בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:29 pm
דורך days
ממרום שלח אש האט געשריבן:סדא א סברה אז אויב מהייבט אן קליינערהייט, דעמאלס ביי די צייט וואס עס איז שוין עכט נוגע איז עס שוין דדמין עלן כקאקי חיוורא.
אבער אויב די ערשטע מאל איז ווען מען איז שוין א "טין" ווען די הארמאנען זענען אויף אווערדרייוו...

היות סדא סברות לכאן ולכאן איז יעדער בארעכטיגט צו טון מיט "זיינע" קינדער ווי "ער" פארשטייט.

זייער גיט...
עס איז טאקע זייער נישט באטעם'ט ווען מען שטיפט זיך... אבער זאל מיר איינער זאגן אויף זיך אז די גיין פרייטאג נאכמיטאג אין א "געפאקטע מקוה" האט איהם געשאדט...
אשע"כ איז כדי יעדער זאל טוהן וואס ער האט געזעהן ביי זיין טאטע

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:09 pm
דורך חביבי
ברעקינג נייעס **נחום האט די פארגאנגענע וואך אויף געטרעטען אויף ראדיא סטעשען אין האט דארט מאריך געווען א שעה צייט אין דערציילט אלע זיינע בויך ויי וואס ער האט אויף די רבנים און אויף די מענער מקואות אין פינקעלך וואס עס גייט דארט פאר לשיטתו ער דרוקט זיך אויס אז אויב וואלט ער געווען פרעזידענט אפי׳נאר פאר איין טאג וואלט ער באמבעדירט אלע מענער מקואות ונראה מה יהי מחלימותו

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:11 pm
דורך חביבי
ברעקינג נייעס **נחום האט די פארגאנגענע וואך אויף געטרעטען אויף ראדיא סטעשען אין האט דארט מאריך געווען א שעה צייט אין דערציילט אלע זיינע בויך ויי וואס ער האט אויף די רבנים און אויף די מענער מקואות אין פינקעלך וואס עס גייט דארט פאר לשיטתו ער דרוקט זיך אויס אז אויב וואלט ער געווען פרעזידענט אפי׳נאר פאר איין טאג וואלט ער באמבעדירט אלע מענער מקואות ונראה מה יהי מחלימותו

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:13 pm
דורך שטילע אינגערמאן
חביבי האט געשריבן:ברעקינג נייעס **נחום האט די פארגאנגענע וואך אויף געטרעטען אויף ראדיא סטעשען אין האט דארט מאריך געווען א שעה צייט אין דערציילט אלע זיינע בויך ויי וואס ער האט אויף די רבנים און אויף די מענער מקואות אין פינקעלך וואס עס גייט דארט פאר לשיטתו ער דרוקט זיך אויס אז אויב וואלט ער געווען פרעזידענט אפי׳נאר פאר איין טאג וואלט ער באמבעדירט אלע מענער מקואות ונראה מה יהי מחלימותו

זייער שיין, אבער די נייעס געהערט אין נחום'ס אשכול, (גראדע איז שוין דא צוויי,) דא רעדט מען וועגען קינדער גיין אין מקוה ער''ש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:36 pm
דורך היימישער ליטוואק
נאך א שאלה, איז נישט פאראן א גרויסע טשענס פון כאפן פארשידנע קרענק און ווירוסעס אין מקוה, בפרט א שטארק באנוצטע?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:37 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מ'זגאט אז פאנגוס כאפט מען אין מקוה. אסאך מענטשן גייען טאקע מיט קראקס

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:47 pm
דורך shem-tov
דאס לאזן גיין קליינע קינדער אין מקוה איז א גרויליקייט שאין כמוהו בעולם. וואס האבן די קינדער דארטן פארלוירן. סאיז קלאר אז די קינדער ווערן דארט טראמאטייזט. ער זעהט דארט זאכן וואס ער דארף נישט. ער קען חלילה גערירט ווערן. גרויסע טאטעס דארפן פונקטליך מיטהאלטן זיערע פיובערישע פראבלעמען און זיך נאך אזוי אונטערהאלטן בשעת דער בחורל ווייסט נעבעך נישט וואסע גייט פאר. און וואס איז בכלל דאס ענין. איך וועל בל"נ קיינמאל נישט מיינע קינדער שיקן אין מקוה אונטער די בר מצוה וכ"ש אליינס.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:54 pm
דורך חביבי
טאקע וועגן דעם זענען רוב מקואות מער קאלערין ווי וואסער אבער בעסער א שטינק פון קאלערין וואס עס קען אראפ קימען מיט א שויער ווי כאפען א ווייריס

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 8:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
לעצטע מאל איך בין געווען אין מקוה, וואס איז אויסגעפאלן עיו"כ דהאי שתא ,איז עס געווען פיין. איך בין געפארען קיין פלעטבוש צו א הערליכע ריינע מקוה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:09 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:פינטעל, נאדיר
.

א שאלה: ווי אפט דארף מען טוישן די בעטעריס אינ'ם סארקאזם דיטעקטאר? :lol: 8-) :roll: :?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:21 pm
דורך געפילטע פיש
די פייער דעפארטמענט הייסט טוישן יעדע מאל מ'רוקט די זייגער, אבער די מחמירים טוישן יעדע מאל שמעקעדיג כאפט איינעם מיט שוואכע בעטעריס.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 4:33 am
דורך איציק
היימישער ליטוואק האט געשריבן:פארוואס דארף מען גיין ערב שבת פארן זמן? גייט אינדערפרי, אדער אפילו דאנערשטאג אויב איר פלאנט צו בלייבן בטהרה ביז שבת.

אנדערע פירן זיך צו גיין שבת נאכ'ן זמן. דאן איז די מקוה שוין ליידיג (ווענדט זיך וואו). מאקסימום שווענקט מען זיך אפ נאכדעם מיט א [קאלטע] שאויער.

פאר די וואס זענען חושש פאר א שמוציגע מקוה און באגנוגן זיך נישט מיט א שווענק, וועל איך אויסזאגן א סוד וואס איז כמעט איבעראל גילטיג: ווינטער איז די קאלטע מקוה ריין, און זומער די הייסע. די פראבלעם איז נאר הערבסט און פרילינג...

איי, וואס טוט זיך מיט די "וטהור שנפלו על ראשו ורובו שלשה לוגין מים שאובין?"
אי משום הא לא חיישינן, ווייל טבילת עזרא האט מען דאך מבטל געווען. ס'איז בלויז א חסידישע מנהג, און אויף די חסידישע מנהג האבן חנניה בן חזקיה בן גרון וסייעתו נישט דן געווען.
איבריגס, קען מען דאך אפשווענקן אבר אבר, אזוי ווי אין די 9 טעג...
וכל זה כתבתי לפילפולא בעלמא אבל להלכה זאל יעדער אנפרעגן ביי זיין רב, רבי, וכו'.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:37 am
דורך איציק
shem-tov האט געשריבן: סאיז קלאר אז די קינדער ווערן דארט טראמאטייזט. ער זעהט דארט זאכן וואס ער דארף נישט. ער קען חלילה גערירט ווערן.

נישט ווייל גרויסע פסיכאלאג בינעך, אבער ס'גארנישט אזוי "קלאר" אז ס'שאדט פאר קינדער. דיין באהויפטונג איז ווייט פון פעסטגעשטעלט. און אזוי ווי "ממרום" האט שוין ערווענט, אז די קינדער באטראכטן נישט דעם מצב אזוי ווי דו. זיי קוקט עס אויס נאטירליך (אזוי ווי עס איז טאקע). זיי האבן בכלל נישט די סארט נטיות און נסיונות.

איבריגס, קינדער ווילן גיין צוליב דריי סיבות:
1. ווייל אלע טאטעס גייען און איך וויל זיין א טאטע, אדער לכה"פ אזוי ווי א טאטע.
2. ווייל "אלע מיינע חברים גייען." אזוי האבן זיי "אליין דערציילט אין חדר."
3. ווייל ס'איז פאן, מ'פלאטשקעט אין די וואסער ווי מ'שווימט אין א סווימינג פול, די אלטע לייט בייזערן זיך און שרייען "קינדער ארויס" און מ'לאכט זיך אויס פון זיי. ס'לעבט זיך!

די פראבלעם איז נאר, אז ווארשיינליך באלאנגט טייל פון דער קאווע שטיבל עולם צו די "אלטע לייט" קאטעגאריע, און פאר אונז איז עס שוין גארנישט קיין פאן.
אבער פרוביר עס צו באטראכטן פון א קינדערישע שטאנדפונקט.

איידער איר שיקט אינספעקטארס און פאליציי און באמבאדירט אלע מענער מקוואות, אין גאר אסאך גוי'אישע געמיינדעס (קארעא, יאפאן, רוסלאנד, מאראקא, וכו') איז אויך פארהאן אזא מושג פון בעדער פאר מענער. נישט נאר בארצות מושבותיהם, נאר זייערע געמיינדעס דאהי אויך. נישט נאר אמאל, נאר עד היום הזה. ס'הייסט טאקע נישט "מקוה", מ'רופט עס אויף ענגליש Spa.
פארהאן דא נישט ווייט אין ניו דזשערזי א פאפולערע קארעאנער באד וואו אידן באזוכן אויך, און פארהאן אין ליטל אדעססע רוסישע בעדער. דאס איז וואס איך ווייס, אבער כ'בין זיכער אז אויב דו וועסט א גוגל טוהן, וועסטו טרעפן נאך.
און דו וועסט נישט גלייבן וואס איך זאג דיר: קינדער פון ערלים קומען אויך!
טאקע נישט אלע אין די זעלבע צייט, און אוודאי נישט אויף אזא מאסשטאבליכן פארנעם, ס'איז דאך פארט נישט אן ענין פון קדושה ביי זיי. אבער דער מושג איז פארהאן.
ס'נאר אינטערסאנט אז ביי זיי איז גארנישט אזוי "קלאר" אז די קינדער ווערן טרומאטאזירט.

אגב, ווי אזוי קלערסטו האט מען זיך געבאדן אין אייראפע און איבער די גאנצע וועלט ביז נישט לאנג? איך רעד נישט פון די פארצייטישע רוימישע בעדער, נאר זינט ווען פארמאגן אלע הייזער בעדער? נישט מער פון 150 יאר. ביי רייכע לייט איז שוין געווען פריער, ביי אידן אויך, אבער האבן דען רוב מענטשן פארמאגט א באד אינדערהיים? וואו אינדערהיים? נעבן די טוילעט, וואס?
נישט קיין טוילעט און נישט קיין באד האבן זיי געהאט אינדערהיים. דו קלערסט אז דיין עלטער זיידע האט געהאט א וואנע אינדערהיים? אויב יא, האט ער זיך געבאדן דערין?

אמאליגע צייטן אין אלגעמיין האבן ווייניג מענטשן זיך רעגלמעסיג געבאדן, ביז מ'איז געוואויר געווארן אז דאס ראטעוועט פון קרענק. משא"כ ביי אידן פלעג מען אלעמאל גיין אין מקוה.
און יא, טאקע מיט די קינדער צוזאמען!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:12 am
דורך איציק
בכלל קען מען אין דעם אשכול באקומען דעם איינדרוק אז א באד וואו מענער באדן זיך, קינד און קייט, איז א נייע באגריף, עפעס אן אמעריקאנע פירצה וואס מ'ברויך עוקר זיין. איר האט קיינמאל קיין גמרא נישט געלערנט? משנה יא?

לאמיר לערנען מיט אייך א שטיקל שיעור צו זעהן ווי ווייט דאס ענין גרייכט. די פאלגענדע איז אפילו נישט אויפ'ן שפיץ גאפל. פארהאן אסאך מעשיות אין די גמרא וואס זענען פארגעקומען אין בית מרחץ.
משנה: שבת, א, ב
לא ישב אדם לפני הספר סמוך למנחה עד שיתפלל. לא יכנס לא למרחץ ... ואם התחילו אין מפסיקין.
משנה: תענית, א, ו
עברו אלו ולא נענו בית דין גוזרים שלוש תעניות על הציבור. אוכלים ושותים מבעוד יום ואסורים במלאכה וברחיצה ... ונועלים את המרחצאות

משנה: כתובות, ז, ח
היו בה מומין ועודה בבית אביה. האב צריך להביא ראייה שמשנתארסה היו בה מומין אלו ונסחפה שדהו. נכנסה לרשות הבעל. הבעל צריך להביא ראייה שעד שלא תתארס נולדו לה מומין אילו והיה מקחו מקח טעות. דברי ר' מאיר. וחכמ' אומ'. במי דברים אמור'. במומין שבסתר. אבל במומין שבגלוי אינו יכול לטעון. אם יש מרחץ באותה העיר אף במומין שבסתר אינו יכול לטעון מפני שהוא בודק ביד קרובותיו.

משנה: מכשירין, ב, ה
עיר שישרא' וגוים דרים בתוכה והיתה בה מרחץ מרחצת בשבת. אם רוב גוים רוחץ בה מיד. אם רוב ישרא' ימתין כדי שיחמו. מחצה למחצה ימתין כדי שיחמו החמים.
הייסט עס אז אידן האבן זיך געבאדן צוזאמען מיט גוים...

משנה: סנהדרין, ב, ה
אין רוכבין על סוסו ואין יושבין על כסאו ואין משתמשין בשרביטו. ואין רואין אותו ערום .... ולא בבית המרחץ. שנ' "שום תשים עליך מלך". שתהא אימתו עליך.

משנה: ע"ז, א, ז
אין מוכרין להן דובים ואריות ולא כל דבר שיש בו נזיקה לרבים. אין בונין עימהן בסילקי וגרדון אסטרייה ובימה אבל בונין עימהן דימוסיות ומרחציות.

משנה: ע"ז, ג, ד דערציילט וואו רבן גמליא' האט זיך געבאדן:
שאל פרקלוס בן פלסלוס את רבן גמליא' בעכו שהיה רוחץ במרחץ של אפרודיטי. אמ' לו. כתוב בתורתכם "ולא ידבק בידך מאומה מן החרם". מפני מה אתה רוחץ במרחץ שלאפרודיטי. אמ' לו. אין משיבין במרחץ. וכשיצא אמ' לו. אני לא באתי בגבולה. היא באת בגבולי.
דבר אחר, אם נותנין לך ממון הרבה, אתה נכנס לבית עבודה זרה שלך ערום ובעל קרי ומשתין בפניה, וזו עומדת על הביב וכל העם משתינין בפניה.
אגב, איר ווייסט וואס דאס איז דער "אפרודיטי?"

משנה: שבת, כב, ה
הרוחץ במערה או במי טבירייה מסתפג אפילו בעשר לונטייות לא יביאם בידו. אבל עשרה בני אדם מסתפגים בלנטיות אחת פניהם ידיהם ורגליהם...
שטעל זיך פאר, צען מענטשן זיך אפווישן מיט איין מקוה האנטעך!

תוספתא: שבת, טז, כ
הרוחץ במי טבריה. לא יזלפו עליו אחרים. אבל מזלף על ידי עצמו.

תוספתא: עירובין, ה, כד
אמ' ר'. כשהיתי למד תורה אצל ר' שמעון בתקוע היינו מוליכין שמן באלנטיאות מחצר לגג ומגג לקרפיף ומקרפיף לקרפיף אחר. עד שמגיעין אנו למעין. והיינו רוחצין שם.

תוספתא: נדרים, ב, ז
המודר הנאה מחבירו .... ורוחץ עמו במרחץ וישן עמו במטה. ר' יהודה או'. על הקטנה בימות החמה ועל הגדולה בימות הגשמים. רוחץ עמו באבטי גדול. מזיע עמו במרחץ קטנה.

תוספתא: ע"ז, ב, ט
רבן שמעון בן גמליאל או'. בכל מקום לא ישכיר ישראל מרחצו לגוי. מפני שנקראת על שם ישראל ורוחצין בשבת.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:48 am
דורך טיטאניק
איציק האט געשריבן:בכלל קען מען אין דעם אשכול באקומען דעם איינדרוק אז א באד וואו מענער באדן זיך, קינד און קייט, איז א נייע באגריף, עפעס אן אמעריקאנע פירצה וואס מ'ברויך עוקר זיין. איר האט קיינמאל קיין גמרא נישט געלערנט? משנה יא?
.

די אמת איז אז איך האב נישט ליב צו אטאקירען א ניק, נאך דערצי אזא געערטער ווי די, אבער היות ווען מען רעדט דא פון א נושא וואס איז גארנישט ווייניגער הארב פון די אינטערנעט סכנה, נאר אסאך א גרעסערע סכנה, כולה עלמא מודה, גיי איך דערפאר מיר נעמען די קוראש און די יא אטאקירען
בהמה, צו א בהמה רעדט מען בהמה שפראך:
אמאל איז מען אויך געגאנגען מאכען אין טוילעט ציזאמען, איך מיין אז מען דארף עס אזוי אויסשטעלען: די אלע וואס גייען ארויס פון שטאט און גייען "מאכען" אין א פעלד, ברבים, די בהמות שדי קענען מיט-נעמען די קינדער (ווילאנג מען וועט עס נישט צינעמען פון זיי)
און אלע נארמיילע מענטשען וועלען בלייבען מיט די מענטשליכקייט, פון גיין אין א פריוואטע טוילעט וועלכע האט א שלאס, אליין און פארמאכט, און זיי וועלען טאקע נישט נעמען די קינדער אין מקוה


עס איז זייער זיס צו זען ווי די סארט חכמים ווי די זענען מקפיד נאר צי זיצען אין א בית המדרש וואס האט עירקאנדישאן, אבער זיי וועלען שרייען צים יונגווארג "וואס ברויכט איר האבען די אלע באוועמליכקייטען??? אינדערהיים האבען מיר דאס נישט געהאט!!!!"
וואט עי פליפ "אינדערהיים" האסטי נישט געהאט קיין עירקאנדישאן, "אינדערהיים" האסטי נישט געהאט מער ווי איין העמד שבת און אינדערוואכן, אינדערהיים האסטו נישט געהאט צו פרעסען אזוי ווי היינט, וואס קימסטו מיר פארקויפען "אינדערהיים"???
די ווייסט אז אין די צייטען פון גמרא איז געווען אסאך זאכען אנדערשט ווי היינט?
למשל: אין די גמרא'ס צייטען האט מען געהאט מער ווי איין ווייב, די ווייבער (אלע ווייבער) זענען געגאנגען מיט "אייגענע האר", און אזוי ווייטער
די הלכה איז אז מען גייט לפי מנהג המקום והזמן, מען קיקט מיט ניכטערע אויגען, היינט איז דאס משוגע? היינט ברענגט דאס פראבלעמען? איז אראפ!
קוק אריין אין משנה גמרא און הלכה וויפיל זאכען מען האט געטוישט אהין אין צוריק במשך די דורות,
ווי למשל: יום טוב הראשון של חג שחל להיות בשבת, מוליכין את לולביהן להר הבית, והחזנין מקבלין מהן וסודרין אותן על גב האצטבא, והזקנים - מניחין את שלהן בלשכה. למחר משכימין ובאין, והחזנין זורקין אותם לפניהם,והן מחטפין, ומכין איש את חברו. וכשראו בית דין שבאו לידי סכנה - התקינו, שיהא כל אחד ואחד נוטל בביתו.
זיי נישט קיין פערד וואס איין מינוט וויל ער עירקאנדישאן און עסקעלעיטעראס ווי היינט, און ווען עס שמעקט עם צי זיין א מנובל א חזיר דעמאלס וויל ער די "גוטע זאכען עפ"ל" פון "אמאל"

בעצם וואלט געמעגט ווערען אויסגעשמיסט די גאנע נושא פון מקוה ד

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:59 am
דורך טיטאניק
דער עולם גולם לויפט אין מקוה, געוויסע זענען זיך גאר "מוסר נפש" פאר א מקוה
זייטס מיר מוחל פארען רעדען איצטער עקעלדיג, אבער אז מען האט נישט קיין ברירה נעמט אראפ דעם גנב פון בוים,
קען מיר איינער זאגען, וואס האסטי פון א מקוה? ווען די גייסט אריין אין די טובלסט זיך אין יענעמ'ס נעכטיגע "ש"ז", קימסט ארויס און לפי שיטת המחמירים גייסטי בשום אופן נישט אין שאווער נאכען מקוה, ווייל עס זאל אויף די קלעבען די הייליגע וואסער פון יענעמ'ס מי רגליים וכו',
יעצט שטעלסטי זיך דאווענען מיט יענמ'ס "ש"ז" אויפען ריקען? טובל ושרץ בידו, וואס האסטי אויפגעטיען די פרימע פערד? גיי בעסער אין דער היים אין שאווער דאס איז לכל הדיעות תשעה קבין, און די ביסט זיכער טהור
אפגערעדט אז שבת קודש צופרי, איז די בור איין שטיק "ש"ז", פוי, פעך, און די גייסט זיך טינקען דערין, אבער מען גייט זיך דאך נישט חלילה אפוואשן נאכדעם, פארגעסט נישט, אז רוב "חסידישע יונגעלייט" פאלט נישט איין אז מען "מעג" זיך אפוואשען שבת ביינאכט נאכען מקיים זיין שימוש תלמידי חכמים...

נו נו, טובל'ט אייך ווי בהמות אין א בור פול מיט "ש"ז" און דאווענט מיט א ברען "נשמת"

איך רעד שוין נישט פון די פאקט אז די גאנצע מקוה איז געווארען א פלאץ שורץ אלע פראבלעמען, ווייסט איז אז אין א בית הכסא אדער אין א בית המרחץ טאר מען נישט רעדען על פי הלכה?! על פי הלכה ולא על פי חסידות, און אז די גייסט אין א מקווה און די "רעדסט" דאן איז בעסער צי בלייבען אין שטיב,
אפגערעדט אז "קוישי השיעבוד" איז אסור על פי הלכה מדאורייתא, און אויב גייט מען צישטיפט מיט מיליאן מענטשען אין איין בור, וואס האסטי אויפגעטיען?

חברה, כ'האב פאר ענק נייעס, אלע ענקערע זיידעס מיט 100 יאר צוריק זענען נישט געגאנגען אין מקוה כמעט, א מקוה איז געווען געמאכט פאר יחידי סגולה, זיי האבען געבראכען די אייז פון די טייכן, און היינט האט מען פון א דבר מורם מעם, פון א זאך וואס איז געמאכט פאר יחידי סגולה, פאר העכערע, האט מען עס געטוישט פאר אזא מין חאזערישע תאווה פון זיצעם און פלאטשקען אין א בור מיט הייס וואסער, ווען קינדער לויפען צווישען די פיס
און פארגעסט נישט, די אלע וואס האבען נישט קיין פראבלעם צו קיקען אויפען מקום ערוותם פון דער חבר, פון גיין אין גאס מיט אויפגעריסענע אויגען צו באטראכטען יעדע נקיבה, די וואס שמוסען ביים דאווענען, און לשון הרע און רכילות און מחלוקות איז ביי זיי גאר א מצוה אט די צדיקים זענען מקפיד, נישט נאר צי גיין יעדע טאג האבען א שיעור אין נייעס אין מקוה, ניין, זיי זענען נאך מוסיף, זיי נעמען אויך מיט זייערע קינדער צו ערציען נאך א דור פון בהמות

אוי באשעפער היט דיינע מעשיגענע קינדער

אמאל איז א מקוה געווען א סעמבאל פון מסירת נפש, פון ברעכען אייז א מקום טהרה וקדושה,
אבער היינט ליידער איז דאס נידעריג, עבירה'דיג, לאו לייוו'דיג, נאו סענץ, און קלאר נגד ההלכה,
א יונגערמאן וואס וויל זיין טהור האט 3 ברירות, אדער שטיין אינטער א שאווער די שיעור מינוטען פון שצעה קבין, אדער גיין אין א "פריוואטע" מקוה, און נאכדעם זיך אפוואשען, אדער בעסער דאווענען אן גיין אין מקוה ווי אדייער גיין אין מקוה אין מיט נעמען מיט זיך א באגאדזש פון יענמ'ס....

דור עיקש ופתלתול

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:46 am
דורך טעפל
אזוי שוין פריער דערמאנט איז אין בארא פארק שוין סאך בעסער די מצב אסאך ווייניגער קינדער גייען שוין היינט אין מקוה, אין ארץ ישראל גייען שוין בכלל נישט קיין קינדער אין מקוה (אפשר נאר אין חב"ד)

פארוואס זאל מען נישט איינפירען "פריוואטע" מקוואות???

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:49 am
דורך טיטאניק
א חבר מיינער א מאנשסעטער געבוירענער זאגט מיר אז אין אסאך פלעצער אין יוראפ זענען דא פריוואטע מקוואות אויך פאר מענער!
אין מאנסשטעסטער אין לאנדאן אין און אנטווערפען אויך
דאס ארבעט אזוי, א לאנגע האלוועי פון צימערען, און אין יעדע צימער קען מען פארשפארען פינקט ווי א טוילעט, און אין דעם צימער איז דא א בור פון ריינע וואסער, א שוואער און א וואנע, מיט א טוילעט אויך...........
וואס איז שלעכט מיט דעם? פארוואס אין אינזער רייכער פארגעשריטענע אמעריקא קען מען דאס נישט טיען?
פאר די פרויען פארשטייט מען שוין אז מען "קען", וואס ביי זיי איז נישט שייך די אלע עבירות פון הירהורים און יא......
אויב די היינטיגע מקוואות זענען אזא גרויסער פראבלעם פאר די יסוד הקדושה פון יודישקייט פארוואס קען מען זיך דאס נישט ערלויבען?

ועוד, כולה עלמא מודה אז קינדער האבען נישט וואס צי זיכען אין א מקוה, דאס איז א חאזערישע עם הראצות, ברענגט נישט קיין גיטס בכלל, סא פארוואס זאלען אינזערע רבנים ואדמורים וואס "באווויינען די מצב פון די דור" אסערען דאס משוגעת איינמאל פאר אלעמאל
עד מתי תהי' זה לנו למוקש?
ווי לאנג נאך וועט מען איבערטיען די זעלבע קראנקע משוגעת דור נאך דור? צי דען זענען נישט געניג קינדער נפגע געוווארען פון דעם? עד מתי?

נעמט די זאך פון מקוואות אין די הענט, און לאמיר מאכען סדר!
פינקט ווי מען פראשטייט אז א טוילעט ברויך צי זיין "פריוואט" און קיינער וועט נישט אשר יצר'ן אין א האלל פיל מיט בית כסא'ס און שמיסען איינער מיטען צווייטען בשעת מעשה, פינקט אזוי דארף א מקוה זיין "פריוואט" געניג מיט די משוגעת פון די גילוי עריות! געניג!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:38 am
דורך shem-tov
טיטאניק. פארוואס שרייסטו. מען וועט דיך עסער הערן רואיג. זאגסט דאך גאנץ פיין. לענ"ד ווער זעמער אונז חלילה אוועקצומאכן דאס ענין פון מקוה ווען אונזערע עלטערן האבן זיך דערויף מוסר נפש געווען. מען קוקט אריין אין דעם באקאנטן מאור ושמש איבער די גרויסקייט פון טבילה במקוה יעדען טאג אבער נישט פון דעם רעדט מער יעצט.

דא האט זיך אנטוויקעלט א שמועס איבער קינדער אין מקוה ערב שבת. דאס איז א דיזעסטער וועיטינג טו העפען. קענסט מיר ענטפערן הונדרעט תירוצים אז דער רוסישער פויער אין יעניצוויליקע ברענגט מיט זיינע קינדער און קענסט רעדן פון זכרים ספא'ס און די קענסט אויך ארגוען אז סזענען אויסגעוואקסן פיינע יונגעלייט וואס זענען געגאנגען אין מקוה און סהאט זיי נישט געשאדט. איך ווייס אבער פון אסאך פון מיינע חברים וואס טרעטן נישט אריין אין קיין מקוה ווייל ער וויל זיך נישט דערמאנען זיינע קינדערישע קאשמארן. אמאל איז עס א אפענער מנוול. אמאל איז עס א מנוול וואס שרייט קינדער ארויס אבער ער מיינט דעם שטיפ וואס ער גיט פאר דעם קינד. אמאל איז עס טאקע די פאקט אז אן אלטער האריגער שרייט מיך אן אין מקוה אזוי גרויליג נאקעדיג. אמאל איז עס דער אומשולדיגער בחור וואס פלאגט זיך מיט זיינע פראבלעמען און אמאל איז עס דער מקוה רבי וואס קוקט מיר אריין אין תהום אריין און כווייס נישט וואס ער קוקט דארטן אויף מיר אפשר בין איך גאר דער חזיר. נעם דיר אראפ דיינע אויגען.

א יונגעל האט נישט וואס צו זיכען אין מקוה. קיינמאל. קיינמאל. קיינמאל. אויב וויל דער טאטע זאל ער אים נעמען אמאל צו א פריוואטן מקוה. א בחור זאל נאר מעגן גיין אין א בחורים מקוה און פריוואטע מקוואות זאלן מיזען אריינשטעלן אזעלעכע בלורישע קעמערעס.

סאיז דא נאך א מוראדיגע נקודה. כידוע האבן זיך די ערב רב שבדורינו זיך גענומען איבער מקואות. ליידער קענען זיי אונז אנמאכן גאר אסאך צרות סיי ליגאל און סיי אין די מידיע. ומי יודע ווי דאס קען זיך ענדיגן. רבותי לא עת לחשות. קיינער קען אונזערע מקואות נישט פארמאכן אבער אונזערע מקואות צוזאמען מיט קינדער קען מען שוין איינמאל פארשפארן.

סאיז ביי מיר אויך קלאר אז דער רבי ז"ל האט זיכער נישט געהאלטן פון דעם ענין אז קינדער זאלן גיין אין מקוה. הונדערט פראצענט אז נישט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:57 am
דורך טיטאניק
shem-tov האט געשריבן:טיטאניק. פארוואס שרייסטו. מען וועט דיך עסער הערן רואיג. זאגסט דאך גאנץ פיין. לענ"ד ווער זעמער אונז חלילה אוועקצומאכן דאס ענין פון מקוה ווען אונזערע עלטערן האבן זיך דערויף מוסר נפש געווען. מען קוקט אריין אין דעם באקאנטן מאור ושמש איבער די גרויסקייט פון טבילה במקוה יעדען טאג אבער נישט פון דעם רעדט מער יעצט.

דא האט זיך אנטוויקעלט א שמועס איבער קינדער אין מקוה ערב שבת. דאס איז א דיזעסטער וועיטינג טו העפען. קענסט מיר ענטפערן הונדרעט תירוצים אז דער רוסישער פויער אין יעניצוויליקע ברענגט מיט זיינע קינדער און קענסט רעדן פון זכרים ספא'ס און די קענסט אויך ארגוען אז סזענען אויסגעוואקסן פיינע יונגעלייט וואס זענען געגאנגען אין מקוה און סהאט זיי נישט געשאדט. איך ווייס אבער פון אסאך פון מיינע חברים וואס טרעטן נישט אריין אין קיין מקוה ווייל ער וויל זיך נישט דערמאנען זיינע קינדערישע קאשמארן. אמאל איז עס א אפענער מנוול. אמאל איז עס א מנוול וואס שרייט קינדער ארויס אבער ער מיינט דעם שטיפ וואס ער גיט פאר דעם קינד. אמאל איז עס טאקע די פאקט אז אן אלטער האריגער שרייט מיך אן אין מקוה אזוי גרויליג נאקעדיג. אמאל איז עס דער אומשולדיגער בחור וואס פלאגט זיך מיט זיינע פראבלעמען און אמאל איז עס דער מקוה רבי וואס קוקט מיר אריין אין תהום אריין און כווייס נישט וואס ער קוקט דארטן אויף מיר אפשר בין איך גאר דער חזיר. נעם דיר אראפ דיינע אויגען.

א יונגעל האט נישט וואס צו זיכען אין מקוה. קיינמאל. קיינמאל. קיינמאל. אויב וויל דער טאטע זאל ער אים נעמען אמאל צו א פריוואטן מקוה. א בחור זאל נאר מעגן גיין אין א בחורים מקוה און פריוואטע מקוואות זאלן מיזען אריינשטעלן אזעלעכע בלורישע קעמערעס.

סאיז דא נאך א מוראדיגע נקודה. כידוע האבן זיך די ערב רב שבדורינו זיך גענומען איבער מקואות. ליידער קענען זיי אונז אנמאכן גאר אסאך צרות סיי ליגאל און סיי אין די מידיע. ומי יודע ווי דאס קען זיך ענדיגן. רבותי לא עת לחשות. קיינער קען אונזערע מקואות נישט פארמאכן אבער אונזערע מקואות צוזאמען מיט קינדער קען מען שוין איינמאל פארשפארן.

סאיז ביי מיר אויך קלאר אז דער רבי ז"ל האט זיכער נישט געהאלטן פון דעם ענין אז קינדער זאלן גיין אין מקוה. הונדערט פראצענט אז נישט.

שם טוב משמן טוב, זאגסט זייער גיט
אבער אז עס ברענט א פייער מיז מען שרייען,
ווי די זאגסט אזי די נושא פון מקוואות זייער א גרויסער מכשול, א מקום מיועד לפרעניות ליידער,
ווייטער איבער די גרויסקייט פון מקוואות, ליין בעסער מיינע ווערטער, איך מאך נישט אוועק די גרויסקייט פון מקוואות בעצם, איך רייס נאר אראפ די פאקט אז די מנובלים און שוטים האבען גענימען אזא מקום טהרה וקדושה און עס פארוואנדעלט אלץ מקום פרעיניות א מקום וועלכע איז שורץ פורה ראש ולענה ליידער
און אויב יוצא שכרו בהפסדו האט מען נישט קיין ברירה און מען מיז מתקן זיין א תקנה גדולה עד למאד פאר די היינטיגע דור עיקש, און פארשפארען אלע מענער מקוואות, און עפענען "פריוואטע מקוואות" על טהרת הקודש, ווי עס וועט ווערען אפגעהיטען קדושתם של ישראל, און אזוי וועט א מקוה זיין א מקום טהרה און נישט מקום זימה.
אבער ווילאנג דאס פאסירט נישט ברויך יעדע יוד, האקען און שמייסען איבער די שרעקליכער מכשול פון מקוואות, און יעדער איד אשר הולך בדרך התורה דארף זען צי מחרים זיין דאס גיין אין מקוה אינגאנצען ביז רבנים וועלען זיך נעמען טיען דערין

ממש ווי די "מגן דוד" און די "כותל" און נאך זאכען, וואס איז געווען מקודש ביי "אלע" אידען במשך אלע דורות, און וויבאלד אז דער סאקמארער רב האט געהאלטען אז עס איז יוצא שכרו בהפסדו און עס איז א מכשול האט ער דאס גע'אסר'ט, על אותו הדרך האבען חז"ל אסאך מאל גע'אסר'ט הייליגע זאכען, ווי דער "נחש הנחושת" פון משה רבינו, ועוד, ווייל עס האט געברענגט מכשולות,
אבער עס איז קלאר, אז וויפיל די כותל המערבי האט געברענגט מכשולות לשיטת מהר"י מסאטמאר, איז זיכער אז די מקוואות האבען שוין געבערנגט טויזנעט מאל מער מכשולות ביי כלל ישראל, און אויב האט מען גע'אסר'ט די "נחש הנחושת" מיז מען זיכער אסערען די מקוואות, עטץ האטץ נישט קיין מושג וויפיל מכשולות נוראות דאס ברעגט טאג טעגליך, מכשולות וועלכע ציען זיך לדורות עולם ליידער
עס איז א שרעקליכער חורבן און געפערליכער מכשול
זאלסט ווען קענען פרעגען דער קדוש אלוקי דער בעל מאור ושמש וואס איז בעסער, וואלט ער זיכער געזאגט אז עס איז בעסער אז מען זאל זיך נישט טויבלען טויזענט טבילות ווילאנג עס איז דא אפילו א חשש קטן אז איין קינד וועט נפגע ווערען בדרך שמתו אלפים, די אלע טבילות זענען גארנישט ווערד,
כהיום דארף מען אנהייבען מחמיר צי זיין נאר ציצישיקען בעלי תפלה וואס "זענען נישט געגאנגען אין די מקוואות"! אזא בעל תפלה איז אסאך מער מרוצה לשמים!
פארשטייט זיך אז דאס איז ווילאנג אינזערע "געטרייע מנהיגים" וועלען זיך נישט אויפוועקען מיט די "עכטע פראבלעמען" פון די דור

געלט האבען מיר געניג, און געלט איז נישט די פראבלעם, זאל מען שיינערהייט אלע מקוואות פארשפארען און זיך נעמען בויען פריוואטע מקוואות, און מתקן זיין א תקנה גדולה אז נאר "יונגעלייט" וואס זענען געהייראט זאלען מעגען גיין, בחורים און אוואדי קינדער זאלען גיין אין שוואער אינדערהיים!! זאלען די עלטערען קענען האלטען חשבון און קאנטראל אויף זייער קינד'ס וואוילזיין און כשרות

איך בין מקנא דעם עולם הבא פון דער ערשטער רב וואס וועט זיך נעמען טיען דערין בריש גלי'
דער וועט זיין דער ריכטיגער מקנא קנאת ה' ווי פנחס בן אלעזר בשעתו, דאס טאקע איז די גרעסטער פירצה בדורינו
ויגדור ה' פרצות עמו ישראל במהרה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:21 pm
דורך איציק
טיטאניק האט געשריבן:די אמת איז אז איך האב נישט ליב צו אטאקירען א ניק, נאך דערצי אזא געערטער ווי די, אבער היות ווען מען רעדט דא פון א נושא וואס איז גארנישט ווייניגער הארב פון די אינטערנעט סכנה, נאר אסאך א גרעסערע סכנה, כולה עלמא מודה, גיי איך דערפאר מיר נעמען די קוראש און די יא אטאקירען
בהמה, צו א בהמה רעדט מען בהמה שפראך:

1. מאך מיר נישט פאר "א געערטער ניק" און נאכדעם אטאקיר מיר פערזענליך. איך האב דיר נישט אטאקירט און איך האב נישט פארדינט די אטאקע. ווילסט מיר אפפרעגן מיט דברים של טעם? קיין פראבלעם. אדרבה ואדרבה. אבער טיטלען קענסטו טיילן פאר דיינע ליבע קינדערלעך ני"ו עמו"ש, נישט פאר איינער וואס ערווענט אין דיין הויכעגעשעצטער אשכול אפאר נקודות פון אן אנדער שטאנדפונקט.
ערקלער מיר ביטע: איז דען דאס נישט דער צוועק פון דעם אשכול, אז יעדער זאל זאגן זיין מיינונג לכאן ולכאן? אויב דו ווילסט זיך ארויסגעבן דיינס און קיינער זאל זיך נישט דערוואגן צו זאגן פארקערט, טא שרייב אזוי פון אנהייב אן.
2. איך האב נישט געזאגט אז דערפאר מוז מען היינט אויך גיין אין מקוה בלויז ווייל אינדערהיים איז אזוי געווען. איך האב אוודאי נישט געזאגט אז ס'איז א מצוה צו שוויצן און שטינקען ווייל אינדערהיים איז נישט געווען קיין עיר-קאנדישאן און דיאדרענט. איך האב נאר געזאגט אז "מקוה" איז נישט קיין נייע ערפינדונג, און אוודאי נישט קיין "היינטיגע פירצה" און "ערגער פון די אינטערנעט" אדער "די גרעסטע פירצה אין אונזער דור" כיד הדמיון הטובה עליך. לייען איבער מיין תגובה וועסטו זעהן וואס איך זאג.
3. אויב דו מיינסט אז אמאל פלעגן אלע גיין אין פעלד, האסטו אויך א טעות: א "בית הכבוד" מיט א שלאס איז שוין געווען אין ביהמ"ק: "ומדורה הייתה שם, ובית הכיסא של כבוד; וזה הוא כבודו--מצאו נעול, בידוע שיש שם אדם." אבער נישט איבעראל איז אזוי געווען. רופסט זיך טאקע טיטאניק, אבער קיין גרויסער היסטאריקער ביזטו ווארשיינליך נישט, און וואס איז פארגעקומען אינדערהיים אין די בעדער און מקוואות ווייסטו אויך נישט.
4. אוודאי דארף מען זעהן מתקן צו זיין אויב מ'זעהט אז ס'קומט ארויס א מכשול, אזוי ווי דער משנה פון סוכות וואס דו האסט גאר פאסיג ציטירט. און דאכצעך מיר, אז היינטיגע צייטן ביים אריינגאנג פון יעדע מקוה קענסטו זעהן א טאוול מיט'ן אויפשריפט: "קינדער טארן נישט קומען אן באגלייטונג פון די עלטערן." איז וואר?
5. קומסט מיט א געוואלדיגער אויפטוה אז צו גיין אין מקוה שבת אינדערפרי איז יצא שכרו בהפסדו צוליב די אומריינקייט פון די וואסער. א וואזשנער חידוש! אינטערסאנט אז ס'איז קיין איין פוסק דאס נישט איינגעפאלן עד היום הזה! און אז מ'רעדט שוין, זאג נאר: ווער לאזט דיר נישט זיך אפשווענקען נאכדעם? און פון וואנעט ווייסטו ווי אזוי "רוב חסידישע אינגעלייט" פירן זיך אינדערהיים?
6. אז מ'טאר אין מקוה נישט רעדן און אז מ'דארף זיין אפגעהיטן נישט צוצוקומען לידי הרהור, דאס ביזטו 100% גערעכט. ס'איז א מילתא דפשיטא און איז ליידער צווישן די עבירות שאדם דש בעקביו. אבער דאס פרעגט נאכנישט אפ דעם גאנצן ענין פון גיין אין מקוה. ווילסט פארבעסערן? מאכן פריוואטע מקוואות? זייער שיין! אבער דערפאר מוזטו שוין מבטל זיין און פארמיאוס'ן דעם גאנצן ענין צוזאמען מיט אלע מקוה גייערס?
7. אונזערע זיידעס זענען נישט געגאנגען אין מקוה מיט 100 יאר צוריק? איך קען נישט אייער יחוס, אבער ר' איד: Speak for yourself. מיינע זיידעס זענען אויסדרוקליך יא געגאנגען אין מקוה, און טאקע יעדן טאג. זיי האבן אויך נישט געדארפט ברעכן אייז אין די שטאטישע מקוה (חוץ פון אין אויסנאם פעלער).
8. פון דיין קריטיק פארשטיי איך אז דו נעמסט אן פאר א פשיטא אז מיין פאזיציע אויף די טעמע איז פארקערט פון דיינ'ס. דהיינו: איך האלט אז מ'דארף יא שיקן די קינדער אין מקוה, the more the merrier. ולא היא. גראדע האלט איך אז ניין. אבער וואס איך פסק'ן פאר זיך פסק'ן איך נישט פאר יענעם. איך באטראכט זיך נישט אלס פוסק.
9. לסיום, היינט איז א מקוה פונקט ווי אמאל, אויך א מקום טהרה וקדושה. איי, מ'זעהט דאך אז נידריגע יונגען גייען אויך אין מקוה און זיי האבן אוודאי נישט אינזין קיין קדושה וטהרה? אויף דעם זאגן דאך שוין חז"ל:
אמר רבה בר בר חנה א"ר יוחנן:
משל לשני בני אדם שצלו פסחיהם, אחד אכלו לשם מצוה ואחד אכלו לשם אכילה גסה.
זה שאכלו לשם מצוה: וצדיקים ילכו בם.
וזה שאכלו לשם אכילה גסה: ופושעים יכשלו בם.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:22 pm
דורך איציק
טעפל האט געשריבן:אזוי שוין פריער דערמאנט איז אין בארא פארק שוין סאך בעסער די מצב אסאך ווייניגער קינדער גייען שוין היינט אין מקוה, אין ארץ ישראל גייען שוין בכלל נישט קיין קינדער אין מקוה (אפשר נאר אין חב"ד)

רעב איד, אייער ארץ ישראל'דיגער קאראספאנדענט פיטערט אייך פאלשע אינפארמאציע.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:42 pm
דורך טעפל
ממש נישט, איך בין געווען אין ארץ ישראל, אסאך מער ווי אייך, און געגאנגען אין אסאך מקוואות אין אסאך שטעט, נישט קיין זכר פון קיין קינדער..