בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 8:39 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו ביסט א סאטמארער? ווי קומט עס אזא קללה אויף א איד? ער איז נישט גערעכט, אבער אזעלכע קללות פאסען נישט אויף אונזער ברידער און שוועסטער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 9:17 am
דורך סדרן
פארמעקט די העסליכע קללות און אויסגעשפארט דעם שרייבער פאר א שטיק צייט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 9:53 am
דורך מפיל קינד
איך שעץ די ארבעט פון די הנהלה מיט'ן מעקן און אויסשפארן, ווייל דאס ווייזט אז יש דין ויש דיין, אבער ס'באדערט מיר א פונקט אזא געשעצטע ניק זאל פאלן א קרבן. כ'האף ס'איז נישט פאר צו לאנג.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 9:54 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט צו איך וואלט געבעטן אזא שארפער תגובה צו זיין עוולה. פארמעקן און ווארענן וואלט גענוג געווען. עס זעט אויס אז בשעת מעשה האט ער זיך פארלוירען אביסל און נישט געכאפט וואס ער שרייבט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 1:05 pm
דורך real fake news
כפארשטיי נישט די רולס וואס מעג מען יא און נישט שעלטן? פארוואס ווען משרייבט ימ"ש אויף א איד איז נישט קיין פראבלעם? זעה
דא(BTW כבאמערק יעצט אז סאיז די זעלבע ניק סאו אפשר קומצעכים טאקע צו ווערן אויסגעשפארט)
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 3:20 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 4:05 am
דורך Hashemschild
די ״ישיווע ווארלד״ איז מוחה פאר ״כבוד התורה״
די סענזאציע ענגלישע רוי-געבאקענע נייעס-טראסקער ״די ישיבע ווארלד״ איז פרייטאג ארויסגעקומען מיט א נייעס און א מחאה נמרצת קעגן די צייטונג ״דער איד״.
צייגענדיג א בילד פון דער פראנט זייט פון ״דער איד״ איז ״די ישיווע ווארלד״ מוחה קעגן דעם וואס ״דער איד״ האט נישט באריכטעט איבער דער הסתלקות פון דעם ליטווישן גדול און מנהיג רוחני פון דער דגל התורה פארטיי הגאון רבי גרשון עדעלשטיין זצ״ל. כאילו ״דער איד״ איגנארירט און איז מזלזל אין דעם כבוד פון א גדול בישראל צוליב ״אידעאלאגישע דיפערענצן״.
ווייל זילזול אין כבוד התורה, ווי איר דארפט פארשטיין, איז א זאך וואס די ״ישיווע ווארלד״ קען נישט פארשווייגן.
אז איר גיט אבער בלויז איין בליק אין ״דער איד״ וועט איר זען אז ״דער איד״ האט שוין איינמאל באריכטעט וועגן דער הסתלקות פון הגאון רבי גרשון עדעלשטיין זצ״ל. אויף דער צווייטער זייט, וואו זיי באריכטן שוין יארן וועגן דער הסתלקות פון רוב גדולי ישראל. זיי מעלדן אויך, אז די קומענדיגע וואך וועלן זיי שרייבן א לענגערע הערכה איבער הגאון הגדול רבי גרשון עדעלשטיין זצ״ל.
די הסתלקות פון יעדן רב, ראש ישיבה, און אוודאי יעדען גדול בישראל ווערט דארט לענגער באשריבן, אפגעזען פון ״אידעאלאגישע״ אדער שיטה דיפערענצן.
אויב איז עמיצער מזלזל אין כבוד התורה איז עס דווקא די צייטונג פון דער ״דגל התורה״ פארטיי, די צייטונג ״יתד נאמן״.
ווען דער ירושלימער רב הגה״צ רבי יצחק טוביה ווייס זצ״ל איז לעצטן יאר נסתלק געווארן האט עס דער ״יתד נאמן״ באריכטעט אין פארעווע געציילטע ווערטער.
כבוד התורה.
ווען הגה״צ רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ״ל דער ראב״ד פון קהל יטב לב ד׳סאטמאר איז נסתלק געווארן איז דאס אין ״יתד נאמן״ געווען לא יזכר ולא יפקד.
כבוד התורה.
אבער ווייסט איר וועמען דער ״יתד נאמן״ האט באריכטעט מיט פראנט פעידזש קידוש לבנה אותיות? ווען דער רשע ונואף, חוטא ומחטיא, דער שרייבער ח. ו. האט געמאכט א סוף צו זיין לעבן האבן די ווערטער ״זכרונו לברכה״ פארנומען א האלבע זייט. די נייעס פון זיין פארלוסט איז באריכטעט געווארן איבער א האלבע זייט פון יתד נאמן׳ס פראנט פעידזש, כאילו כלל ישראל האט פארלוירן איינעם פון די גדולי הדור, און נישט איינעם פון די מחטיאי הדור.
כבוד התורה.
היינט זונטאג בהעלותך קומט פאר דער גרויסער כינוס ״אדירי התורה״ פון ליטווישע לעיקוואודער בני תורה אין פילאדעפיע. פאר דעם צוועק זענען פון בני ברק ספעציעל געקומען צו פארן הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט״א, איידעם פון הרב שך זצ״ל, און הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע שליט״א.
דער ״יתד נאמן״ דערמאנט אבער נישט קיין ווארט וועגן הרב בערגמאן. זיין נאמען אין ״יתד נאמן״ איז לא יזכר ולא יפקד. צוליב פאליטישע כוחות-פארמעסטן אינערהאלב די דגל התורה פארטיי, ובפרט נאך דער הסתלקות פון הגר״ג עדלשטיין, טאר הרב בערגמאן׳ס נאמען נישט דערמאנט ווערן.
כבוד התורה.
ווען הגאון רבי שאול אלטער שליט״א, פון די גרעסטע גאונים בדורינו, האט מיט אנדערהאלבן יאר צוריק באזוכט אין אמעריקע האט ער געקראגן דעם גרעסטן קבלת פנים, מצד אלע שיכטן און קרייזן אין אמעריקע, אפגעזען פון אידעאלאגישע דיפערענצן, מער ווי סיי וועלכער גדול אין דער אמעריקאנער געשיכטע. די רעליגיעזע און ״חרדישע פרעסע״ אין ארץ ישראל האט אבער צוליב ריין פאליטישע און פינאנציעלע אינטערעסן, אנגענומען א פול מויל און נישט באריכטעט כי הוא זה פון דער נייעס.
דער ״יתד נאמן״ און אלע אנדערע צייטונגען האבן נישט באריכטעט קיין אות אחת, נישט אויף דער ערשטער זייט, נישט אויף דער צווייטער זייט, און נישט אויף דער צענטער זייט.
קיין אות אחת.
כבוד התורה.
די ״יעשיווע ווארלד״
צוזאמען מיט דעם ענגלישן ״חרדיש-מאדערן-ארטאדאקסישן״ Ami מאגאזין זענען ליידער פאראנטוואטליך פארן אריינברענגען ראדיקאל ציוניסטישע און ראדיקאל עקסטרעם רעכט אמעריקאנער פאליטישע אידייען צווישן חרדישן ציבור. ווייסט איר וועמען דער ״עמי״ האט די וואך געהאט אויפן פראנט קאווער?
הגאון רבי גרשון עדעלשטיין זצ״ל?
וואו, וואס, ווען.
זיי האבן געהאט א גאר וויכטיגערן פערזענליכקייט אויפן קאווער, - להבדיל בין טומאה לטהרה.
דער גאנצער פראנט קאווער פון עמי האט געהאט דעם בילד פון
Mr Wonderful.
ווער איז דאס דער דער מיסטער וואנדערפול?
א גויאישער פערזענליכקייט אויף אמעריקאנער טעלעוויזיע.
ער איז געווען אזוי עקסייטעד אז זיין מאגאזין האט געקראגן אן אינטערוויו מיט מיסטער וואנדערפול פון די ״שארקס״ אויף דער טעלעוויזיע אז ער האט אים געמוזט מאכן פארן הויפט פיטשור און קאווער פאטא פון זיין שעטנז-מלא-דעות-כוזבת מאגאזין.
כבוד התורה.
ב. י. ק.
Re: די מערכה פון "ישיבה ווארלד ניוס" קעגן סאטמאר
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 12:12 pm
דורך פונדאַמענטאַל
איז YWN מקושר אויף עפעס אן אופן מיט דגל יתד אדער עמי?
יא יתד שפילט שמיציגע פאליטיג פונקט ווי - די איד! דאן איז וואס? וואס האט YWN צוטוהן מיט די נער'ישע פאליטיק פון די חרדים אין א''י? עמי האט געהאט א באזונדערע אויסגאבע לכבוד הרב אדלשטיין ממילא איז עס איז נישט געווען אויף די קאווער פון די מאגאזין. Don't get me wrong איך געב נישט קיין דאם אויף די גאנצע נושא, אבער די יתד - עמי - ציונות - אמריקא טשולנט איז בול-ש.
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 1:22 pm
דורך ודברת בם
די גאנצע חרדי עסטעבלישמענט איז איין מהלך און איין קאסע!!
דער ב.י.ק. קאכט זיך דערין כאילו במציאות איז איינער מער עטיש ווי דער צווייטער און די שאלה איז ווער - "דער איד", "יתד" אדער "עמי"? מה בין בני לבן חמי פרעגט ער מיט א קעלבערנע תמימות אדער מיט א קאלקיוּלעטעד מאניפאלאציע.
די ענטפער צו זיין שאלה איז, סדנא דערעא חד הוא, איז ס'איז איין גרויסע טשולענט פון אידן וואס כבוד התורה אינטערעסירט זיי נישט. ביידע זענען גערעכט! "ישיבה ווארלד" און דער טאלאנטפולע שרייבער ב.י.ק.
ויכה יוסי את יוסי וכבר אמרו חז"ל פירוד רשעים נאה להם ונאה לעולם.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 2:20 pm
דורך איציקל
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:איז YWN מקושר אויף עפעס אן אופן מיט דגל יתד אדער עמי?
יא יתד שפילט שמיציגע פאליטיג פונקט ווי - די איד! דאן איז וואס? וואס האט YWN צוטוהן מיט די נער'ישע פאליטיק פון די חרדים אין א''י?
וואס מיין ברודער, דער באשעפער'ס קינד, ברענגט ארויס איז, אז ווען YWN באשמוצט סאטמאר מיינען זיי גארנישט כבוד התורה, והא ראיה אז ווען דער יתד באגייט אן עולה באריכטן זײ דאס נישט. הגם אז מען קען מחלק זיין צווישן א גדול הדור און א גרויסע רב אין וויליאמסבורג, אבער דאס פארענטפערט נאכנישט דאס נישט באריכטן פטירת הגאב"ד עדה"ח.
להערה בעלמא, דער שרייבער דארט אויף YWN, מאכט א טשאלנט צווישן אגוד"י אין א"י און דער אגודה דאהי אין אמעריקע, וואס הגם זײ זענען ציוניסטיש געשטימט (אפיציעל אדער אומאפיציעל, איך ווייס נישט), אבער דאס איז קלאר אז דאס איז נישט זייער תכלית, און זיי זענען נישט פארנומען דערמיט. (דאס וואס גדולים אדמורים זענען געווען קעגן דער אגודה, האט לאו דוקא, אדער בכלל נישט צוטוהן מיט זייער שטעלונג כלפי ציונות, ואכהמ"ל).
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 2:39 pm
דורך פונדאַמענטאַל
אזויווי @ודברת בם האט געשריבן, זענען זיי ביידע די זעלבע היפאקריטן, איך האלט נישט אז YWN איז מיט עפעס בעסער ווי די איד. איך האב מיך מתייחס געווען צו די ספעציפישע סאטמארע ענטפער צו YWN ווי זיי פרובירן זיך צו פארענטפערן מיט א געמישטע קיגל.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 3:44 pm
דורך גפן
Hashemschild האט געשריבן:
כבוד התורה.
ב. י. ק.
ווער איז דאס?
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 3:44 pm
דורך חובב ציון
געפערליכע העצע דארט אין די קאמענטס אויף ywn , כ׳קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי זיי מאכן זיך אזוי צו טוהן, וואס אינטערסירט זיי אפילו וואס די איד שרייבט אדער נישט, כ׳כהאב ניטאמאל געוויסט עס איז נאך דא מענטשען וואס קויפן עס..
כ׳האב געזעהן איינעם שרייבן אז ער האלט מען זאל בענען סאטמערע מצות אזויווי אנגל בעקעריי פאר די בזיון התורה...
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 6:39 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 7:31 pm
דורך הייליגע קאקאש קעיק
ששון ושמחה האט געשריבן:.
איך בין גראדע א שטארקע פאטריאט פון די קהילה, אבער די אמת פאטש מיר אין פנים, (נישט אז איך קוק אן די אנדערע סאטמער אלס בעסער, זיי האבן זיך זייערע שמוץ)
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 8:07 pm
דורך זייער נייגעריג
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:איז YWN מקושר אויף עפעס אן אופן מיט דגל יתד אדער עמי?
יא יתד שפילט שמוציגע פאליטיג פונקט ווי - די איד! דאן איז וואס? וואס האט YWN צוטוהן מיט די נער'ישע פאליטיק פון די חרדים אין א''י? עמי האט געהאט א באזונדערע אויסגאבע לכבוד הרב אדלשטיין ממילא איז עס איז נישט געווען אויף די קאווער פון די מאגאזין. Don't get me wrong איך געב נישט קיין דאם אויף די גאנצע נושא, אבער די יתד - עמי - ציונות - אמריקא טשולנט איז בול-ש.
די mishpacha האט געהאט נישט די עמי.
ולגופו של ענין די עמי גייט זיכער האבן די וואך, זיי האבן נישט קיין שום סיבה אים צו איגנארירן.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 8:32 pm
דורך דערהויבענע איד
איך האב נישט קיין געדולד אריינצוגיין אין דיני דברים דא, אבער דאס אז מ'רעדט פון הרב פרידמאן צו צוגלייכן אפילו מיט די אויסרייד אז ''מ'גלייכט נישט צו'' וויייזט ווי איגנערענט און אייסעלעיטעט סאטמער איז פון כלל ישראל.
ס'קען טאקע זיין אז דאס אז דער איד האט געלייגט אויפן סעקאנד פעיזש די לוי' איז גענוג, אבער ווי זאגט מען, אויף מיר זאגט מען נישט אזעלכע זאכן, און א חושד בכשרים זענען זיי זיכער נישט.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 8:33 pm
דורך בעל אחריות
סאטמאר וויינט אז מען טשעפעט זיי?? אז מען דערלעבט דערלעבט מען...
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 9:05 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: ווי א יעדער ווייסט. און ספעציעל מיינע גאר גוטע "פריינט" דער בעל ריח הניחוח און זיין קאלעגע דער "מנהל". וכל שום וחניכא דאית להו. וואספארא גרויסער "פארעהרער" איך בין פון "דער איד" וסייעתו. נאר דא האט זיך ישיבה ווירלד געדראפעט אויף די גראדע ווענט. ס'הייסט סאטמאר און דער איד זענען באגאנגען די "גרויסע" און אומפארגעבליכע עוולה. א ביזיון התורה גאר...! זיי האבן באשריבן די לווי' פון הגאון ר"ג עדלשטיין אויפ'ן צווייטן פעידזש. און נישט ארויסגעקומען מיט גרויסע, רויטע קידוש לבנה אותיות אויפ'ן גאנצן ערשטן פעידזש. אזוי ווי דער יתד נאמן האט פארלאנגט.
אין וועלכן סעיף אין שו"ע שטייט אז דער גדול הדור ביי די ישיבה'שע וועלט איז אויך פאררעכנט פאר'ן גדול ומנהיג הדור אין סאטמאר אדער אין סיי וועלכע אנדערע קהילה?!
דער יתד און ישיבה וואוירלד באריכטן אויך נישט אויפ'ן ערשטן פעידזש ווען גדולי ישראל פון די סאטמאר'ע קהילה זענען נפטר געווארן. אזוי ווי די פטירה פון הרה"ג ר' י"ט ווייס זצ"ל. און אנדערע חשוב'ע אידן און אויסגערופענע תלמידי חכמים פון די סאטמאר'ע קהילה.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 9:13 pm
דורך קהל'ס נער
סיי יוו"נ און סיי די דער יוד זענען די זעלבע לאו לעוועל גארביזדש אג'ענדע נייעס קוואלן, סה"כ אויף אנדערע זייטן.
ווי גייט די ווארט, זעלבע ש.. אנדערע נאמען.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 9:14 pm
דורך בעל אחריות
זיידי, מיט דיין פוינט בין איך מסכים, אבער נישט מיט דיין צושטעל, ווי איינער האט שוין ארויסגעברענגט רב אדלשטיין איז נישט נאר געווען די גדול פון איין קהילה, ער איז געווען פון די גדולי הדור, און ער איז נישט די קיין צושטעל צו רבי ישראל חיים מנשה,
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 1:19 am
דורך מתבודד
צו נוצן א תורה אלס א קרדום לחפור בה שטייט שוין: רבי צדוק אומר, אל תעשם עטרה להתגדל בהם, ולא קרדום לחפור בהם. הא למדת, כל הנהנה מדברי תורה, נוטל חייו מן העולם, קען מען זיך שוין פארשטעלן ווען מ'נוצט א 'צווייטנ'ס' תורה אלס קרדום ארפצוקלאפן א 'דריטן'...
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 2:03 am
דורך מר. קלונימוס
בעל אחריות האט געשריבן:סאטמאר וויינט אז מען טשעפעט זיי?? אז מען דערלעבט דערלעבט מען...
קיינער וויינט נישט יעדער לאכט...