בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 2:42 pm
דורך גד החוזה
טיף אין די שפעטער נאכט שטונדען, טונקעל, פארפרוירען, באדעקט מיט א שיכטל שניי, ווארטן די גארבעדזש פאר דער מארגענדיגע טאג, ווען די גארבעדזש טראקס וועלן קומען זיי אפנעמען.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 4:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
זענען דאס די פיקטשער פון די רעביצענס?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:34 am
דורך גד החוזה
א פשוטע בזיון פאר די גארבידזש בעגס וועלן ווערן אריין געלייגט דא אין דעם מיטלסטן גארבידזש קען, ס'שוין העכסט צייט דער בעה"ב זאל קויפן א נייע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:38 am
דורך גד החוזה
שטאטישע גארבידזש קענס,
ומענין לענין באותו ענין, בין איך מוחה אויף די יעניגער וואס משום כמה סיבות ווילן נישט עפעס ארויסשטעלן ביי זייערע איינגע גארבידזש לייגן זיי דאס ביי די קארנער נעבן די שטאטישע גארבידזש קענס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:46 am
דורך רויטע וואנצעס
חוזה, די טראק האט היינט איבעגעלאזט ביי מיר צוויי בעגס, איך האב עס אוועקגעלייגט פאר דיר אויף א זייט. פליז פיק עס אויף ASAP ביפאר די נפלאות הבורא אינהאלט גיסט זיך איבער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 12:02 pm
דורך גד החוזה
רויטע וואנצעס, איך וועל דיר ענפערן מיט נאך א בילד,
אין דעם בילד זעהט ווען צוויי יונגעלייט ווילן האבען א ריכטיגע געמאקע היימישע שמועס שטעלן זיי זיך נעבן א גארבידזש קען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:43 pm
דורך סאו וואט
איז דא נאך איינער וואס ראולט זיך פאר געלעכטער צו זעהנ'דיג גד'לס ocd מיט גארבעזש? אדער בין איך דער איינציגסטער?

אגב, וואס טוט זיך מיט דו גרויסע דאמפס וואס דו געשעפטן האבען? וואס זענען דארט דו הלכות?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 1:44 pm
דורך דער (פינטעל) איד
סאו וואט האט געשריבן:איז דא נאך איינער וואס ראולט זיך פאר געלעכטער צו זעהנ'דיג גד'לס ocd מיט גארבעזש? אדער בין איך דער איינציגסטער?

איך אויך. ראולען איז נישט דאס ווארט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 2:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
גד החוזה האט געשריבן:רויטע וואנצעס, איך וועל דיר ענפערן מיט נאך א בילד,
אין דעם בילד זעהט ווען צוויי יונגעלייט ווילן האבען א ריכטיגע געמאקע היימישע שמועס שטעלן זיי זיך נעבן א גארבידזש קען.


איך מיין די מעשה איז געווען אבילס אנדערש... די גארביזש האט געהערט וואס זיי רעדן, האט ער זיך געשטעלט לעבן זיי.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 8:01 pm
דורך דער (פינטעל) איד
download (11).jpg
download (10).jpg

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:56 pm
דורך גד החוזה
דער דא האט אסאך מער גארבידזש, ווי ער האט זיך געראכטן, דער ריסייקעביל גארבידזש קען איז ליידיג, בשעת ווען די געהעריגע גארבידזש איז איבערגעפילט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:00 pm
דורך גד החוזה
אנגעפילטע גארבידזש קענס גרייט אוועק צו נעמען דורך די סענעטעישאן דיפארטמענט, ארויף דעם בלאק קען מען באמערקן נאך צוויי גארבידזש קעס אוועק געשטעלט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:06 pm
דורך גד החוזה
א נחתן צו שפאצירן אויף דער בלאק, איך האב עס שפאצירט ארויף און אראפ, כ'האב מיך געפילט ווי ביים טאטען אין גארטן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 3:41 pm
דורך גד החוזה
גארבידזש קארטן באקסעס ביינאכט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 7:48 pm
דורך גד החוזה
איך בין שנעל געגאנגען איינקויפען דעקלעך פאר מיינע גארבידזש קענס, איך פלעג גראדע יא צו האבען דעקלעך אבער איינער האט זיי 'געבארגט' פון מיר, איך האב שוין א עטליכע וואכען זייט דער בארגעריי איז געשעהן געוואלט גיין איינקויפן נייע דעקלעלך כדי די גארבידזש בעגס זאל נישט נאס ווערן ווען עס רעגנט, עכ"פ יעצט ווען כ'האב געהערט אז עס גייט שנייען בין איך שנעל געגאנגען צוליב טוהן מיינע גארבידזש אין זיי געמאכט א סורפרייז איינגעקויפט שפאגעל נייע דעקלעך, געשריבען אין גרויס מיין אדרעסס דערויף.

איך קוק ארויס פון דער פענסטער, איך שעפ נחת! אויף אלע אידן געזאגט אזא הנאה!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 7:57 pm
דורך איך אויך
דעיס דארף שוין א סיריעס באהאנדלונג!

אבער עפעס נודזעט מיר א מחשבה'לה אין קאפ אז אפשר האט גד'ל אויף עפעס א אופן דערווישט א מעסטער דיטעטקטער אווערייד קנעפל און שלעפט אלע אונזער פיס לאכענדיג זיך אונטער א גוטס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:42 pm
דורך גד החוזה
אזוי האט מען געטוהן בימי יצחק מ'האט אפגענומען זיין זבל ענדערשט ווי דער כסף וזהב פון אבימלך
אזוי מען געטוהן אין די דריי יאר וואס ירושלים איז געוועהן באלאגערט
אזוי האט מען געטוהן בימי מלחמת העולם השניה
אזוי האט מען געטוהן

גארבידזש איז אלעמאהל געוועהן א אטראקציע פאר מענטשען סיי אין גוטע צייטן א סיי אין נישט אזעלעכע גוטע צייטן, איינער איז נהנה מער פון דעם גארבידזש און אנדערע ווייניגער.

דער צד השוה איז:
אונז אלע זענען נהנה פון די גארבידזש

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:44 pm
דורך איך אויך
שיק שנעל א טוויט פאר דיינע פרענדס וואס האבען זיך געזארגט פאר דיר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2014 7:47 pm
דורך גד החוזה
ס'האט מיר וויי געטוהן אז דער גארבעדזש אשכול איז ערגעץ ווי פארקראכען אראפ אין דער תהום, כ'האב זיך מרחם געוועהן אויף די כבוד פון דער גארבידזש און איהר צוריק ארויף געברענגט צום אויבערפלאך, אויף די מזרח וואנט מיט אלע אנדערע שיינע אשכולות.

זארג זיך נישט מיין טייערע און ליבע אשכול, כ'האב נאך בילדער פאר דיר.

אוי גארבידזש אנטשולדיק מיר נאכאמאהל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:12 am
דורך איחוד פעלד
סא וויפיל גארבידש קענס דארף א ביילייפיגע משפחה צו קענען האבען גענוג פלאץ פאר אלע בעגס?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:39 am
דורך סאשי פיש
[tag]גד החוזה[/tag] הויפענעס #גארבעדזש

נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:22 am
דורך ישמעאל הכהן
[tag]גד החוזה[/tag] !!!!!!!!!!!

unnamed (4).jpg


unnamed.jpg

נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:46 pm
דורך דולה ומשקה
אוי געוואלד, דער 'גארבידזש מחלה' פון [tag]גד החוזה[/tag] איז קעטשי, אנדערע האבען שוין דאס געכאפט, איז דען פארהאן א דאקטער פאר א מחלה פון דעם סארט?
דער אשכול איז שוין געזעהן געווארען איבער טויזענט צוויי הונדרעט מאהל, [tag]סאשי פיש[/tag] בילד האט מען געקוקט 77 און [tag]ישמעאל הכהן[/tag] האט מען שוין אנגעקוקט 33 מאל.
כ'מיין ווי נישט ווי זעהט דא בלויז בלויז גארבידזש, יעדער איינער ווייסט ווען מקליקט אריין אין דעם אשכול וואס צו ערווארטן, איז עפעס נישט אין ארדענונג מט אונז?