בלאט 2 פון 22

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:27 am
דורך טיטאניק
לעיקוואד האט געשריבן:לויט וויקיפעדיע ווייזט אויס אז רחל אמנו איז טאקע געווען גאנץ יאנטשי

היסטארישע בילד: רחל מיט יעקב

בילד

איך בין נישט אויסען אז יעקב ורחל זענען באמת געגאנגען אנגעטיען אנדערשט
פארוואס זאל איך מער גלייבען קנאפפלער'ס בילדער ווי דאס בילד?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:37 am
דורך יואליש
לעיקוואד האט געשריבן:לויט וויקיפעדיע ווייזט אויס אז רחל אמנו איז טאקע געווען גאנץ יאנטשי

היסטארישע בילד: רחל מיט יעקב

בילד


ס'בילד איז פארשטייט זיך איין שטיק שקר. וויאזוי ברויך א סקווירא חסיד קלערן דאס איז אמת ווען יעקב האט נישט קיין שטיוועל און שפאצירט נישט אויף די "מענער זייט"?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:41 am
דורך טאמבל סאס
דו לויפסט שוין צום מאן יעקב, איך האלט נאך ביי איר אויסגעשניטן האלדז, פריצות'דיגע לאנגע קלייד און נאקעטע פיס!!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:42 am
דורך רויטע וואנצעס
זעה איך גוט? א מקור פאר א קאלירטע בעקיטשע!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:42 am
דורך טאמבל סאס
א מקור פון א נאקעטע בעקיטשע

וואס איז טאקע פשט אין פסוק

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:44 am
דורך טיטאניק
וישק יעקב לרחל? ווי מעג מען?
מיר האט מען מחנך געווען אז LOVE איז געהעריג לא יזכר ולא יפקד
כ'מיין אז מען האט מיר אויך געלערנט אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו, סא ווי געט מען זעך א עצה?

דערפאר קימט הפסוק השלישי, וואס איך האב פריער געשריבען אז די היינטגיע נטורא חארטע וועלען מחזיר בתשובה זיין אינזערע אבות ואמהות

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 11:47 am
דורך טאמבל סאס
איך מיין אז אויף די גאנצע פסוק 'הבה את אשתי ואבואה אליה' טוט זיך אויף דעם.
מאנכע זאגן אז ס'איז א טעות, און באמת האט עס יעקב געזאגט צו רחל זעלבסט.
ווי אין דעם בילד אויבן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:13 pm
דורך שמעקעדיג
רש"י זאגט דאך שוין אויף די ווערטער "והלא אף קל שבקלים אינו אומר כן", אלא להעמיד תולדות אמר כן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:21 pm
דורך געפילטע פיש
די אימהות זענען געווען יאנטשי? איך ווארט אויף א מוחאה ברבים קעגן די עלבון אימותינו.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:36 pm
דורך טאמבל סאס
שמעקעדיג האט געשריבן:רש"י זאגט דאך שוין אויף די ווערטער "והלא אף קל שבקלים אינו אומר כן", אלא להעמיד תולדות אמר כן.

ריכטיג. רשי'ן האט נאר געבאדערט אז ער קען עס נישט קאנפארמירן מיט יעקב'ן. און יעקב האט געבאדערט אז מ'האט נישט גענוג קלאר געשריבן וואס ער האט געמיינט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:49 pm
דורך שושן פורים
איחוד פעלד האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:'דארף רעדן וועגן צניעות, מ'מוז,
.....................
מ'דארף רעדן וועגן צניעות ווי מער,

עס איז דא הלכות אין שולחן ערוך וויזוי מ'דארף גיין אנגעטוהן,

אונזערע רבנים האבן גע'פסק'ט אז די קלייד דארף זיין עטליכע אינטשעס אראפ פון די קני,

..........................
ווי לאנג דו האסט נישט געפרעגט קיין דיין און ער האט דיר גע'פסק'ט אנדערש ביזטו נישט גערעכט



ביטע טרעף מיר די הלכות אין שולחן ערוך.

איך האב געזוכט אין הלכות צניעות, און איך האב נאר געטראפען דארט הלכות וואס איך מעג אלץ טוהן מיט מיין ווייב.....

וועלכע רבנים האבען "געפאסקענט" אז עס מוז אראפ גיין אינטשעס אונטער די קני? און אויב יא, פין ווי האבען זיי אויסגעבויט דער פסק?

כ'האב געזעהן אמאל אין פסקי תשובות, כ'געדענק נישט פונקטליך ווי, אז די גאנצע טעם פארוואס פרויען גייען טייטס איז נאר ווייל וויבאלד ווען מגייט ארויף סטעפס אדער ווען מזעצט זיך אראפ הייבט זיך די סקירט אויף העכער די קניען, איז כדי די אויבערשטע חלק פיס זאל נישט זיין אינגאנצן אויפגעדעקט, האט מען מתקן געווען טייטס.

לענינו האב איך געהערט אמאל, ס'שטייט יוחנן כהן גדול איז געווארן א צדוקי ביי די אכציג, כ'מיין ער'ט נישט געהאט בעסער וואס צו טוען אויף דער עלטער?
נאר באמת איז ער געבליבן די זעלבע ערליך, נאר זיינע קינדער און אייניקלעך מיט די יארן זענען געווארן פרומער און פרומער, ביז ביי די אכציג האט ער שוין געהייסן א צדוקי.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:58 pm
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:רש"י זאגט דאך שוין אויף די ווערטער "והלא אף קל שבקלים אינו אומר כן", אלא להעמיד תולדות אמר כן.

ונבנתה העיר האט געשריבן:
אין פרשת ויצא זאגט יעקב צו לבן: וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב אֶל לָבָן הָבָה אֶת אִשְׁתִּי כִּי מָלְאוּ יָמָי וְאָבוֹאָה אֵלֶיהָ, זאגט רש"י: "מלאו ימי" - שאמרה לי אמי ועוד מלאו ימי שהרי אני בן פ"ד שנה ואימתי אעמיד י"ב שבטים וזהו שנאמר ואבואה אליה והלא קל שבקלים אינו אומר כן אלא להוליד תולדות אמר כך, נו, וואס טראכט איהר, פארוואס זאל א קל שבקלים נישט זאגן גיב מיר מיין ווייב ואבואה אליה? איז דער שפתי חכמים מסביר: שאין מדרך מוסר שיאמר השכיר תיכף ששלמו שני עבודתו הבה את שכרי...

ואתי שפיר..

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:01 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:רש"י זאגט דאך שוין אויף די ווערטער "והלא אף קל שבקלים אינו אומר כן", אלא להעמיד תולדות אמר כן.

וואטעווער. ער האט עס געזאגט און די תורה האט נישט געהאט קיין פראבלעם עס אראפצושרייבען

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:30 pm
דורך מאטי
מסתם האט פרעה און אבימלך געהאט א "פעטיש" צו יאנטשי פרויען. און די אבות האבן געוואוסט ברוח קדשם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:34 pm
דורך דער (פינטעל) איד
יעדער איז גערעכט און אביסל אומגערעכט. ווייל וואס סאיז געווען אמאל איז נישט נוגע ווייל זאכן האבן זיך געטוישט היינט. אמאל זענען פרויען נישט געווען אזוי אטגאואינג ווי היינט , פרויען לעבן היינט אויפן גאס אין יור פעיס. מילא קען מען נישט נוצן וואס ''אמאל'' איז געווען. אמאל איז אויך געווען כל כבודה בת מלך פנומה וואטעווער ס'מיינט. און קורצע קליידער איז נאך געווען דא , איך האב געזען א קלאס בילד פון מיין מאמע'ס סקול אין ווילי איך האב נישט געגלייבט זיי האבן אלע געהאט קליידער ביז העכער דע קני און דאס איז שוין געווען שטייענדיג. און יעדער רעדט דא כאילו קליידער מיט מעק אפ מאכט דע זאך נעה, קענסט זיך נישט שלאגן מיט גאט ס'דא פרויען וואס זענען שיין נאטורליך און אנדערע וואס גארנישט וועט זיי נישט העלפן. מ'דארף מאכן טיי אווענטס פאר אינגעלייט זאלן קענען מאכן פלעסטיק סערדזשעריס פאר זייערע פרויען.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:21 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
ווי אלט זענען די מיידליך געווען ביי דעם בילד?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:25 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:ווי אלט זענען די מיידליך געווען ביי דעם בילד?

17 -18

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:31 pm
דורך מאטי
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יעדער איז גערעכט און אביסל אומגערעכט. ווייל וואס סאיז געווען אמאל איז נישט נוגע ווייל זאכן האבן זיך געטוישט היינט. אמאל זענען פרויען נישט געווען אזוי אטגאואינג ווי היינט , פרויען לעבן היינט אויפן גאס אין יור פעיס. מילא קען מען נישט נוצן וואס ''אמאל'' איז געווען. אמאל איז אויך געווען כל כבודה בת מלך פנומה וואטעווער ס'מיינט. און קורצע קליידער איז נאך געווען דא , איך האב געזען א קלאס בילד פון מיין מאמע'ס סקול אין ווילי איך האב נישט געגלייבט זיי האבן אלע געהאט קליידער ביז העכער דע קני און דאס איז שוין געווען שטייענדיג. און יעדער רעדט דא כאילו קליידער מיט מעק אפ מאכט דע זאך נעה, קענסט זיך נישט שלאגן מיט גאט ס'דא פרויען וואס זענען שיין נאטורליך און אנדערע וואס גארנישט וועט זיי נישט העלפן. מ'דארף מאכן טיי אווענטס פאר אינגעלייט זאלן קענען מאכן פלעסטיק סערדזשעריס פאר זייערע פרויען.

עיין כאן ותמצא נחת

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:42 pm
דורך מ גפני
moti107 האט געשריבן:מסתם האט פרעה און אבימלך געהאט א "פעטיש" צו יאנטשי פרויען. און די אבות האבן געוואוסט ברוח קדשם.

פרעה איז געווען א שווארצער וואס פארשטייט א שחור אבי זי איז ווייס

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:49 pm
דורך מ גפני
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יעדער איז גערעכט און אביסל אומגערעכט. ווייל וואס סאיז געווען אמאל איז נישט נוגע ווייל זאכן האבן זיך געטוישט היינט. אמאל זענען פרויען נישט געווען אזוי אטגאואינג ווי היינט , פרויען לעבן היינט אויפן גאס אין יור פעיס. מילא קען מען נישט נוצן וואס ''אמאל'' איז געווען. אמאל איז אויך געווען כל כבודה בת מלך פנומה וואטעווער ס'מיינט. און קורצע קליידער איז נאך געווען דא

כ'בין צומישט!! ווען זאגט מען "מ'טאר נישט משנה זיין פונעם דרך הישן" און ווען איז נשתנו העיתים??

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:53 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ווען ס'איז נשתנו העיתים איז נשתנו העיתים. אויב וואלטן פרויען נישט געווען אויזפיל אויפן גאס ווי מ'איז היינט ווען ממש דע פרויען וואוינען אויפן ליע עוו און אויף 13 וואלסטע געקענט זיין אויך ווי אמאל. אבער אז 'מאיז נישט ווי אמאל קען מעו נישט זיין ווי אמאל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:58 pm
דורך דער (פינטעל) איד
moti107 האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יעדער איז גערעכט און אביסל אומגערעכט. ווייל וואס סאיז געווען אמאל איז נישט נוגע ווייל זאכן האבן זיך געטוישט היינט. אמאל זענען פרויען נישט געווען אזוי אטגאואינג ווי היינט , פרויען לעבן היינט אויפן גאס אין יור פעיס. מילא קען מען נישט נוצן וואס ''אמאל'' איז געווען. אמאל איז אויך געווען כל כבודה בת מלך פנומה וואטעווער ס'מיינט. און קורצע קליידער איז נאך געווען דא , איך האב געזען א קלאס בילד פון מיין מאמע'ס סקול אין ווילי איך האב נישט געגלייבט זיי האבן אלע געהאט קליידער ביז העכער דע קני און דאס איז שוין געווען שטייענדיג. און יעדער רעדט דא כאילו קליידער מיט מעק אפ מאכט דע זאך נעה, קענסט זיך נישט שלאגן מיט גאט ס'דא פרויען וואס זענען שיין נאטורליך און אנדערע וואס גארנישט וועט זיי נישט העלפן. מ'דארף מאכן טיי אווענטס פאר אינגעלייט זאלן קענען מאכן פלעסטיק סערדזשעריס פאר זייערע פרויען.

עיין כאן ותמצא נחת

איך פארשטיי נישט דע שייכות. אפשר ביזט זיך מסביר? אויך פארשטיי איך נישט וואס רי"ע שרייבט דארט. ער זאגט פלגש זאל זיין מותר וועגן להרבות זרע ישראל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 3:03 pm
דורך מאטי
פינטל, ביסט גערעכט! טעותי, נאדיר 93 לייקס.