בלאט 2 פון 14
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:49 pm
דורך טיטאניק
ירושלים האט געשריבן:בערל_פרוכטבייסער האט געשריבן:....הבעלזא'ער וודאי לא יבוא לבד, ובכלל לא אוחז מזה, לדעתו עדיף לעשות באלאגאן בארץ ישראל
נו שוין, האלט ער ווי מיר, איז ער דאך יא א חכם,
אלץ אנגעהרעט אז ער איז קליג, יעצט בין איך איבערצייגט געווארען!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:36 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
כמעט זיכער אז דאס גייט נישט געשעהן!!
עס גייט געשעהן וואס איז ביז איצט געוועהן.
פליגער'ס וועלן קומען א סאך
אבער אן די רבי'ס צו דער זאך.
רבי'ס וועלן א סאך פארן
אבער נישט צו די אמעריקאנער באדן.
מחאות און פראטעסטן וועט זיין פון א סאך שיכטען
אבער נישט צוזאמען מיט סאטמאר, ביידע סאטמאר'ס ווילען זיך נישט פארפליכטען
סאטמאר וועט מאכן מחאות און פראטעסטן
אבער אן די אגודיסטען, מען קען זיך מיט די ציונים אליינ'ס פארמעסטן.
עס וועט (במציאות) נישט זיין קיין גיוס בני הישיבות
אבער ס'וועט פארקומען כינוסים און עצרות תפילות.
דער עיקר ס'זאל זיין א סאך עקשען
אזוי וועטיעדער האבן סאטיספעקשען.
עס קוקט שוין אויס ערנסטער
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 2:25 pm
דורך נאר,,פרייליך
derech eretz האט געשריבן:@KolHaolam:
ISRAEL: According to report, all Rebbe's will attend besides Erloy & Slonim, they'll fly together on a private plane, as early as next week.
טוישען דירות מיט די איזזראעילישע רעביס
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:27 pm
דורך טיטאניק
אזוי ווי עס גייען קימען צו פליען אזויפיל רעבעס, גייען זיי זיכען אכסניות, אבער ממש א נס, ווייל פינקט דעמעלס וועלען אלע ערליכע אידען פארען קיין תל אביב עיה"ק צי מוחה זיין קעגען דעם טריפה'נעם אמעריקאנער קאנסילאט קעגען די שרעקליכע רדיפת הדת דא אין נאו יארק, און מיר ערליכע אידען וועלען דארפען האבען אכסניות דארט אין ארץ ישראל, מיין איך אז עס איז א גיטע אייצע אז מען זאל פשוט טוישען די דירות, די רעביס פון ארץ ישראל וועלען נעמען אינזערע דירות, און אינז וועלען נעמען זייערע דירות!
וויבאלד איך בין דער ערשטער מיט די איינפאל, כאפ איך אויך ערשט! איך טויש מיר מיט בעלזער רב דירה, ער האט גאנץ א פיינע....

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:42 pm
דורך וחלופיהן
מען קען דאווענען דער עראפלאן זאל אראפפאלן און מען וועט זיי אלע פטור ווערן בבת אחת. דאס וועט זיין א וואנס אין א לייפטיים ישועה.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:59 pm
דורך [NAMELESS]
וחלופיהן האט געשריבן:מען קען דאווענען דער עראפלאן זאל אראפפאלן און מען וועט זיי אלע פטור ווערן בבת אחת. דאס וועט זיין א וואנס אין א לייפטיים ישועה.
וואספארא מין שפראך איז דאס? הער אויף שעלטן, ויה"ר שיייהפך הקללה לברכה, יתן ה' בינה בלב מנהיגי העדות.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:07 pm
דורך נאר,,פרייליך
yitami chatueim v'lo chuteim
sorry i have now a english keyboard
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 7:25 pm
דורך מאטי
קופערניקוס האט געשריבן:וחלופיהן האט געשריבן:מען קען דאווענען דער עראפלאן זאל אראפפאלן און מען וועט זיי אלע פטור ווערן בבת אחת. דאס וועט זיין א וואנס אין א לייפטיים ישועה.
וואספארא מין שפראך איז דאס? הער אויף שעלטן, ויה"ר שיייהפך הקללה לברכה, יתן ה' בינה בלב מנהיגי העדות.
ער שרייבט אלעס בלשון סגי נהור, זיין ניק איז דער דיבור המתחיל פון יעדע תגובה זיינער.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 8:47 pm
דורך שמעקעדיג
און אויב דער פליגער וועט נישט פאלן וועט עס זיין קופערניקו'סנס מופת... כידוע המעשה וכו'
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 8:59 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:און אויב דער פליגער וועט נישט פאלן וועט עס זיין קופערניקו'סנס מופת... כידוע המעשה וכו'
איך האב אבער לדאבוני געווינטשן שיתן בינה בלב המנהיגים. די מופת קען דויערן לאנג...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:38 am
דורך איך אויך
וחלופיהן האט געשריבן:מען קען דאווענען דער עראפלאן זאל אראפפאלן און מען וועט זיי אלע פטור ווערן בבת אחת. דאס וועט זיין א וואנס אין א לייפטיים ישועה.
אט דאס הייסט א מוסטער פון א סאטמארע חזיר!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:57 am
דורך אליצפן
וחלופיהן האט געשריבן:מען קען דאווענען דער עראפלאן זאל אראפפאלן און מען וועט זיי אלע פטור ווערן בבת אחת. דאס וועט זיין א וואנס אין א לייפטיים ישועה.
אין מיינע אויגן איז דאס דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל.
אוי לעיניים שכך רואות.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:34 am
דורך רחב רחב
עס איז דא א בעסערע עצה.
מען זאל נעמן די אלע געלט פון די הוצאת הנסיעה און עס מנדב זיין פאר קופת העיר אז די אלע רבנים (וואס האבן געדארפט פארן) זאלן מתפלל זיין אז די גזירה זאל אוועקגיין..
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:51 am
דורך טיטאניק
רחב רחב האט געשריבן:עס איז דא א בעסערע עצה.
מען זאל נעמן די אלע געלט פון די הוצאת הנסיעה און עס מנדב זיין פאר קופת העיר אז די אלע רבנים (וואס האבן געדארפט פארן) זאלן מתפלל זיין אז די גזירה זאל אוועקגיין..
ווער איז דען קופת העיר? ווער באקימט טשעקס פון דארט? אלעס איין שיסל... וק"ל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:57 am
דורך וחלופיהן
נאר,,פרייליך האט געשריבן:yitami chatueim v'lo chuteim
גערעכט. פארקערט ווי נדב ואביהוא. די פעלצן און געפעפערטע הויזן און פראקן זאלן פארברענט ווערן און זיי זאלן ניצול ווערן אין לייפ דזאקעטס.
עניוויי וויבאלד גדולה מיתת צדיקים שמכפרת וואלט אזא עראפלאן קראך געוועזן ווי א לייפטיים פון יום כיפורס
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:59 am
דורך וחלופיהן
אליצפן האט געשריבן:וחלופיהן האט געשריבן:מען קען דאווענען דער עראפלאן זאל אראפפאלן און מען וועט זיי אלע פטור ווערן בבת אחת. דאס וועט זיין א וואנס אין א לייפטיים ישועה.
אין מיינע אויגן איז דאס דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל.
אוי לעיניים שכך רואות.
און איך בין אזוי פראויד צו זיין דער מחבר דערפון. די מערסטע דיסלייקס עווער!
אפשר וואלט איך געדארפט אנהייבן 'שטעלט אייך פאר ווען דער עראפלאן זאל אראפפאלן...' אבער טאמער וואלט עס דעמאלסט נישט געווען "דער סאמע ערגסטע גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה" לוינט זיך עס נישט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 4:36 am
דורך sefish
בעלזער רב לעבט נאך? אפשר רעדט מען דא פון בעלזן רבין ? דאס מאכט מער סענס
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:31 pm
דורך טיטאניק
sefish האט געשריבן:בעלזער רב לעבט נאך? אפשר רעדט מען דא פון בעלזן רבין ? דאס מאכט מער סענס
מען ריפט עם "בעלזער רב" אזוי ווי אין סאטמאר ריפט מען "רבי" ריפט מען אין גאליציע דער רבי מיטן נאמען "רב"
אן אריינגיין אין זיין פרעזענדליכקייט, דאס איז זיין אמט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 2:07 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
אין באבוב רופט מען אויך באבוב'ער רב
לא מערכה ולא נסיעה, לא דובים ולא יער, א פלעי
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 3:07 pm
דורך טיטאניק
מיין מיינינג
יעדער רבי וועט טיען וואס ער האט ליב צו טיען סתם א גרינע דינסטאג אויך, אן קיין קשר צי די יעצטיגע גזירות, אזוי ווי א קינדער וואס חלומ'ען פון "ראלעס" ביי א פלעי, איינער וויל עיקטן ווי א דאקטער, א צווייטער ווי א קעניג, א דריטער ווי א רב....
לויט דעם גייען די פלענער יעצט א גאנג
דער גערער רבי, גלייכט זייער גרויסארטיגע נסיעות, ציזאמען מיט נאך גדולים, אבער ער זאל זיין דער בעל עגלה... מילא ווען אימער מעגליך, ביי יעדע געלעגנהייט, צו סענצט עס יא צו סענצט עס נישט "פארט מען"!
די וויזניצער רבי'ס, האבען זייער ליב צו "פראווענען" אין די פרעמד, מילא אז מען קען שיסן 20 האזלעך מיט איין שאס y not? סיי צוליב טאן דער גערער רבי, סיי "פארען פראווענען" און מיט די "מתן שכרה בצידה" אביסעלע גיין נאך געלט נאך אויך, וואס קען זיין שלעכט מיט דעם?....
דער בעלזער רב, האט פיינט זיך איבערצישטרענגען אפילו א האר, ער איז זייער באקוועם אין זיין אתרוג וואטע, גארנישט גייט עם באדערען, מפון די אנדערע האנט, זיין אגענדע די לעצטע יארען איז: אז ער זאל הייסען דער "מנהיג ישראל", ממילא גייט ער אנדרייען , פראבירען צי "כאפען דעם סטעידזש" מיטען מאכען די רושם אז ער איז בראש פון די מערכה, אבער ווען עס גייט קימען מעשה פון פארען גלייבט קיינער נישט אז ער וועט זיך אינטערהייבען, זייער זייער שווער צי גלייבען. לכאורה וועט ער שיקען זיין בן החכם מיט די באגלייטינג פון ר' פנחס פריעדמאן און ר' שמעון וואלף קליין.
דער באיאנער רבי, א וואויל קינד, פאלגט אייביג זייער שיין וואס די גרויסע ברידערס הייסען, און אז מען הייסט פארען, פארט מען! (מ'וועט שוין אויסניצען די געלעגנהייט פאר צערעמאניעס\פארברעגנונגען).
דער סלאנימער רבי, א היבשער ראדיקאלער עקשן און האלט זיך זייער שטארק צו זיינע פרינציפען, און ער האט א קבלה נישט ארויס צו פארען פון ארצינו הקדושה, און ער וועט זיך נישט ברעכען אפילו אויב זיינע בחורים וועלען גיין אין מיליטער, ביי עם איז פרינציפען העכער אלעם.
דער סאדיגורער רבי, דער מאדזיצער רבי, דער ביאלער רבי, די 3 זענען סתם "לאטערי געווינער" מיט די גאנצע זאך אז זיי זענען אין די "מועצת", קליינע רעבעלעך וואס האבען באקימען גרויסע שיכעלעך, כמובן אז זיי גייען מיט טאנצען מיט די געפארעכטס, ווער האט דען נישט ליב צו פארען אויף א עראפלאן, און זיצען אויבענאן צווישען אלע "גרויסע"??
אבער דאס אלעס האט נישט גארנישט צו טיען מיט די "גזירות גיוס", קיינער גלייבט עניוועי נישט אז די בחורים וועלען צום סוף מיזען גיין, די צדיקים פראבירען צו געבען די רושם אז זיי זענען "נישט גלייכגילטיג" אבער למעשה זענען זיי יא...
די חורבן איז נאר, אז די פרייע ווייסען און זעהן די גלייכגילטיגקייט, און דאס איז פאר זיי גאר גוטע נייעס, און דעריבער גייען זיי ווייטער אן מיט זייערע פלענער פון "גזירות גיוס",
ווען די צדיקים זאלען באמת מורא האבען פון די גזירה וואלטען זיי נישט געפלאנט קיין געפארעכצער קיין אמעריקא, זיי האבען די כח, זיי האבען די בשר, צו פאלערזירען גאנץ ארץ ישראל מיט איין דריק אויפען קנעפל,
שטעלט אייך פאר ווען דער גערער רבי שיסט ארויס א באפעל אז אלע זיינע יונגעלייט און בחורים זאלען זיך זעצען אויף די הויפט-הייוועי'ס פון ארץ ישראל, און עס בלאקירען, וועט נישט מדינת ישראל זיין געפרוירען? איז דאס נישט מיליאן מאל מער עפעקטעוו ווי די גרעסטער פראטעס אין ניו יארק??? ווער רעדט נאך טאמער בעלז און וויזניץ און באיאן טאנצען מיט מיט די "בלאקירען ארץ ישראל" פלאן, מדינת ישראל גייט באנקראט! נתניהו מיט לפיד און בנט וועלען זיך באגראבען אין א מייזען לעכל
אלא מאי, כדלעיל...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 4:30 pm
דורך ראש הישיבה
דו ווייסט אויך נישט פון קיין בעסערע עצה ווי... בלאקען אלע שאסייען???
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 5:14 pm
דורך zurich
טיטאניק,אוי זאגסטו גיט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 6:16 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
טיטאניק האט געשריבן:מיין מיינינג

היות צו אפצו ענפערן וועט נעמען גאר לאנג ע''כ זאג איך אין איין ווארט אז קיין איין ווארט איז נישט ריכטיג ועוד חזון למועד