בלאט 2 פון 4

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:24 am
דורך berlbalaguleh
טיטאניק: ביסט אייזן. מ'דארף שוין נישט ווארטן ביז פורים קטן. :like :lol: :lol: :roll:

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:36 pm
דורך טיטאניק
berlbalaguleh האט געשריבן:טיטאניק: ביסט אייזן. מ'דארף שוין נישט ווארטן ביז פורים קטן. :like :lol: :lol: :roll:

ווי זאגט די פסוק?
א גאנץ יאר פרעלאך א גאנץ יאר פרעלאך....

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:28 pm
דורך קאווע טרינקער
בעלזער מענער מקוה איז פארשפארט היינט ערב שבת פון 3:30 ביז 4. די רעבעצין גייט דעמאלטס.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 3:51 pm
דורך נאר,,פרייליך
לפחות דעי הבחנה אינאך פאראן צו שפארען

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 12:20 am
דורך berlbalaguleh
נאר,,פרייליך האט געשריבן:לפחות דעי הבחנה אינאך פאראן צו שפארען

כ'האב מורא אז דו האסט נישט געכאפט. די נקודה איז אז ס'פארמאכט ווייל די רבי גייט....! מיין מגיד שיעור שי' האט געזאגט. צוויי זאכן קענמען נישט מסביר זיין. א פשט'על און א דזשאוק. :lol: בשם א היינטיגן צאדיק וקדוש. "ווער ס'פאשטייט פארשטייט... :roll: :o

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 2:35 pm
דורך מנשה לוסטיג
יעצט געהערט פון א בעלזער פונדערהיים, אז אלע בעלזע רעבעצינס פלעגן געבן אין האנט אריין פאר מענער און דאס גלייכן

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 4:41 pm
דורך berlbalaguleh
מנשה לוסטיג האט געשריבן:יעצט געהערט פון א בעלזער פונדערהיים, אז אלע בעלזע רעבעצינס פלעגן געבן אין האנט אריין פאר מענער און דאס גלייכן

ס'שטימט עפעס נישט מיט'ן מציאות. ווייל ס'איז דא א באקאנטע מעשה פון הרב ר' יעקב יצחק ניימאן זצ"ל, בתחילת דרכו אלס פאפא'ער תלמיד איז ער געפאהרן קיין בעלזא צו הרה"ק מהר"א זצ"ל און ביים געזעגענען האט ער אראפגעלייגט א טייערן זיידענעם טיכל וואס ר'האט געקויפט אלס מתנה פאר זיין מאמע אויפ'ן טיש אז דער רב זאל דאס בענטשן. און דער רב האטציך אינגאנצן אויסגעדרייט ביז מ'האט עס אראפגענומען פון טיש. :?: :?:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:55 pm
דורך גד החוזה
עווענטואל וועט עס אויך דא אנקומען...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:30 pm
דורך טיטאניק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:יעצט געהערט פון א בעלזער פונדערהיים, אז אלע בעלזע רעבעצינס פלעגן געבן אין האנט אריין פאר מענער און דאס גלייכן

ניין, דאס איז איבערגעטריבענע ליגיונות

דאס יא, די רעבישע הויפען, פילען זיך די רעבעצינס אביסל מער "מעורב" בין הגבאים און שטיב מענטשען ווייל זיי דרייען זיך אינטער די פיס אסאך,
און מען זעט עס נאך ביז היינט אז אסאך רעבישע שטיבער זענען די נשים זייער מעורב, א בחינה פון ליבם גס,
א חלק פון די נשים זענען צדקנית, זיי מיינען ניט קיין שלעכטס, ווייל זיי מיינען אז פינקט ווי זיי ברענט עס נישט ברענט עס נישט פאר קיינעם
ווייטער א חלק זענען ליידער פארקערט, און ניצען דאס אויס פאר נישט גיטע ענינים
ווי מען זעט וואס איז פארגעגאנגען אין די בעלזע היים מיט די שניר און טאכטער, ואידך פירושא זיל גמור, סיי די שניר און סיי די טאכטער האבען למעשה אויך פרימע אייניקלעך מילא לאמיר נשיט שרייבען קיין פרטים, אבער קלאר אז דאס איז געוען די גרום
ועל כגון דא זאגט מען "זייט נישט קליגער פון חז"ל" אז חז"ל האבען געזאגט אז כל כבודה בת מלך פנימה, ווייסען זיי וואס זיי רעדען, עס קען זיין א 90 יעריגער פרוי מיט א 90 יעריגער מאן אבער יחוד און צניעות בלייבט אין קראפט ביז די לעצטע רגע
איך גיי נישט זאגען קיין דיעות פאר הרבנית תליט"א מבעלז, אבער עס איז נישט קיין זאך וואס איז אזוי גלאטיג, קלאר אז נישט
זי מיינט אוואדי נישט קיין שלעכטץ אבער גיט איז דאס נישט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:51 pm
דורך נאר,,פרייליך
אירע חסידים פאדערן מ'זאל איר ארויפלאזען ביים אויווען אהן ביים מחאת המועצגה''ת, ימים ידברו יו קען נעווער נאו
מעגליך מ'העט איר מיזען געבן א רעדע

צו וואס הינטיגע חסידות קען אלס ברענגען,

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:04 pm
דורך טיטאניק
נאר,,פרייליך האט געשריבן:אירע חסידים פאדערן מ'זאל איר ארויפלאזען ביים אויווען אהן ביים מחאת המועצגה''ת, ימים ידברו יו קען נעווער נאו
מעגליך מ'העט איר מיזען געבן א רעדע

צו וואס הינטיגע חסידות קען אלס ברענגען,

איין טעות האסטי געמאכט
צו וואס חסידות קען אלס ברענגען םון אייביג אן, חסידות מיט סענץ איז ווייט איינס פון צווייטען, דמיון מיט חסידות דאס שטימט שוין יא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:18 am
דורך גד החוזה
והיה עיניך רואות מוריך...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:19 am
דורך גד החוזה
כאפטס שיריים (טייטש: דער איבערגעבליבענע עסן פון טעלער)...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:25 am
דורך גד החוזה
אזוי הייבט זיך עס אן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:25 pm
דורך גד החוזה
אה דאס איז א רעבעצין

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 7:18 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אין די יעצטיגע מינוט'ן קומט אן די פרייליכע נייעס אז די בעלזע רעביצין גייט מארגן עולה זיין לתורה אויפן צאנזער רב'ס תורה ביי משה שמואל זופניק אינדערהיים,

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:05 pm
דורך מורינו הרב
לפי הלכה מעג א פרוי עולה זיין לספר. איך ווייס א געשיכטע פון א משפחה וואס האט געמאכט א מנין ביים זיידן אינדערהיים, און מען האט געגעבן אן עליה דעם באבע'ן, והכל נעשה בהתאמת דיין מפורסם. דאס גאנצע וואס פרויען זענען נישט עולה איז ווייל עס פאסט נישט מען זאל אריינקומען אין מענער שוהל.

דעריבער איז כלל נישט אפגעפרעגט אז זי קען נאך טאקע אמאל עולה זיין אויפן צאנזער ספר.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 4:57 pm
דורך טיטאניק
מען מעג מען מעג מען מעג
יעדער וועט טרעפען א וועג ווי אזוי צי מתיר זיין וואס עם שמעקט, וואס ער וויל טין, כאטש אין שו"ע שטייט פארקערט
סאיז אקעי
דאס איז איינע פון די ערשטע יסודות פון די רעליגע וואס ריפט זיך "היימיש", אזא רעליגיע וואס אסאך יוצאי פוילין אונגארען ראמעניע און רוסלאנד האלטען, בדרך כלל זענען די גלויביגע אין "היימיש" אפשטאמיגע פון די פאלק "אידען" ד"מ דאס וואס פלעגען גלייבען אין תורת "משה"

גיי ארים פון איין חסידות צים צווייטען
וואס ביי אין סאטמאר איז חזער טרייף איז אין בעלז הייליג, וואס אין בעלז איז הייליג איז אין סקווער אסור, וואס אין סקווער איז א מצוה איז אין ברסלב אן עבירה, בכלל איז ברסלב "אפגעפרעגט" אין סקווער, וואס אין וויזניץ איז הייליג איז ביי וויזניץ מאנסי טרייף, וואס איז הייליג ביי ר' מענדל איז ביי ר' ישראל א חוזק, גיי ווייטער די ליסט איז גרויס

וועסטי זאגען אז יעדער האלט א אנדערע רעליגיע?? ניין!!! דאס איז די זעלבע רעליגיע, אט דאס טאקע איז די רעליגיע, דאס רעליגיע "היימיש" איז געבעיסט אויף די מושג פון "פלעקסעבעל " דאס מיינט אז מען קען עס בייגען ווי אזוי מען וויל, און ווי אזוי מען בייגט עס איז דאס הייליג,
אבער איין תנאי, די פלעקסעבילעטי וואס די תורת היימיש פארמאגט איז נאר געגעבען געווארען פאר די מנהיגים די אדמורים, נאר זיי האבען באקימען די לייסענס בירושה פון זייערע הייליגע זיידעס, און נאר זיי מעגען בייגען אהין און אהער, אבער א פשיטער מענטש מעג נישט! פארקערט אויב א פשיטער מענטש בייגט חלילה איז ער א אזא זאך וואס מען ריפט אין יענע רעליגיע "שייגעץ", אזא אויסדריק אויף א "אויבערחכם"

יעצט ווער זענען די הייליגע זיידעס? זיי האבען עפעס געקענט? די אייניקלעך שווערען זיך אז יא, למשל אויב האט ער קיינמאל נישט געזאגט קיין תורה ווייל אפילו באקען האט ער נישט געקענט (אזא לא יוצלח! שטעלט אייך פאר, אפילו רעדען שטותים האט ער אויך נישט געקענט) דאן איז עס געווארען א "קפידה" אין יענע חצר,

בקיצור, לויט דעם יסוד איז שוין גארנישט גארנישט שווער, אלעס איז וועלקאם, יעדע גרעבס און יעדע משוגעת - קפידה - מנהג - שיטה און אזוי ווייטער
מילא הערט אויף צי פרעגען קאשעס, ווייל איינע פון די יסודות אין דעם "היימיש" רעליגיע איז "גלייבען יעדע זאך ווי א בלינדע פערד", און אויב לאזט נישט די קאפ טראכטען אזוי "דום" דאן איז דאס "מחשבות זרות", און מען דארף לויפען אין מקוה

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:38 pm
דורך berlbalaguleh
מורינו הרב האט געשריבן:לפי הלכה מעג א פרוי עולה זיין לספר. איך ווייס א געשיכטע פון א משפחה וואס האט געמאכט א מנין ביים זיידן אינדערהיים, און מען האט געגעבן אן עליה דעם באבע'ן, והכל נעשה בהתאמת דיין מפורסם. דאס גאנצע וואס פרויען זענען נישט עולה איז ווייל עס פאסט נישט מען זאל אריינקומען אין מענער שוהל.

דעריבער איז כלל נישט אפגעפרעגט אז זי קען נאך טאקע אמאל עולה זיין אויפן צאנזער ספר.

אבער ווען ראביי אבי ווייס פון ריווערדעיל טוט עס הייסט ער א שייגעץ, א קאנסערוואטיוו און א רעפארמער. :roll: :oops: :o 8-)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:19 am
דורך על המחיה
מיט'ן ברידער ר' ישראל מוויזניץ

בילד

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 1:10 am
דורך מנשה לוסטיג
כ'מיין אז סרולטשע זאל אנטון איר 'פיל העט' וואלט מען נישט געזען קיין חילוק ווער איז ווער..

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 7:57 am
דורך shefele
מנשה לוסטיג האט געשריבן:כ'מיין אז סרולטשע זאל אנטון איר 'פיל העט' וואלט מען נישט געזען קיין חילוק ווער איז ווער..

אבי געשאסן, כדרכך בק"ש

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 1:06 am
דורך ישמעאל הכהן
uploadfromtaptalk1433206760694.jpg
uploadfromtaptalk1433206760694.jpg (205.54 KiB) געזען געווארן 1997 מאל