בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:24 pm
דורך berlbalaguleh
נאר,,פרייליך האט געשריבן:[tag]ראשעקאל[/tag]

אזא גערעדכץ מיט אזויפיל אהבת ישראל קומט פון זיך ווייקען טעג און נעכט אין צימעס

צו וואס באשרייט איר אזוי די שרייבער'ס וואס שטעלן דיר צו די הייסע מקוה?

נאר פרייליך. אפילו דו ביסט שוין נישט דא אין קאווע שטיבל. דאך קען איך נישט אריבערגיין דיין געשרייבעכץ אהן מגיה זיין. והנה: צ"ל (נישט הייסע מקוה, נאר עפעס אנדערש הייסע צ---ה. ליתר פרטים עיין במס' גיטין דף נו:. במה אותו האיש נידון בגהינם... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 4:31 pm
דורך רויטע וואנצעס
איינער ווייסט אפשר וואס מיינט די שרעקעדיגע ווערטער "דער שוד המתים אין בית שמש"? איך האב מורא אריינצוגיין אין יענע אשכול, ס'האט צו טוען מיט מתים.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 5:29 pm
דורך פליקער
גיי נישט אהין, ריר נישט אן, עס קען דיך נאך פארוואנדלען און עפעס שעידליך ווי א עליען

200

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 6:57 pm
דורך יין שרף
מזל טוב מזל טוב! זאלסט זיך האלטן וואס פרישער... און זיך עלטערן אין פריידן...

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 7:22 pm
דורך חרבונה
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וואס מיינט די שרעקעדיגע ווערטער "דער שוד המתים אין בית שמש"? איך האב מורא אריינצוגיין אין יענע אשכול, ס'האט צו טוען מיט מתים.

עס דרייען זיך דארט רעזיגנירטע.

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 8:05 pm
דורך גאלד
לפי זה איינער וואס שרייבט גארנישט אין קאווע שטיבל איז אין א קאומע?
זייט נישט ברוגז, אבער אני הצעיר ווען עס עס קומט צו שאר ענינים טרעף איך מיר אנדערע פארמאטן און לאו דוקא אויפן געוועב
נאר ווען איך שפיר א תאות היצר צו גריבלן און די צימעס חאזעריי בין איך מקיים דעם מאמר חז"ל
אם רואה אדם שיצרו מתגבר עליו ילך למקום שאין מכירים אותו וילבש שחורים ויתעטף בשחורים ויעשה מה שליבו חפץ ואל יחלל שם שמיים בפרהסיה

נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 8:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
זאגסט דאך [tag]גאלד[/tag].

פארשטיינערט מיך נישט!

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 8:50 pm
דורך קפנדריא
כ'גלויב אז "מאחורי" איז פיל שמוציגער און ברוינער ווי צימעס, קארעקט מי פליז איף איי'ם ראנג, נאר וואזשע דען? נפשו של אדם מחמדתן..

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 8:57 pm
דורך שמעקעדיג
חס ושלום. מאחורי איז (כמעט) אלעס ע"פ דרך תורה והיראה

נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 9:04 pm
דורך קפנדריא
שמעקעדיג האט געשריבן:חס ושלום. מאחורי איז (כמעט) אלעס ע"פ דרך תורה והיראה


און איך האב געמיינט אז צימעס איז אינגאנצן ע"י "תורה ויראה"..

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:48 pm
דורך [NAMELESS]
signout האט געשריבן:אבי געהאקט, ווען יענער קריטיקירט אים נארמאל ביזטו גערעכט אבער ווען יענער אטאקירט אים פערזענליך מיט קללות, בשעת דער ניק האט זיך קיינמאל נישט אנגערופן ביי א ענליכע פאל בעבר ווי מהר''א איז נישט געווען אויפן טיש דארף מען זיין בלינד נישט צו זעהן יענעם'ס אגענדע

עס איז עכט א שאד זיך צו טענה'נען מיט דיר , ווייל איך מיין טאקע אזעלכע מענטשען ווי דיר.... די מיינסט אז יעדער לעבט אגאנצען טאג מיט ענקער עקעלדיגע פאליטיק און מאכט זיכער יעדעס מאהל צו קריטיקירן די סאטמארע צדיקים פינקט די זעלבע כדי צו זיין פינקטליך "נייטראל".... כמעט יעדע אינטעליגענטע שרייבער דא האט פארדאמט ענקער רבי'ס דרשה, לויט דיר מיינט עס אז אלע אינטעליגענטע שרייבערס אין קאווע שטיבעל זענען זאליס???

די סיבה פארוואס ער האט זיך א אנדערע מאהל נישט אנגעריפן קען זיין צוויי סיבות:
1. לאמיר זאגן אז ס'איז אמת אז רז"ל האט אויך געטוהן פינקט אזא עוולה ווי מהר"א, אבער אזוי ווי ער געט נישט קיין ש*ט וועגן סאטמער ריפט עס זיך אהן ווען עס שמעקט אים און ווען עס געפעלט אים, און יעצט איז ער יא געוועהן אין די מאד צו דיעלן מיט ענקער גארביטש און דעמאלטס נישט.

2. ער קריגט זיך מיט דיר. ער האלט אז רז"ל האט קיינמאהל נישט געטוהן אזא שייגעץ שטיק. נישט יעדער וואס האלט אנדערש ווי דיר ווערט א זאלי!!

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:36 pm
דורך קאך_לעפל
טייערער ראש הקהל מיטן גרעסטן מאס כבוד וואס איז נאר שייך:

די פאקט איז אז דא אין קאווע שטיבל, עכ''פ ביי רוב ניקים הערשט א אומהויערע שנאה צו סאטמאר בכלל, און צו כ''ק רבינו שליט''א בכלל.
עס זענען פארהאן אזעלכע וואס זענען זאליבאנער.
עס זענען פארהאן אזעלכע וואס זענען באמת ציונים. (גאר ווייניג)
עס זענען פארהאן אזעלכע וואס מיינען נעבאך אז צו הייסן אויפגעקלערט, און אינטעליגענט, מוז מען שרייבן ציוניסטיש געשטימט, און קעגן סאטמאר. (באמת ווייסן זיי אויך דעם אמת)

איז אזוי: סאטמארע חסידים זענען ב''ה באשאנקן געווארן מיט היפשע מאס עזות דקדושה, דעריבער ווען ווען איינער שרייבט אדער האקט קעגען סאטמאר, לאכט ער זיך אויס, און ער האט אפי' הנאה דעפון, ווייל מיר זענען שוין צוגעוואוינט אין די לעצטע 70 יאר צו ווערן אראפגעריסן, און אטאקירט, דאס מאכט נאר אונז נאר שטערקער, דעריבער כה לחי!!!!

דער פאקט אז אין קאווע שטיבל איז דא א שנאה קעגען סאטמאר, איז נישט קיין חסרון, אדרבה! מיר זענען צו דעם צוגעוואוינט, און דאס גיבט אינז חיות! אבער צו פארלייקענען דער פאקט אז עס הערשט דא א שנאה קעגען סאטמאר? קאמאן.... :) :) ;) ;)

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 7:46 pm
דורך יין שרף
קאך_לעפל האט געשריבן:די פאקט איז אז דא אין קאווע שטיבל, עכ''פ ביי רוב ניקים, הערשט א אומהויערע שנאה צו סאטמאר בכלל, און צו כ''ק רבינו שליט''א בכלל.

אמת טאקע, אבער די פאקט ווייזט אויך, אז דא אין שטיבל דרייען זיך זייער אינטעליגענטע פערזאהנען...

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 7:59 pm
דורך קאך_לעפל
וואס איז די אקרינים פון "אינטעליגענציע"? ווי אזוי מעסט מען אינטעליגענציע? וואו אזוי באקומט מען א אינטעלעגענציע דיפלאמע?

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:35 pm
דורך יאיר
דורך אפציילן דער צאל פון דעם באטרעפנ'דנס ווערטער וואס ווערן געספעלט אדער גענוצט אומריכטיג.
סארי פאר'ן מישן אין די ברוינע וואסער, כ'האב זיך נישט געקענט איינהאלטן.

נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 3:08 pm
דורך signout
ראשעקאל האט געשריבן:
signout האט געשריבן:אבי געהאקט, ווען יענער קריטיקירט אים נארמאל ביזטו גערעכט אבער ווען יענער אטאקירט אים פערזענליך מיט קללות, בשעת דער ניק האט זיך קיינמאל נישט אנגערופן ביי א ענליכע פאל בעבר ווי מהר''א איז נישט געווען אויפן טיש דארף מען זיין בלינד נישט צו זעהן יענעם'ס אגענדע

עס איז עכט א שאד זיך צו טענה'נען מיט דיר , ווייל איך מיין טאקע אזעלכע מענטשען ווי דיר.... די מיינסט אז יעדער לעבט אגאנצען טאג מיט ענקער עקעלדיגע פאליטיק און מאכט זיכער יעדעס מאהל צו קריטיקירן די סאטמארע צדיקים פינקט די זעלבע כדי צו זיין פינקטליך "נייטראל".... כמעט יעדע אינטעליגענטע שרייבער דא האט פארדאמט ענקער רבי'ס דרשה, לויט דיר מיינט עס אז אלע אינטעליגענטע שרייבערס אין קאווע שטיבעל זענען זאליס???

די סיבה פארוואס ער האט זיך א אנדערע מאהל נישט אנגעריפן קען זיין צוויי סיבות:
1. לאמיר זאגן אז ס'איז אמת אז רז"ל האט אויך געטוהן פינקט אזא עוולה ווי מהר"א, אבער אזוי ווי ער געט נישט קיין ש*ט וועגן סאטמער ריפט עס זיך אהן ווען עס שמעקט אים און ווען עס געפעלט אים, און יעצט איז ער יא געוועהן אין די מאד צו דיעלן מיט ענקער גארביטש און דעמאלטס נישט.

2. ער קריגט זיך מיט דיר. ער האלט אז רז"ל האט קיינמאהל נישט געטוהן אזא שייגעץ שטיק. נישט יעדער וואס האלט אנדערש ווי דיר ווערט א זאלי!!

איך האב נישט גערעדט פין יעדן קריטיקירער אין יענע 10 אשכולות, אז די וועסט קוקען יענע אשכולות וועסטו זעהן וואס איך מיין, רוב פין די ניקס וואס איך מיין האבען זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן אין אויפגעדעקט זייער שנאה, אזש די הויפט אשכול איז שוין ענדליך אין צימעס, איך ווייס אז דא האבען זיך צאמגעשטעלט די שונאים פין סאטמאר אין די ויואל משה מיט צד מהרז''ל אין נישט יעדער קריטיקירער האט עפעס מיט מהרז''ל

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 7:33 am
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:ס'איז דא אידן וואס קומען דא אין קאווע שטיבעל און די איינציגסטע זאך וואס זיי טוען איז פארברנגען די צייט אין "צימעעעעס". יעדע קיקט אויף זיי און פארשטייט נישט וואס ס'גייט פאר. איז דאס א נארמאלע מענטש מיט א ווייב און קינדער??

ס'אינטערסירט אים נישט קיין וועלטליכע נייעס, קיין וועלטליכע פאליטיק, קיין וויסענשאפט, קיין ביכער, קיין געזעלשאפט, קיין תורה, קיין חכמה, קיין ווערטלעך, קיין מידיא, קיין מוזיק, קיין עצות און הילף, קיין פיליזאפיע, קיין היסטארי, קיין שפראך , קיין טעכנאלאגיע, קיין קונסט, קיין שלחן ערוך, קיין צניעות, קיין ליפא, קיין נפטרים, קיין עקסידענטס, קיין בילדער, קיין נארט קאריע, קיין מאחורי, קיין שלום בית , קיין לינקס, קיין קליפס, קיין שובבי"ם, קיין מילק שעיק, קיין וועטער, קיין..... איך דארף נאך גיין ווייטער??? עס אינטערסירט אים קיין גאאאאאאארנישט!!

ער ווייסט נאר ווי אזוי זיך צו ווייקן אין די ברוינע געמויזעכץ און פארפירן נאכאמאל און נאכאמאל וועגן ר' אהרן, הגה"ק, הגז"ל, רא"ט, מהרי"י, בלא בלא בלא בלא, יא קעמפ'ס נישט קעמפ'ס, ארמארי נישט ארמארי, זאלי יא חוזק, ארוני נישט, ארוני יא, זאלי נישט, בלא בלא בלא, געלונגענע פראטעסט פון ארונים, דורעכפאל פון זאלוינים, אהרן איז חוזק, יעדער רעכענט זיך מיט מהרי"י, בלא בלא בלא. שיעור ג', שיעור ד', יאסי בראך, משה גבאי, פאני בילד פון זאלי (הי הי הי!!!), אהרן פיצט די נאז (כא כא כא!!!!)......

אויב קימט אמאל אויס אז מ'רעדט פון עפעס אין די געהעריגע נארמאלע פארום'ס ווייסן אפילו נישט די ברוינע ווייקער'ס אז איינער רעדט שוין פון דעם. זיי זיצן אין די ברוינקייט פון זייער נשמה און ווייסן נישט פון עפעס אנדערש. אבער פון זיצן אזויפיל אין די ברוינע סחורה האבן זיי זיך שוין אויסגעלערענט צו שמעקען צואה פון א מייל ווייט. אויב איינער דארמאנט בטעות אין די נארמאלע קאווע שטיבעל עפעס וואס קען משולב ווערן צו די זידיגע ברוינקייט, קימען ער גלייך צו רייטען און נעמט זיך גיסן עמער'ס פון סחורה.... און די שטינק פילט אהן די ריינע בלויע לופט ביז מ'איז זיך מרחם און מ'טראסקעט עס צוריק צו די ברוינע.

ווי אזוי זענען אזעלעכע מענטשן אין ריל לייף?? אז מ'פרעגט אים אויב אבאמא גייט זיך גט'ן, ענטפערט ער ר' אהרן אהין ר' אהרן אהער. אויב מ'פרעגט אים וואס די וועטער גייט זיין, ענטפערט ער עפעס וועגן פלארידע און פאלם ספרינגס. אז מ'פרעגט אים וועגן א האטעל אין ארץ ישראל, ענטפערט ער עפעס וועגן גזירת גיוס און א מעכטיגע פראטעסט אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני. איז דא א פיסכילאגישע נאמען פאר אזעלעכע מענטשען? אויף וואס ליידן זיי?

ווי אזוי קיקן אויס זייערע ווייבער? וואס טוט זיך מיט זייערע קינדער?? די מענטשען טוען אמאל עפעס אנדערש חוץ זייער גארביטש?? זיי זיצן ביי א סעודה? זיי שאוערן זיך??

נעעעעעעעעעעעעעעבעך
ראשקעל זיסער !!
די רעדסט דאך דברים של טעם גן עדן אבער איך שטיי אין שטוין וואס איז פשט אין דעם אז די אליין ביסט פון די יושבים ראשונה במלכות אין צימעס ??
ויפיל אשכולות האסטו געפענט אויף אהרן ט״ב אין אויף ז״ל אדער מנדיל האגער??? ועוד ועוד
איך פארשטיי נישט אויף וועמען וילסטו דא ארבעטען???

נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 9:55 am
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט קיין פראבלעם צו רעדען פון די אלע טאפיק'ס. מ'מעג רעדן פון ר' אהרן און רז"ל פינקט ווי פון שרה פעילין. איך רעד פון די מענטשען וואס זענען משוגע לאותו דבר , און ווייסן נישט פון עפעס אנדערשט. דאס אטעמען זיי טאג און נאכט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:29 am
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז חודש אלול, מ'דארף אויף יעדעם טרעפן זכותים.. אבער דער צימעס איד, וואס פארא זכותים קען מען טרעפן אויף אים. ווען איך וואלט אים געקענט פרעזענדליך וואלט איך שוין עפעס געטראפן, אבער איך קען אים נאר אלס צימעס איד.

אמאל אבער אז מ'לערענט זיך פון איינעם, איז דאס אליינס א זכות.

פון דער צימעס איד קען מען זיך לערנען עקשנות. עקשנות ווען ס'קומט צו תפלה, לערנען, ביזנעס, און אסאך אנדערע גוטע זאכן.

מ'קען שוין גיין בלאזן שופר.

Re: דער צימעס איד

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:43 am
דורך [NAMELESS]
ס'מיז זיין אז ס'איז דא א פראגרעם וואס מ'קען אנשטעלען אז אויב איינער טייפט אויף קאווע שטיבעל מהר"א, מהרז"ל, רז"ל, איד, בלאט וכדומה שיקט עס גלייך א עלערט פאר די צימעס אידן. מ'זעהט זיי נישט ווילאנג די יאר איז אין פליצלינג זענען זיי דא פון איין מינוט צו די אנדערע!!
ווי אזוי ארבייט עס?

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:01 pm
דורך פלעין יודיש
דאובל ניקס :idea: