בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 11:46 am
דורך טיטאניק
zurich האט געשריבן:יא מרדכי הערש איז פיינע נייעס סיי מיט די עקטען און סיי מיט די קאמעדי שבו

איך האב געקויפט די סידי "אונטערען שריפט", און דער ר' מרדכי הערש איז דארט מככב עפעס אויסטערליש גוט
דער האט באקימען דארט א נייער פארטנער, איינער וואס הייסט לאנגסאם, איינער ווייסט מער דיטעילס איבער עם? ווער איז דער? מה טיבו?

איך האב ציגעלייגט א בילד פון דער לאנגסאם, ער איז געווען די לעצטע וואך אין "די וואך"

אפשר וועט ר' מנשה וויסען מער דיטעילס, דער זעט מיר אויס ווי א שטיקל שמעלצער מיט זיין עקטען (מיין ווייב זאגט אז דער לאנגסאם עקט פינקט ווי די שמעלצער שוועסטערס וועלכע קימען מהנה זיין דעם עוילעם אין אם בישראל קימפעטארין היים סקווירא)

א קליפ ווי מעם זעט עם אביסל

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 12:17 pm
דורך טיטאניק

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 7:14 pm
דורך מנשה לוסטיג
זיכער קען איך עהם? ער און איך זעמער דאך פון די הויפט אקטיארן אינעם סקווערן הויף ספעציעל פורים ביים צווייטן טיש.
ער באנעמט אסאך מאל א בושה און וויל זיך נישט ארויסגעבן ווי מיר, אבער כ'האב דא א לינק צו א גוט שטיקל ארבעט זיינע

https://www.youtube.com/watch?v=HWM73tnAAnU

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:25 am
דורך טיטאניק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:זיכער קען איך עהם? ער און איך זעמער דאך פון די הויפט אקטיארן אינעם סקווערן הויף ספעציעל פורים ביים צווייטן טיש.
ער באנעמט אסאך מאל א בושה און וויל זיך נישט ארויסגעבן ווי מיר, אבער כ'האב דא א לינק צו א גוט שטיקל ארבעט זיינע

https://www.youtube.com/watch?v=HWM73tnAAnU

רבינו מנשה, דער זעט טאקע אויס גיט

מי זה ואיזהו?
איז ער טאקע א שמעלצער אייניקעל? האב איך גיט ציגעטראפען?
איין זאך, דער איז א מעסעוו עקטער, נישט סתם

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 2:31 pm
דורך מנשה לוסטיג
ער איז נישט קיין שמעלצער בכלל, ער איז א חידוש פון א אקטיאר אין זיין משפחה, וואס זענען קיינער נישט קיין אקטיארן דארט. משא''כ געווענליך לויפט עס אין משפחה.
אגב, ס'איז א טעות, אז איינער אין משפחה איז א אקטיאר מיינט נאכנישט אז אלע וואס זענען אינטערטעינער זענען אויך אקטיארן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:14 pm
דורך hotel
לעצטענס געווען אנוועזנד ביי א שמחה ווי אבא ווינקלער האט ממש געהרגעט דעם עולם ער האט אראפגעלייגט איינעם וואס שטאמלט [צו זיין קרעדיט לייגט ער ארויף דעם וויץ אויף א שיכור אבער מאכט נישט אויס]איך זאג אייך דער עולם האט אזאנס געלאכט איינער לעבן מיר א איד א בן שישים האט זיך ממש נישט געקענט כאפן דעם אטעם

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:17 am
דורך טיטאניק
hotel האט געשריבן:לעצטענס געווען אנוועזנד ביי א שמחה ווי אבא ווינקלער האט ממש געהרגעט דעם עולם ער האט אראפגעלייגט איינעם וואס שטאמלט [צו זיין קרעדיט לייגט ער ארויף דעם וויץ אויף א שיכור אבער מאכט נישט אויס]איך זאג אייך דער עולם האט אזאנס געלאכט איינער לעבן מיר א איד א בן שישים האט זיך ממש נישט געקענט כאפן דעם אטעם

איך האב הנאה צי הערען
האסט א קליפ?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:32 am
דורך Atgan
לדעתי זענען אלע גוט ווען זיי קומען אויף מיט חידושים. דאס הייסט פרישע בליצן און ווערטלעך וועלכע אליין פארבריצירט געווארן.
ווידער יענקל מיללער זאל געזונט זיין, האט א מעלה וואס כמעט קיינער קען נישט באווייזן.
ער דרשנ'ט שוין 40 יאר, ווען ער שטעלט זיך נאר אויף זאגט ער 70% זאכן וואס מהאט שוין געהערט, און דער עולם קוילעט זיך פאר געלעכטער.

איך פארשטיי נישט פונקליך די הסבר, אבער פארפאלן, ער מאכט עס יעדעס מאל פריש. לעצטענס געווען ביי א שבע ברכות, ער האט געזאגט דארטן רוב זאכן וואס כהאב שוין געהערט, אבער מ'האט נישט געקענט צוזיך קומען פון געלעכטער.....

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 2:44 pm
דורך hotel
טיטאניק האט געשריבן:
hotel האט געשריבן:לעצטענס געווען אנוועזנד ביי א שמחה ווי אבא ווינקלער האט ממש געהרגעט דעם עולם ער האט אראפגעלייגט איינעם וואס שטאמלט [צו זיין קרעדיט לייגט ער ארויף דעם וויץ אויף א שיכור אבער מאכט נישט אויס]איך זאג אייך דער עולם האט אזאנס געלאכט איינער לעבן מיר א איד א בן שישים האט זיך ממש נישט געקענט כאפן דעם אטעם

איך האב הנאה צי הערען
האסט א קליפ?

ניין

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:32 pm
דורך קאצקע ציקער
Atgan האט געשריבן:לדעתי זענען אלע גוט ווען זיי קומען אויף מיט חידושים. דאס הייסט פרישע בליצן און ווערטלעך וועלכע אליין פארבריצירט געווארן.
ווידער יענקל מיללער זאל געזונט זיין, האט א מעלה וואס כמעט קיינער קען נישט באווייזן.
ער דרשנ'ט שוין 40 יאר, ווען ער שטעלט זיך נאר אויף זאגט ער 70% זאכן וואס מהאט שוין געהערט, און דער עולם קוילעט זיך פאר געלעכטער.

איך פארשטיי נישט פונקליך די הסבר, אבער פארפאלן, ער מאכט עס יעדעס מאל פריש. לעצטענס געווען ביי א שבע ברכות, ער האט געזאגט דארטן רוב זאכן וואס כהאב שוין געהערט, אבער מ'האט נישט געקענט צוזיך קומען פון געלעכטער.....

פארוואס זאל איינער לאכן פון א דזויק וואס ער האט שוין געהערט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:38 am
דורך Atgan
פשוט ער לייגט עס אראפ יעדעס מאל אנדערש,
זיין פערפארמענס אליין, קען אראפווארפן מענטשן פון גלייכגעוויכט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:21 am
דורך כספי
טיטאניק האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:יא מרדכי הערש איז פיינע נייעס סיי מיט די עקטען און סיי מיט די קאמעדי שבו
איך האב געקויפט די סידי "אונטערען שריפט", און דער ר' מרדכי הערש איז דארט מככב עפעס אויסטערליש גוט
דער האט באקימען דארט א נייער פארטנער, איינער וואס הייסט לאנגסאם, איינער ווייסט מער דיטעילס איבער עם? ווער איז דער? מה טיבו?

איך האב ציגעלייגט א בילד פון דער לאנגסאם, ער איז געווען די לעצטע וואך אין "די וואך"

אפשר וועט ר' מנשה וויסען מער דיטעילס, דער זעט מיר אויס ווי א שטיקל שמעלצער מיט זיין עקטען (מיין ווייב זאגט אז דער לאנגסאם עקט פינקט ווי די שמעלצער שוועסטערס וועלכע קימען מהנה זיין דעם עוילעם אין אם בישראל קימפעטארין היים סקווירא)
ווער האט געחלומ'ט דעמאלטס וואס פון דעם אומבאוואוסטן 'לאנגזאם' וועט אויסוואקסן...?