בלאט 2 פון 5
Re: גזירת (?) הפקעת מירון
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 5:41 pm
דורך ידען
קרעקער האט געשריבן:יעצט אז עריז שוין א דיין קען מען נישט רעדען אף עם
אבער סארי דע אמת איז באוויסט אז ער איז א סלפן
סלפן, פארוואס זאגסטו אזוי?
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 6:29 pm
דורך גדעון
פארוואס נישט, יעצט קענען זיך אלע אלטע שונאים זיינע זיך אפרעכענען מיט אים, ס'שוין דא יעצט א אפיציעלע אשכול מיט זיין נאמען דערויף,
אהער מיט מער טיטלען,
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 6:49 pm
דורך זר זהב
איך האב געהערט (פון איינעם אין דעי ליין) אז ר'מנשה קען מער פון זיין ברודער הג' רז"ל נאר ער איז נישט מסודר, יענער זאגט מיר אז רז"ל ווען ער דארף א מראי מקום פרעגט ער זיין ברודער ר' מנשה.
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 7:01 pm
דורך ידען
גדעון האט געשריבן:פארוואס נישט, יעצט קענען זיך אלע אלטע שונאים זיינע זיך אפרעכענען מיט אים, ס'שוין דא יעצט א אפיציעלע אשכול מיט זיין נאמען דערויף,
אהער מיט מער טיטלען,
Lol
גדעון
סע האט זיך שוין געלוינט.
ווי ביסטע אזוי לאנג געווען?
און ווער זענען זיינע שונאים? פארוואס זאל מען איהם פיינט האבן? ער טוהט שלעכט פאר אנדערע?
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 7:03 pm
דורך זר זהב
אין תשמ"ה ווען מ'האט אויפגענומען מהר"א אין קר"י איז ער געווארן פון די סטרא אחרא
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 7:31 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:אין תשמ"ה ווען מ'האט אויפגענומען מהר"א אין קר"י איז ער געווארן פון די סטרא אחרא
איך פארשטיי נישט א ווארט וואס האסט געשריבן.
Please elaborate
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 7:32 pm
דורך ידען
איך ווייס אז ער איז פון בני יואל און אז ער שרייבט אין די איד און דע צייטונג.
מער וועגן איהם ווארט איך צו הערן
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 7:39 pm
דורך זר זהב
ידען האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:אין תשמ"ה ווען מ'האט אויפגענומען מהר"א אין קר"י איז ער געווארן פון די סטרא אחרא
איך פארשטיי נישט א ווארט וואס האסט געשריבן.
Please elaborate
די חסידים פון מהר"א האלטן אז ער איז א פלעינער בני יואל'ער עקסטרימיסט, און אז ער איז געווען א שונא פונעם ברך משה. למעשה איז עס נישט אמת. ער איז טאקע עקסטרעם אין די שיטה, ער איז דורעך געקאכט אין ויואל משה, ער געט א שיעור אין ויואל משה אין 500 בעדפארד, ער האלט אז די סאטמאר רב איז דער איינציגסטע צדיק אמת פונעם לעצטן יאר הונדערט. ער קען א געוואלד מיט לערנען. יעצט ווער איך געוואויר אז ער איז שוין אפעציעל א דיין.
וואס נאך ?
גוט שבת
Re: הרב מנשה פילאף און זיינע פענע נעמען
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 7:43 pm
דורך ידען
אהא
So די שונאים וואס גדעון רעד מיינט ער די ארוינים, און א דיין איז ער ביי די זאלוינים.
פיין. גענוג אויף שבת...
Re: הרב מנשה פילאף
נשלח: מוצ"ש מאי 05, 2012 11:55 pm
דורך דולה ומשקה
פרשת בארא פארק עירוב יוכיח.
עיין המשך מאמריו בעיתון די צייטונג באותו פרק.
Re: הרב מנשה פילאף
נשלח: זונטאג מאי 06, 2012 12:00 am
דורך ידען
דולה ומשקה האט געשריבן:פרשת בארא פארק עירוב יוכיח.
עיין המשך מאמריו בעיתון די צייטונג באותו פרק.
יוכיח וואס?
המשך ווי?
Re: הרב מנשה פילאף
נשלח: זונטאג מאי 06, 2012 2:19 am
דורך יחזקאל
א וואסער געמאלאכטס
נשלח: זונטאג מאי 06, 2012 7:42 pm
דורך איך אויך
משה געציל האט געשריבן:ידען האט געשריבן:איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.
הרב י. מ. סופר איז פון פאך אויס א מוראדיג'ע גוטע שרייבער, ער האט נאר איין פראבלעם וואס איז גובר אלע מעלות, נעמליך ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו צוטירן גאנצע שטיקלעך לדוגמא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.
אוי זאגסטו גוט! אבער ווייסט דאך ער איז ווייט נישט דער איינציגסטער אין סאטמער וואס ווייסט דער לחש פון געבעקסען.
נשלח: זונטאג מאי 06, 2012 8:29 pm
דורך שרייבער
זר זהב האט געשריבן:אין תשמ"ה ווען מ'האט אויפגענומען מהר"א אין קר"י איז ער געווארן פון די סטרא אחרא
נע, די ליסטע פון די סטרא אחרא האט נאר זיין ברודער רז"ל
אגב, איך ווייס נישט ווער ס'האט זיי פארהערט, אבער כידוע איז רז"ל סאך א גרעסערע תלמיד חכם און זייער א קלארער לערנער
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 12:56 am
דורך אורח
משה געציל האט געשריבן:ידען האט געשריבן:איך לייען אין די צייטונג אז הרב י מ סופר שרייבט וועגן דאקומענטן פונעם טוריזם מיניסטעריום וואס מען זעהט קלאר זייערע שענדליכע פלענער וואס זיי פלאנען דארט אויפצושטעללן קאבאלא צענטערס, האטעלן מיט אלע תאוות און תועבות און געמישטע שווים באסיינען... א גאנצע ליסטע האט ער דארט , אבער קען נישט ברענגען אפי׳ איין דאקומענט וואס זאל באשטעטיגן זיינע ווערטער.
הרב י. מ. סופר איז פון פאך אויס א מוראדיג'ע גוטע שרייבער, ער האט נאר איין פראבלעם וואס איז גובר אלע מעלות, נעמליך ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו צוטירן גאנצע שטיקלעך לדוגמא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען.
איך פארשטיי דיין ווייטאג, ר' מנשה האט פאר א האלב יאר צוריק געשריבען אין "דער איד" א סעריע ארטיקלען מיט'ן נאמען "ויסלף דברי צדיקים" איבער שיטת אדמור"י בעלז בעניני ציונות אגודה התבדלות מרשעים ועוד, איז אנשטאט אים ענטפערן צו די זאך וועט מען שרייען נישט געשטויגען און נישט געפלויגען
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 1:31 am
דורך אורח
ויסלף דברי צדיקים------
איך זעה יענקל האט עס שוין געלייגט
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 2:17 am
דורך זר זהב
יעענ ארטיקלען זענען פיין געווען, כ'געדענק ס'אט מיר געבאדערט אז כ'האב עס נישט אוועקגעלייגט. אלעס איז געווען גוט דאקומענטירט מיט בריוון פון די בעלזע רביים און נאך. -- וואס כ'האב ארויסגענומען דערפון איז געווען אז דער סאטמאר רב זי"ע איז געווען א ריין עכטער בעלזער חסיד!
ווייסט איינער צי בעלזע האט אפפגעענטפערט יענע ארטיקלען ?
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 11:58 am
דורך יואליש
מנשה פילאפ איז מיין פעט-פיוו. ער איז א געלוגענער מסלף און היפאקריט, כ'קויף די צייטונג נאר כדי זיך אינטערצוהאלטן מיט זיינע ארטיקלן. לאמיר האלטן דעם אשכול אפען און אויסשמועסן זיינע ארטיקלן ווען ס'איז דא שמאלץ דערין.
דרך אגב, האב איך געהערט אז ער איז זייער קעגן די סיטיפיעלד כנסיה. ער האט נאך קיינמאל נישט געשריבן אין די צייטונג איבער די כינוס, כאטש ער פלעגט שטענדיג ליארמען איבער "בלעקבעריס". ער האט זיך פארהערט מיט ר' טודרוס זילבער פארענט פון אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר. כפי השמועה, האט אים ר' טודרוס, וועלכע איז זייער פרא די כינוס, פערזענליך אטאקירט אז ער האט זיך ממנה געווען אלס דער ווארטזאגער פון סאטמאר רב ז"ל בעת וואס ער האט קיינמאל אים נישט געקענט, נישט געהערט קיין סוגיא שיעור, קיין תורה. (מנשה איז גאנץ אינג, איז איז מסתם געווען אונטער צען יאר ווען סאטמאר רב איז נישט געזינט געווארן.)
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 12:12 pm
דורך שרייבער
ר' מנשה איז טאקע יונג, דוכט זיך נאכנישט קיין 50
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 12:14 pm
דורך זר זהב
דורך יואליש » מאנטאג מאי 07, 2012 11:58 am
מנשה פילאפ איז מיין פעט-פיוו. ער איז א געלוגענער מסלף און היפאקריט, כ'קויף די צייטונג נאר כדי זיך אינטערצוהאלטן מיט זיינע ארטיקלן. לאמיר האלטן דעם אשכול אפען און אויסשמועסן זיינע ארטיקלן ווען ס'איז דא שמאלץ דערין.
סתם רעדן אין די וועלט אריין מאכט דיר נישט אויסזען ווי דער גרעסטער חכם. אויב זאגסטע אז ער איז מסלף זיי מוחל און ברענג הארטע באווייזן שווארץ אויף ווייס און מ'וועט עס דעבאטירן. דא איז נישט דער פלאטץ צו זיין "קיל" COOL.
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 12:15 pm
דורך שמואל הלוי
שרייבער האט געשריבן:ר' מנשה איז טאקע יונג, דוכט זיך נאכנישט קיין 50
איך דענק אז ר' מנשה האט חתונה געמאכט תשס"ב איך ווייס נישט אבער צו ס'איז געווען די ערשטע קינד צו נישט, און געווענדליך א מענטש וואס מאכט חתונה איז לכה"פ 38, קומט אויס אז 48 איז ער שוין זיכער.
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 12:23 pm
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן:דורך יואליש » מאנטאג מאי 07, 2012 11:58 am
מנשה פילאפ איז מיין פעט-פיוו. ער איז א געלוגענער מסלף און היפאקריט, כ'קויף די צייטונג נאר כדי זיך אינטערצוהאלטן מיט זיינע ארטיקלן. לאמיר האלטן דעם אשכול אפען און אויסשמועסן זיינע ארטיקלן ווען ס'איז דא שמאלץ דערין.
סתם רעדן אין די וועלט אריין מאכט דיר נישט אויסזען ווי דער גרעסטער חכם. אויב זאגסטע אז ער איז מסלף זיי מוחל און ברענג הארטע באווייזן שווארץ אויף ווייס און מ'וועט עס דעבאטירן. דא איז נישט דער פלאטץ צו זיין "קיל" COOL.
הגם, ס'איז א פלאץ דא צו זיין וואס מ'וויל, קיל, לוילעך אדער ווארעם, האב איך טאקע געזאגט אז אנשטאט אפירזיכען זיינע אלטע מאמרים וועלכע כ'האב אפי' נישט, איז גרינגער צו נוצן דעם אשכול אין די צוקומפט צו אנאליזירן זיינע ארטיקלען.
נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 12:25 pm
דורך זר זהב
אז דו קענסט נישט אפירזוכן זיינע אלטע ארטיקלען דעמאלטס וועסטע דארפן ווארטן פאר זיינע קומענדיגע ארטיקלען צו זאגן אז ער איז א מסלף. דערווייל האסטע נישט קיין באווייזן צו פארענפטליכן.