בלאט 2 פון 5
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:28 am
דורך יאיר
פידלער האט געשריבן:ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דא און דארט מאכט זיך תגובות וואס רירן אן עקרי אמונה און דאס בלייבט. אבער די צורה פון א פרוי, כאטש פון אזא אשה צנועה ווי שרה שנירער, דאס נעמט מען אראפ. איך האב א חשד אז דאס איז א דרגה פון "אזוי ווי עס גוי'ישט זיך, אזוי אידישט זיך". צווישן די צוויי עיקר גרופעס קעגן וואס western society האט אלץ discriminated, פרויען און שווארצע, האבן פרויען אלץ באקומען זייערע רעכטן צום לעצט. די שווארצע האבן באקומען די רעכט צו וואוטען אין 1869, די פרויען אין 1920. מיר האבן באקומען א שווארצע פרעזידענט בימים ההם, א פרוי פרעזידענט נאך נישט. די concept פון פרויען אלץ humans איז נאך אלץ, זעעט אויס, א threatening concept. אין אמעריקע און אויך דא.
מאך נישט אזויפיל גזירה שוות און בניני אם. דער פשוט'ער תירוץ איז אז יעדער פארשטייט צו א יפת תואר אבער ווייניג פארשטייען צו א שטיקל כפירה, בפרט אויב עס איז אן אמת'ער לומדישער חידוש אין הלכות כפירה. און די יחידים וואס פארשטייען יא דערצו האבן געווענליך נישט קיין פראבלעם דערמיט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:32 am
דורך יאיר
אגב, עס געפעלט מיר די אבזערוואציע אז שווארצע דיסקרימינירט מען ווייניגער ווי פרויען, והא ראיה אז מ'האט שוין געהאט א שווארצע פרעזידענט און נישט א פרוי. מ'קען מיינען אז מ'האט שוין געהאט זיבן שווארצע פרעזידענטן דורכאויס די גאנצע היסטאריע און נאך נישט קיין איין פרוי. פאקטיש איז פאריגע מאל געלאפן א שווארצער קעגן א פרוי (וואס האט אין אנהויב אנגעצויגן אסאך בעסער ווי אים) און דער שווארצער האט איר געווינען, עס וואלט פונקט אזוי געקענט זיין פארקערט און דו זאלסט זאגן אז פרויען דיסקרימינירט מען מער ווי שווארצע. איינער מוז דאך זיין ערשט, ניין?
(און פארוואס מיינסטו האט הילערי פארלוירן צו אבאמא אויב נישט ווייל אפילו שווארצע מענער זענען מער טויגליך ווי ווייסע פרויען
)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:36 am
דורך יאיר
עס איז יעצט אריינגעקומען א שטורמישע נייעס באריכט אז אין סאוט אפריקע איז שוין געווען פאר די לעצטיגע צענדליגער יארן בלויז שווארצע מענער פרעזידענטן און נאכנישט קיין איין פרוי. אין אנדערע נייעס באריכטעט מען אז די סאוט אפריקענס זענען אזוי ראסיסטיש אז אפילו פאר א שטום לשון אגענט וועט מען ענדערש נוצן אן אומקאמפעטענטער שווארצער לונעטיק ווי א פרוי. שומו שמים.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:39 am
דורך אפטעמיסט
יאיר, דו האלטס דיך אזוי בא'גדול'ט מיט דיין ווייסקייט, אזש ס'איז מיר אינטערסאנט אז דו לערנסט אין א רויטע ספר און נישט אין קיין ווייסע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 8:39 am
דורך פידלער
יאיר האט געשריבן:אגב, עס געפעלט מיר די אבזערוואציע אז שווארצע דיסקרימינירט מען ווייניגער ווי פרויען, והא ראיה אז מ'האט שוין געהאט א שווארצע פרעזידענט און נישט א פרוי. מ'קען מיינען אז מ'האט שוין געהאט זיבן שווארצע פרעזידענטן דורכאויס די גאנצע היסטאריע און נאך נישט קיין איין פרוי. פאקטיש איז פאריגע מאל געלאפן א שווארצער קעגן א פרוי (וואס האט אין אנהויב אנגעצויגן אסאך בעסער ווי אים) און דער שווארצער האט איר געווינען, עס וואלט פונקט אזוי געקענט זיין פארקערט און דו זאלסט זאגן אז פרויען דיסקרימינירט מען מער ווי שווארצע. איינער מוז דאך זיין ערשט, ניין?
(און פארוואס מיינסטו האט הילערי פארלוירן צו אבאמא אויב נישט ווייל אפילו שווארצע מענער זענען מער טויגליך ווי ווייסע פרויען
)
יאיר, איך האב זייער הנאה פון דיין סענס אוו יומער. איך וויל נאר זיכער מאכן אז קיינער מיינט נישט אז איך האב געזאגט אז בעצם האט מען דיסקרימינירט קעגן שווארצע מער ווי קעגן פרויען. דערווייל פרוביר איך נאך נישט צו רעדן אזעלכע טיפשות. אבער די פאקט איז אז ווען ס'קומט צו ברעכן אפיציעלע אינסטיטאציעס באקומען פרויען זייערע רעכטן לעצט. Harvard און ווי ווייט איך געדענק, אלע אנדערע Ivies, האבן אקצעפטירט שווארצע פאר פרויען. א פרעזידענט ווערט elected דורך votes, דערפאר האב איך דאס געשריבן אלץ א connection.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:10 am
דורך גד החוזה
איך האב אין שאץ קאמער א אוצר פיל מיט בילדער אין תמונות נדירות פין אשת חבר כחבר דמתקריא אשתו כגופו וכל חניכין דאית להון, מיט דער רשות פון די גבאים קען איך זיי ארויף לייגן, איך פארמאג איבער הונדרעטע בילדער פין רעביצינ'ס פון פאר די קריג אליינס!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:22 am
דורך טיטאניק
גד החוזה האט געשריבן:איך האב אין שאץ קאמער א אוצר פיל מיט בילדער אין תמונות נדירות פין אשת חבר כחבר דמתקריא אשתו כגופו וכל חניכין דאית להון, מיט דער רשות פון די גבאים קען איך זיי ארויף לייגן, איך פארמאג איבער הונדרעטע בילדער פין רעביצינ'ס פון פאר די קריג אליינס!
הייב אן צי לייגען, מיר שטייען לצידך!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:28 am
דורך גד החוזה
איך דארף דער פרעזענטליכע רשות פון די גבאים ואחראים, אדער פון די די זקני הניקס כל אחד בשמו המבורך.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 10:48 am
דורך איחוד פעלד
איך בין מסכים, בתנאי עס זאל זיין א באזונדערע אפטיילונג און עס זאל נישט אויף קומען אין די אקטיווע אשכולות.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:23 am
דורך געפילטע פיש
גד החוזה האט געשריבן:איך האב אין שאץ קאמער א אוצר פיל מיט בילדער אין תמונות נדירות פין אשת חבר כחבר דמתקריא אשתו כגופו וכל חניכין דאית להון, מיט דער רשות פון די גבאים קען איך זיי ארויף לייגן, איך פארמאג איבער הונדרעטע בילדער פין רעביצינ'ס פון פאר די קריג אליינס!
לייג לייג, תורה היא, וללמוד אנו צריכים.
Admin האט געשריבן:בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:58 am
דורך יאיר
גד החוזה האט געשריבן:איך דארף דער פרעזענטליכע רשות פון די גבאים ואחראים, אדער פון די די זקני הניקס כל אחד בשמו המבורך.
הריני מצטרף בשמי היאיר.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:02 pm
דורך טאמבל סאס
אויך איך.
פאנג אן האקן און זאלן זיך אלע איבערטאמבלען
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
נא.. מיין אויגן זענען אפן, מיין איילעשיס אויסגעקעמט, און מיין אויגן ברעמען גערוקט צו די זייט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:21 pm
דורך דולה ומשקה
איך בין נישט קיין גבאי אדער א אחראי, אבער איך בין שוין פון די זקני הניקס דא, איהר האט מיין שטימע,
הרב גד איהר זענט אריין געקומען מיט א זעטץ, אונז זענען זיך מחי' מיט דיינע בילדער, (נאך איין מזל דער ערפונדונג צו שמעקן דיין גארבעדזש איז נאך נישט דא, איי עם דזשאסט קידינג).
מיר בעטן די גבאים זאלן איהם ענפערן ווי אמשנעלסטן!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:28 pm
דורך גד החוזה
גד החוזה האט געשריבן:איך דארף דער פרעזענטליכע רשות פון די גבאים ואחראים, אדער פון די די זקני הניקס כל אחד בשמו המבורך.
א דאנק פאר אייערע חיזוק, אבער כאמור לעיל איך דארף דער אויסדריקליכע רשות, עס זאל זיין על פי התקנות. איך וויל נישט עס זאל צוקומען אז איך גיי עמען דער טירחה יתירה אין דערנאך וועט מען עס אראפ נעמען, ויצא שכרו בהפסידו.
ובתנאי דער אשכול זאל נישט פארקריכען מיט קינדערישע געפלוידעכטס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:34 pm
דורך געפילטע פיש
Admin האט געשריבן:בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך
היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:38 pm
דורך גד החוזה
געפילטע פיש האט געשריבן:Admin האט געשריבן:בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך
היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.
דא ווערט נישט דערמאנט איבער רעבעצינס כ"ש איבער פרויען. סליחה
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:40 pm
דורך [NAMELESS]
קיין שיר השירים'דיגע בילדער אדער משל משלו חכמים'דיגע פרוזדור'דיגע בילדער, לחלוטין נישט, אבער אזוינע מטלית עבה'דיגע איז קיין שום בעיה.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:16 pm
דורך יאיר
בכה רב יאירא סבא ואמר, פוק חזי מה בין דורות הראשונים לדורות האחרונים. בדורות הראשונים נכנסה הרבנית זקנה צפורה בתוככי קהל רבבות אלפי ישראל, להטיב לבם שיהנו מזיו פניה הצהלות, ועמדה לימינו של בעלה כגופה כמו אלו הגויים והגיויות שהולכים שלובי זרוע ברחוב, ואין פוצה פה ומצפצפף כצפור. בדורות האחרונים פוחדים ורותתים להעתיק ציורים שחור על גבי לבן של רבניות ומהר"תות בבית הקפה, ולא עוד, אלא שלא התיר רב קופרנקי כי אם תחת מסוה של מטלית עבה, לעוות בזה דרכי אמותינו ורבניותינו ומהר"תותינו. וגעו כל העם בבכיה ואמרו, הוי, אכשר דרא, אכשר דרא.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:20 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:פידלער האט געשריבן:ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דא און דארט מאכט זיך תגובות וואס רירן אן עקרי אמונה און דאס בלייבט. אבער די צורה פון א פרוי, כאטש פון אזא אשה צנועה ווי שרה שנירער, דאס נעמט מען אראפ. איך האב א חשד אז דאס איז א דרגה פון "אזוי ווי עס גוי'ישט זיך, אזוי אידישט זיך". צווישן די צוויי עיקר גרופעס קעגן וואס western society האט אלץ discriminated, פרויען און שווארצע, האבן פרויען אלץ באקומען זייערע רעכטן צום לעצט. די שווארצע האבן באקומען די רעכט צו וואוטען אין 1869, די פרויען אין 1920. מיר האבן באקומען א שווארצע פרעזידענט בימים ההם, א פרוי פרעזידענט נאך נישט. די concept פון פרויען אלץ humans איז נאך אלץ, זעעט אויס, א threatening concept. אין אמעריקע און אויך דא.
מאך נישט אזויפיל גזירה שוות און בניני אם. דער פשוט'ער תירוץ איז אז יעדער פארשטייט צו א יפת תואר אבער ווייניג פארשטייען צו א שטיקל כפירה, בפרט אויב עס איז אן אמת'ער לומדישער חידוש אין הלכות כפירה. און די יחידים וואס פארשטייען יא דערצו האבן געווענליך נישט קיין פראבלעם דערמיט.
און דער דריטער תירוץ איז: דער יצרא דע"ז איז שוואכער ווי דער יצרא דג"ע.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:23 pm
דורך יאיר
berlbalaguleh האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:פידלער האט געשריבן:ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דא און דארט מאכט זיך תגובות וואס רירן אן עקרי אמונה און דאס בלייבט. אבער די צורה פון א פרוי, כאטש פון אזא אשה צנועה ווי שרה שנירער, דאס נעמט מען אראפ. איך האב א חשד אז דאס איז א דרגה פון "אזוי ווי עס גוי'ישט זיך, אזוי אידישט זיך". צווישן די צוויי עיקר גרופעס קעגן וואס western society האט אלץ discriminated, פרויען און שווארצע, האבן פרויען אלץ באקומען זייערע רעכטן צום לעצט. די שווארצע האבן באקומען די רעכט צו וואוטען אין 1869, די פרויען אין 1920. מיר האבן באקומען א שווארצע פרעזידענט בימים ההם, א פרוי פרעזידענט נאך נישט. די concept פון פרויען אלץ humans איז נאך אלץ, זעעט אויס, א threatening concept. אין אמעריקע און אויך דא.
מאך נישט אזויפיל גזירה שוות און בניני אם. דער פשוט'ער תירוץ איז אז יעדער פארשטייט צו א יפת תואר אבער ווייניג פארשטייען צו א שטיקל כפירה, בפרט אויב עס איז אן אמת'ער לומדישער חידוש אין הלכות כפירה. און די יחידים וואס פארשטייען יא דערצו האבן געווענליך נישט קיין פראבלעם דערמיט.
און דער דריטער תירוץ איז: דער יצרא דע"ז איז שוואכער ווי דער יצרא דג"ע.
ר' בערל, יעצט זענט איר סותר אן אפענע ויואל משה אז שאני מינות דמשכי
.
איין מינוט, כ'האב יעצט געטראפן א גירסא אין די ויואל משה כתב יד 78685 אוקספורד וואו עס שטייט: שאני "מינית" דמשכי. מאנכע ברענגען זיך פון דא א ראיה אז דער בעל ויואל משה האט זיך אויך באנוצט מיט דעם טמא'נעם שפראך ווען עס איז אים צוניצגעקומען
.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:24 pm
דורך געפילטע פיש
גד החוזה האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:Admin האט געשריבן:בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך
היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.
דא ווערט נישט דערמאנט איבער רעבעצינס כ"ש איבער פרויען. סליחה
זעט אויס דו האסט נישט מעיין געווען אינעם לינק.
Admin האט געשריבן:בילדער פון פרויען – בילדער פון פרויען זענען געווענליך נישט ערלויבט. אז איר קלערט אז א געוויסע בילד איז וויכטיג ארויפגעשטעלט צו ווערן, פרעגט איבער דעם ביי איינער פון די מנהלים פאר'ן ארויפשטעלן. בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:30 pm
דורך כתר מלכות
איך האב אמאל געהערט אז די יצרא דעריות איז אזוי שטארק אז סקענען ליגן אין שפיטאל צוויי קראנקע מענטשן, א יוד מיט א יודענע, אלטע לייט, מיאוס׳ער ווי מיאוס, און דאך ציקומען צו זינדיגען.
לייענעדיג דא ווי אזוי חכמים ונבונים ווערן ווילד פאר אפאר שווארץ און ווייסע בילדער פון נשים צדקניות מעלמא דקשוט, זעה איך אז ס׳איז יש דברים בגו.
די תירוץ אז ממיינט בלויז די היסטארישקייט דערפון איז זייער א שוואכע, זינט די שטיבעל צייכנט זיך נישט אויס מיט היסטארישע בילדער פונעם בעל האשת חבר.
#דרייען זיך דא אינשי דלא מעלי.