ירושלים האט געשריבן:בערל_פרוכטבייסער האט געשריבן:....הבעלזא'ער וודאי לא יבוא לבד, ובכלל לא אוחז מזה, לדעתו עדיף לעשות באלאגאן בארץ ישראל
נו שוין, האלט ער ווי מיר, איז ער דאך יא א חכם,
אלץ אנגעהרעט אז ער איז קליג, יעצט בין איך איבערצייגט געווארען!
derech eretz האט געשריבן:@KolHaolam:
ISRAEL: According to report, all Rebbe's will attend besides Erloy & Slonim, they'll fly together on a private plane, as early as next week.
קופערניקוס האט געשריבן:וחלופיהן האט געשריבן:מען קען דאווענען דער עראפלאן זאל אראפפאלן און מען וועט זיי אלע פטור ווערן בבת אחת. דאס וועט זיין א וואנס אין א לייפטיים ישועה.
וואספארא מין שפראך איז דאס? הער אויף שעלטן, ויה"ר שיייהפך הקללה לברכה, יתן ה' בינה בלב מנהיגי העדות.
וחלופיהן האט געשריבן:מען קען דאווענען דער עראפלאן זאל אראפפאלן און מען וועט זיי אלע פטור ווערן בבת אחת. דאס וועט זיין א וואנס אין א לייפטיים ישועה.
וחלופיהן האט געשריבן:מען קען דאווענען דער עראפלאן זאל אראפפאלן און מען וועט זיי אלע פטור ווערן בבת אחת. דאס וועט זיין א וואנס אין א לייפטיים ישועה.
נאר,,פרייליך האט געשריבן:yitami chatueim v'lo chuteim
אליצפן האט געשריבן:וחלופיהן האט געשריבן:מען קען דאווענען דער עראפלאן זאל אראפפאלן און מען וועט זיי אלע פטור ווערן בבת אחת. דאס וועט זיין א וואנס אין א לייפטיים ישועה.
אין מיינע אויגן איז דאס דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל.
אוי לעיניים שכך רואות.
טיטאניק האט געשריבן:מיין מיינינג
יעדער רבי וועט טיען וואס ער האט ליב צו טיען סתם א גרינע דינסטאג אויך, אן קיין קשר צי די יעצטיגע גזירות, אזוי ווי א קינדער וואס חלומ'ען פון "ראלעס" ביי א פלעי, איינער וויל עיקטן ווי א דאקטער, א צווייטער ווי א קעניג, א דריטער ווי א רב....
לויט דעם גייען די פלענער יעצט א גאנג
דער גערער רבי, גלייכט זייער גרויסארטיגע נסיעות, ציזאמען מיט נאך גדולים, אבער ער זאל זיין דער בעל עגלה... מילא ווען אימער מעגליך, ביי יעדע געלעגנהייט, צו סענצט עס יא צו סענצט עס נישט "פארט מען"!
די וויזניצער רבי'ס, האבען זייער ליב צו "פראווענען" אין די פרעמד, מילא אז מען קען שיסן 20 האזלעך מיט איין שאס y not? סיי צוליב טאן דער גערער רבי, סיי "פארען פראווענען" און מיט די "מתן שכרה בצידה" אביסעלע גיין נאך געלט נאך אויך, וואס קען זיין שלעכט מיט דעם?....
דער בעלזער רב, האט פיינט זיך איבערצישטרענגען אפילו א האר, ער איז זייער באקוועם אין זיין אתרוג וואטע, גארנישט גייט עם באדערען, מפון די אנדערע האנט, זיין אגענדע די לעצטע יארען איז: אז ער זאל הייסען דער "מנהיג ישראל", ממילא גייט ער אנדרייען , פראבירען צי "כאפען דעם סטעידזש" מיטען מאכען די רושם אז ער איז בראש פון די מערכה, אבער ווען עס גייט קימען מעשה פון פארען גלייבט קיינער נישט אז ער וועט זיך אינטערהייבען, זייער זייער שווער צי גלייבען. לכאורה וועט ער שיקען זיין בן החכם מיט די באגלייטינג פון ר' פנחס פריעדמאן און ר' שמעון וואלף קליין.
דער באיאנער רבי, א וואויל קינד, פאלגט אייביג זייער שיין וואס די גרויסע ברידערס הייסען, און אז מען הייסט פארען, פארט מען! (מ'וועט שוין אויסניצען די געלעגנהייט פאר צערעמאניעס\פארברעגנונגען).
דער סלאנימער רבי, א היבשער ראדיקאלער עקשן און האלט זיך זייער שטארק צו זיינע פרינציפען, און ער האט א קבלה נישט ארויס צו פארען פון ארצינו הקדושה, און ער וועט זיך נישט ברעכען אפילו אויב זיינע בחורים וועלען גיין אין מיליטער, ביי עם איז פרינציפען העכער אלעם.
דער סאדיגורער רבי, דער מאדזיצער רבי, דער ביאלער רבי, די 3 זענען סתם "לאטערי געווינער" מיט די גאנצע זאך אז זיי זענען אין די "מועצת", קליינע רעבעלעך וואס האבען באקימען גרויסע שיכעלעך, כמובן אז זיי גייען מיט טאנצען מיט די געפארעכטס, ווער האט דען נישט ליב צו פארען אויף א עראפלאן, און זיצען אויבענאן צווישען אלע "גרויסע"??
אבער דאס אלעס האט נישט גארנישט צו טיען מיט די "גזירות גיוס", קיינער גלייבט עניוועי נישט אז די בחורים וועלען צום סוף מיזען גיין, די צדיקים פראבירען צו געבען די רושם אז זיי זענען "נישט גלייכגילטיג" אבער למעשה זענען זיי יא...
די חורבן איז נאר, אז די פרייע ווייסען און זעהן די גלייכגילטיגקייט, און דאס איז פאר זיי גאר גוטע נייעס, און דעריבער גייען זיי ווייטער אן מיט זייערע פלענער פון "גזירות גיוס",
ווען די צדיקים זאלען באמת מורא האבען פון די גזירה וואלטען זיי נישט געפלאנט קיין געפארעכצער קיין אמעריקא, זיי האבען די כח, זיי האבען די בשר, צו פאלערזירען גאנץ ארץ ישראל מיט איין דריק אויפען קנעפל,
שטעלט אייך פאר ווען דער גערער רבי שיסט ארויס א באפעל אז אלע זיינע יונגעלייט און בחורים זאלען זיך זעצען אויף די הויפט-הייוועי'ס פון ארץ ישראל, און עס בלאקירען, וועט נישט מדינת ישראל זיין געפרוירען? איז דאס נישט מיליאן מאל מער עפעקטעוו ווי די גרעסטער פראטעס אין ניו יארק??? ווער רעדט נאך טאמער בעלז און וויזניץ און באיאן טאנצען מיט מיט די "בלאקירען ארץ ישראל" פלאן, מדינת ישראל גייט באנקראט! נתניהו מיט לפיד און בנט וועלען זיך באגראבען אין א מייזען לעכל
אלא מאי, כדלעיל...