגט זוכן עס מענטשן מער.
עס גייט נאר טראסקענען ווען אסאך מענטשן גייען עס ארויסלייגן צו פארקויפן אין קיינער גייט עס נישט קויפן.

פון די ריסק רעד איך. און ס'איז גאנץ א גרויסע, און מ'דארף זיין זייער געווארענט. אויך דארף באטאנט ווערן אז ביטקוין איז טאקע דער ערשטער, אבער ס'ווייט פון די בעסטע, און דעריבער איז זייער מעגליך אז א אנדערע מיט בעסערע מעלות אדער מיט ווייניגער חסרונות זאל עווענטועל איבערנעמען איר פלאץ.

בד''וו סופליי און דימענד איז לאו דוקא די ווערד ס'איז סך הכל די פרייז.....

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 12:00 pm
דורך סמבטיון
סתם פאר די אינטערסאנטקייט, פון נעכטן ביז היינט איז עס ארויף מיט איבער 200 דאלער

נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 12:05 pm
דורך סמבטיון
האלט שוין ביי 6380!!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 8:59 pm
דורך [NAMELESS]
גוגל זאגט אז ס'האלט שוין ביי 6776.98
אונז שטיי מיר אין די זייט און טראכטן אין די צייט וואס אנדערע ווערן רייך
ווער וויל צוזאמשטעלן א קאווע שטיבל אינוועסטמענט פאנד?
מ'וועט קויפן צוזאמען אפאר ביטקוינס ונראה מה יהיו חלומותיו, וועט עס ארויפגיין גאר הויעך איז דאך גוט, און אויב נישט וועלן מיר כאטש נישט שרייען ווי בין איך געווען ווען ס'איז ווערט געווען זיבן טויזענעט דאללער....

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 9:02 pm
דורך סמבטיון
מבינים זאגן אז עס גייט נאך ארויף גיין ביז 20 אלפים, ביזט נארמאל, מאך דיך נישט נאריש, עס גייט אט אט קראכן.. יא יא, אזוי זאגט מען שוין זייט 2011 און דער וואס האט דעמאלטס אינוועסטעט מאכט יעצט א חיים טובים.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 9:15 pm
דורך קורקלענד
סמבטיון האט געשריבן:מבינים זאגן אז עס גייט נאך ארויף גיין ביז 20 אלפים, ביזט נארמאל, מאך דיך נישט נאריש, עס גייט אט אט קראכן.. יא יא, אזוי זאגט מען שוין זייט 2011 און דער וואס האט דעמאלטס אינוועסטעט מאכט יעצט א חיים טובים.

פעלט הסברה. ווער זענען די מבינים? וואס איז די חשבון? און בכלל וויל איך פארשטיין וויאזוי בכלל מ'קען זיין א מבין אויף עתידות?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 9:21 pm
דורך סמבטיון
אז סעדא א דימענד און מענטשן טראסטן עס גייט עס ארויף ווי מעשיגע, דאס פארשטייסטו יא אז אין די לעצטע צוויי וואכן איז עס ארויף מיט 2 אלפים?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 9:25 pm
דורך [NAMELESS]
קורקלענד האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:מבינים זאגן אז עס גייט נאך ארויף גיין ביז 20 אלפים, ביזט נארמאל, מאך דיך נישט נאריש, עס גייט אט אט קראכן.. יא יא, אזוי זאגט מען שוין זייט 2011 און דער וואס האט דעמאלטס אינוועסטעט מאכט יעצט א חיים טובים.

פעלט הסברה. ווער זענען די מבינים? וואס איז די חשבון? און בכלל וויל איך פארשטיין וויאזוי בכלל מ'קען זיין א מבין אויף עתידות?

עפעס אזוי ליינט זיך אין די נייעס
די חשבון פארוואס ס'זאל געשעהן איז די זעלבע חשבון פארוואס ס'איז בכלל עפעס ווערט, ס'איז ווערט מער ווי א קוואדער אן קיין שום חשבון, וע"ד זה קען עס אנקומען גאר הויעך. כ'וואלט געזאגט אז ס'איז בערך ווי די אתרוגים מארקעט, ס'איז דא וויפל מ'וויל, מ'קען אייביג ברענגן נאך, דאך צאלן מענטשן דערפאר, (ס'האט ניטאמאל די פשוטע סיבה פון סופליי און דימענד)

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 9:38 pm
דורך הויזן טראגער
מען קען נישט אייביג ברענגען נאך, די מיינינג פון די קוינס האט א סיסטעם, סווערט היינט געמיינט אסאך אסאך ווינציגער ווי אמאל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 9:42 pm
דורך קורקלענד
שלום שטיסל האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:מבינים זאגן אז עס גייט נאך ארויף גיין ביז 20 אלפים, ביזט נארמאל, מאך דיך נישט נאריש, עס גייט אט אט קראכן.. יא יא, אזוי זאגט מען שוין זייט 2011 און דער וואס האט דעמאלטס אינוועסטעט מאכט יעצט א חיים טובים.

פעלט הסברה. ווער זענען די מבינים? וואס איז די חשבון? און בכלל וויל איך פארשטיין וויאזוי בכלל מ'קען זיין א מבין אויף עתידות?

עפעס אזוי ליינט זיך אין די נייעס
די חשבון פארוואס ס'זאל געשעהן איז די זעלבע חשבון פארוואס ס'איז בכלל עפעס ווערט, ס'איז ווערט מער ווי א קוואדער אן קיין שום חשבון, וע"ד זה קען עס אנקומען גאר הויעך. כ'וואלט געזאגט אז ס'איז בערך ווי די אתרוגים מארקעט, ס'איז דא וויפל מ'וויל, מ'קען אייביג ברענגן נאך, דאך צאלן מענטשן דערפאר, (ס'האט ניטאמאל די פשוטע סיבה פון סופליי און דימענד)


עפעס אזוי ליינט זיך אין די נייעס


אין מיין עקספיריענס פארלירט מען די הויזן ווען מ'אינוועסטירט אויף וואס די נייעס זאגט.

די חשבון פארוואס ס'זאל געשעהן איז די זעלבע חשבון פארוואס ס'איז בכלל עפעס ווערט, ס'איז ווערט מער ווי א קוואדער אן קיין שום חשבון,


ביטקוין איז זייער א קליגע און שטארקע קאנצעפט/רעאליטעט און עס איז שוין איינמאל ווערט. ס'איז לכאורה ווערט אסאך מער ווי א קוואדער מיט גאר שטארקע חשבונות. די (מיליאן דאלאר) שאלה איז וויפיל איז עס באמת ווערט.

וע"ד זה קען עס אנקומען גאר הויעך.

ס'קען גיין ביידע וועגן ארויף און אראפ, אז ס'גייט ארויף קען מען עס מסביר זיין, און אז ס'גייט אראפ קען מען עס בעסער מסביר זיין.

כ'וואלט געזאגט אז ס'איז בערך ווי די אתרוגים מארקעט, ס'איז דא וויפל מ'וויל, מ'קען אייביג ברענגן נאך, דאך צאלן מענטשן דערפאר,


ניין. ס'נישט אזוי. ס'נישט דא וויפיל מען וויל, און מ'קען נישט ברענגן נאך. דאס איז איינער פון די שטערקסטע מעלות פונעם ביטקוין, ס'איז נאר דא א מספר מצומצם.

(ס'האט ניטאמאל די פשוטע סיבה פון סופליי און דימענד)


ס'ארבעט אין א געהעריגע סופליי און דימענד מארקעט. די סיבה פארוואס ס'איז איצט אויף די פרייז איז וועגן די דימענד. די שאלה איז נאר צו ס'איז אין באבל טעריטאריע, א רעפעטאציע פון די היסטארישע טוליפ קריזיס.